י"א חשון
דאטום אין אידישן לוח
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' חשון
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
י"א חשון איז דער עלפטער טאג פונעם צווייטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער עלפטער טאג פונעם אכטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
גכה גכז |
זונטאג | וירא |
הכז השא החא השג |
דינסטאג | וירא |
זשה זחא זשג זחג |
דאנערשטאג | לך לך |
בשה בחה בשז בחג |
שבת | לך לך |
חגים וזמנים
געשעענישן
- ה'תש"ב – חורבן אייראפע: ליקווידאציע פון דער געטא אין אפטא. איבערלעבער האבן באשטימט דעם טאג אלס יום הזכרון פאר אידן אין אפטא.
- ה'תש"ל – ווייטערדיגע טעראר אטאקעס אין חיפה, פארזעצנדיג פון א טאג בעפאר
- ה'תשס"ה – דער כנסת האט געשטימט פאר דער התנתקות פלאן
געבוירן
- ב'ר"ז אדער ב'ר"ח – בנימין, דער יונגסטער זון פון יעקב אבינו מיט רחל, אין דעם טאג לויט איין מקור[1] (נפטר ב'שכ"ד אין זעלבן טאג)
- ה'תרכ"ה – רבי חיים יצחק ירוחם, רב פון אלטשטאדט, מחבר פון "ברכת חיים" (נפטר ה'תש"ג)
- ה'תרל"ט – רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, דער "חזון איש" (נפטר ה'תשי"ד)
- ה'תרע"ד – רבי נפתלי חיים אדלער, א חסיד'ישער רב און ראש ישיבה, גערופן "דער דזשיקוב-וויזשניצער רבי" (נפטר ה'תשנ"ה)
- ה'תרצ"ד – הרב דוב ליאור, רב פון קרית ארבע און פון די פראמינענטע פוסקים ביי די חרדים לאומיים
- ה'תרצ"ח – הרב יעקב אריאל, פון די וויכטיגע פוסקים און רבנים אין ציונות דתית, רב פון רמת גן במשך א תקופה
- ה'תש"ה – רבי ישעיה טווערסקי, דער טשערנאבילער רבי אין בארא פארק
- ה'תשי"ד – רבי נפתלי ראובן קארנרייך, דער קאסוב-וויזשניצער רבי
יארצייטן
- א'תרנ"ו – מתושלח בן חנוך, לויט טייל[2]
- ב'ר"ז אדער ב'ר"ח – רחל אמנו, אין דעם טאג לויט איין מקור[1]
- ב'שכ"ד – בנימין בן יעקב אבינו, אין דעם טאג לויט איין מקור[1]
- ה'כ"ד – רבינו יונה גירונדי, פון די באקאנטע ראשונים, מחבר פון שערי תשובה און רבי פון דער רשב"א[3]
- ה'תקמ"ב – רבי שלמה אבן עזרא, א רב, דיין און דרשן אין איזמיר, מחבר פון "יד שלמה"
- ה'תקמ"ז אדער ה'תקמ"ט – רבי אברהם אופנהיים, א רב און מחבר ספרים, פון די רעדאגירער פון באר היטב
- ה'תקנ"ח – רבי מנחם נחום פון טשערנאביל, מחבר פון "מאור עינים" און שטאם פאטער פון די טשערנאבילער גזע (געבוירן ה'ת"צ)
- ה'תקס"ו – רבי אברהם רפאל קורייאט, א דיין אין מאראקא און אין איטאליע, מחבר פון "זכות אבות" (געבוירן ה'תצ"א)
- ה'תקע"ה – רבי יעקב גינצבורג, דיין אין פראג, מחבר פון "זרע יעקב" (געבוירן ה'תק"ג)[4]
- ה'תר"ח – רבי מאיר צבי פריעדלאנדער, דיין אין באניהאד און רב אין שוראן
- ה'תרס"ט – רבי שניאור זלמן אהרן שניאורסאהן, א זון פון דער מהר"ש פון ליובאוויטש (געבוירן ה'תרי"ט)
- ה'תרמ"ד – רבי אברהם וויינבערג, דער ערשטער סלאנימער רבי און מחבר פון "יסוד העבודה" (געבוירן ה'תקס"ד)
- ה'תרמ"ה – רבי מרדכי לאנדא פון אליק, מחבר פון "גדולת מרדכי"
- ה'תרצ"ו – רבי יהודה לייב חאסמאן, א ראש ישיבה און בעל מוסר, מחבר פון "אור יהל" (געבוירן ה'תרכ"ט)
- ה'ת"ש – רבי פסח פרוסקין, רב און ראש ישיבה פון קאברין (געבוירן ה'תרל"ט)
- ה'תש"א – רבי יוסף אלקובי, א מקובל, פוסק און ראש ישיבה אין מאראקא (געבוירן ה'תרט"ז)
- ה'תש"ג – רבי משה חיים לאו, רב אין פיעטרקאוו, פאטער פון הרב ישראל מאיר לאו, אומגעברענגט אין טרעבלינקע (געבוירן ה'תרנ"ב)
- ה'תשל"ט – רבי אהרן מגיד, מחבר פון די ענציקלאפעדיע "בית אהרן" אויף כללי הש"ס (געבוירן ה'תרס"ט)
- ה'תשמ"ז – רבי קלונימוס אליעזר עקשטיין, רב פון בוענאס איירעס
- ה'תשס"א – רבי משה לוי, א ספרד'ישער תלמיד חכם, פוסק און מחבר ספרים, מגיד שיעור אין ישיבת כסא רחמים (געבוירן ה'תשכ"א)
- ה'תשע"ב – רבי נתן צבי פינקל, מירער ראש ישיבה (געבוירן ה'תש"ג)
- ה'תשפ"ב – רבי נח חפץ, א רב אין צפת (געבוירן ה'תרצ"ו)
- ה'תשפ"ג – רבי חיים יהושע זעמל, רב פון תלפיות געגנט אין ירושלים (געבוירן ה'תש"ה)
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 1.2 ילקוט שמעוני, שמות, רמז קס"ב. לויט אנדערע מקורות איז עס געווען צווישן פסח און שבועות (פסיקתא רבתי, ג, ה); אדער אין כ' סיון (משיבת נפש אויף בראשית לה, כו).
- ↑ באזירט אויף רש"י, בראשית ז, ד אז דער מבול האט זיך געענדיגט נאך זיין אבילות, וואס ענדיגט זיך אין זיבעטן טאג. אין סידור היעב"ץ שטייט אבער אז ער איז נפטר געווארן א טאג פריער, זיבן גאנצע טעג בעפאר דער מבול.
- ↑ לויט אנדערע מקורות, איז ער נפטר געווארן אין ח' אדער י"א אדער כ"ח חשון.
- ↑ לויט אנדערע, איז דער יארצייט י"ט טבת