רוי:רבי יחיאל היילפרין

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:סדר הדורות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ר' יחיאל בר' שלמה היילפּרין, וועלכער האט געשטאמט פון זיין מוטער'ס זייט פונעם מהרש"ל, מורינו הרב שלמה לוריא, איז געבוירן געווארן ארום דעם יאר ת"כ. מען ווייסט זייער ווייניג וועגן זיין לעבן. ער איז געווען אב בית דין אין דער שטאט מינסק. ער האט געהאט צוויי זין: ר' משה איז געווען אב בית דין אין מינסק; ר' יצחק אייזיק איז געווען אב בית דין אינם שטעטל קאַידאָנאָוו, נעבן מינסק. ווי עס ווייזט אויס האט דער מחבר פארפאסט דעם ערשטן טייל פונעם סדר הדורות אין זיינע אינגערע יארן. אחוץ דעם סדר הדורות, איז ער דער מחבר פון ספר המספרים, ספר דרוש, ספר הטעמים, ספר לקוטים, ספר כללים אויף ש"ס, כללים אויף קבלה־ספרים, אַ פּירוש אויף פרקי אבות, א ווערק אויף די פיר שולחן ערוך'ס, שאלות ותשובות, אבן הטועים, און נאך. דער חיד"א, ר' חיים יוסף דוד אזולאי באצייכנט אים אלס א זייער גרויסן בקי אין תלמוד בבלי, ירושלמי, מדרש. מער איינצלהייטן זעט אין הקדמה אינעם "סדר הדורות".

פידבעק בלאט
פידבעק אויפן ארטיקל