י"א חשון
דאטום אין אידישן לוח
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' חשון
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
י"א חשון איז דער עלפטער טאג פונעם צווייטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער עלפטער טאג פונעם אכטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
גכה גכז |
זונטאג | וירא |
הכז השא החא השג |
דינסטאג | וירא |
זשה זחא זשג זחג |
דאנערשטאג | לך לך |
בשה בחה בשז בחג |
שבת | לך לך |
חגים וזמנים
געשעענישן
- ה'תש"ב – חורבן אייראפע: ליקווידאציע פון דער געטא אין אפטא. איבערלעבער האבן באשטימט דעם טאג אלס יום הזכרון פאר אידן אין אפטא.
- ה'תש"ל – ווייטערדיגע טעראר אטאקעס אין חיפה, פארזעצנדיג פון א טאג בעפאר
- ה'תשס"ה – דער כנסת האט געשטימט פאר דער התנתקות פלאן
געבוירן
- ב'ר"ז אדער ב'ר"ח – בנימין, דער יונגסטער זון פון יעקב אבינו מיט רחל, אין דעם טאג לויט איין מקור[1] (נפטר ב'שכ"ד אין זעלבן טאג)
- ה'תרכ"ה – רבי חיים יצחק ירוחם, רב פון אלטשטאדט, מחבר פון "ברכת חיים" (נפטר ה'תש"ג)
- ה'תרל"ט – רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, דער "חזון איש" (נפטר ה'תשי"ד)
- ה'תרע"ד – רבי נפתלי חיים אדלער, א חסיד'ישער רב און ראש ישיבה, גערופן "דער דזשיקוב-וויזשניצער רבי" (נפטר ה'תשנ"ה)
- ה'תרצ"ד – הרב דוב ליאור, רב פון קרית ארבע און פון די פראמינענטע פוסקים ביי די חרדים לאומיים
- ה'תרצ"ח – הרב יעקב אריאל, פון די וויכטיגע פוסקים און רבנים אין ציונות דתית, רב פון רמת גן במשך א תקופה
- ה'תש"ה – רבי ישעיה טווערסקי, דער טשערנאבילער רבי אין בארא פארק
- ה'תשי"ד – רבי נפתלי ראובן קארנרייך, דער קאסוב-וויזשניצער רבי
יארצייטן
- א'תרנ"ו – מתושלח בן חנוך, לויט טייל[2]
- ב'ר"ז אדער ב'ר"ח – רחל אמנו, אין דעם טאג לויט איין מקור[1]
- ב'שכ"ד – בנימין בן יעקב אבינו, אין דעם טאג לויט איין מקור[1]
- ה'כ"ד – רבינו יונה גירונדי, פון די באקאנטע ראשונים, מחבר פון שערי תשובה און רבי פון דער רשב"א[3]
- ה'תקמ"ב – רבי שלמה אבן עזרא, א רב, דיין און דרשן אין איזמיר, מחבר פון "יד שלמה"
- ה'תקמ"ז אדער ה'תקמ"ט – רבי אברהם אופנהיים, א רב און תלמיד חכם, איינער פון די רעדאגירער פון באר היטב און מחבר פון "אשל אברהם"[4]
- ה'תקנ"ח – רבי מנחם נחום פון טשערנאביל, מחבר פון "מאור עינים" און שטאם פאטער פון די טשערנאבילער גזע (געבוירן ה'ת"צ)
- ה'תקס"ו – רבי אברהם רפאל קורייאט, א דיין אין מאראקא און אין איטאליע, מחבר פון "זכות אבות" (געבוירן ה'תצ"א)
- ה'תקע"ה – רבי יעקב גינצבורג, דיין אין פראג, מחבר פון "זרע יעקב" (געבוירן ה'תק"ג)[5]
- ה'תר"ח – רבי מאיר צבי פריעדלאנדער, דיין אין באניהאד און רב אין שוראן
- ה'תרמ"ד – רבי אברהם וויינבערג, דער ערשטער סלאנימער רבי און מחבר פון "יסוד העבודה" (געבוירן ה'תקס"ד)
- ה'תרמ"ה – רבי מרדכי לאנדא פון אליק, מחבר פון "גדולת מרדכי"
- ה'תרס"ט – רבי שניאור זלמן אהרן שניאורסאהן, א זון פון דער מהר"ש פון ליובאוויטש (געבוירן ה'תרי"ט)
- ה'תרצ"ו – רבי יהודה לייב חאסמאן, א ראש ישיבה און בעל מוסר, מחבר פון "אור יהל" (געבוירן ה'תרכ"ט)
- ה'ת"ש – רבי פסח פרוסקין, רב און ראש ישיבה פון קאברין (געבוירן ה'תרל"ט)
- ה'תש"א – רבי יוסף אלקובי, א מקובל, פוסק און ראש ישיבה אין מאראקא (געבוירן ה'תרט"ז)
- ה'תש"ג – רבי משה חיים לאו, רב אין פיעטרקאוו, פאטער פון הרב ישראל מאיר לאו, אומגעברענגט אין טרעבלינקע (געבוירן ה'תרנ"ב)
- ה'תשל"ט – רבי אהרן מגיד, מחבר פון די ענציקלאפעדיע "בית אהרן" אויף כללי הש"ס (געבוירן ה'תרס"ט)
- ה'תשמ"ז – רבי קלונימוס אליעזר עקשטיין, רב פון בוענאס איירעס
- ה'תשס"א – רבי משה לוי, א ספרד'ישער תלמיד חכם, פוסק און מחבר ספרים, מגיד שיעור אין ישיבת כסא רחמים (געבוירן ה'תשכ"א)
- ה'תשע"ב – רבי נתן צבי פינקל, מירער ראש ישיבה (געבוירן ה'תש"ג)
- ה'תשפ"ב – רבי נח חפץ, א רב אין צפת (געבוירן ה'תרצ"ו)
- ה'תשפ"ג – רבי חיים יהושע זעמל, רב פון תלפיות געגנט אין ירושלים (געבוירן ה'תש"ה)
- ה'תשפ"ד – רבי ברוך מרדכי אזרחי, ראש ישיבת עטרת ישראל, פון די הויפט מיטגלידער פון מועצת גדולי התורה פון דגל התורה, און מיטגליד פון נשיאות ועד הישיבות און מפעל הש"ס, מחבר פון "ברכת מרדכי" (געבוירן ה'תרפ"ט)
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 1.2 ילקוט שמעוני, שמות, רמז קס"ב. לויט אנדערע מקורות איז עס געווען צווישן פסח און שבועות (פסיקתא רבתי, ג, ה); אדער אין כ' סיון (משיבת נפש אויף בראשית לה, כו).
- ↑ באזירט אויף רש"י, בראשית ז, ד אז דער מבול האט זיך געענדיגט נאך זיין אבילות, וואס ענדיגט זיך אין זיבעטן טאג. אין סידור היעב"ץ שטייט אבער אז ער איז נפטר געווארן א טאג פריער, זיבן גאנצע טעג בעפאר דער מבול.
- ↑ לויט אנדערע מקורות, איז ער נפטר געווארן אין א' אדער ח' אדער כ"ח חשון.
- ↑ לויט אנדערע איז זיין יארצייט א טאג פריער
- ↑ לויט אנדערע, איז דער יארצייט י"ט טבת