דער פראיעקט איז אקטיוו

דער פראיעקט איז געווידמעט צו געבן א היימישע צורה פאר אונזער וועבזייטל, דורך איבערשרייבן אלע סיסטעם-בלעטער און מעסעדזשעס צו אונזער ליבע, לעבעדיגע מאמע-לשון.

נעמט אין אכט: דא איז נישט דאס פלאץ אראפצושרייבן אלע ארטיקלען וועלכע זענען נישט געשריבן אויף אונזער היימישע שפראך; זיי ווערן באצייכנט דורך די אויף יידיש קאטעגאריע, און וועלן אי"ה ווערן גערייניגט דורכאויס אונזער רייניגונג פראיעקט. דא איז דאס פלאץ צו אנצייגן אויף סיסטעם-טעקסט, ווי הילף בלעטער, מוסטערן און קנעפלעך.

ביטע דא אראפשרייבן ווען איר באגעגנט עפעס וואס דארף ווערן איבערגעטייטשט אדער אפגעשריבן מיט א פליסיגערע שפראך. ווען איר פירט אויס עפעס פון די ליסטע, ביטע דאס באצייכענען און אונטערשרייבן - אבער נישט זאפארט אויסמעקן פון די ליסטע, צו געבן דעם געלעגנהייט פאר אנדערע חברים צו קומען נאך אייך און מגיה זיין.

אינהאלט בלעטער

דאס זענען בלעטער וואס יעדער קען רעדאגירן. אויב האט איר א געפיל דערצו, האלט אייך נישט צוריק!

געהעריגע בלעטער

מוסטערן

אויך דאס קען יעדער רעדאגירן, מען דארף נאר זיכער מאכן דערביי נישט צו בארירן דעם קאמפיוטער קאוד.

קנעפלעך און קעפלעך

דאס זענען טעקסט וואס ווערט באנוצט דורכ'ן סיסטעם אויף קנעפלעך, מעניוס, וכדומה. ביטע שרייבט אראפ גענוי אויף וועלכן בלאט איר זעט דעם אומריכטיגן טעקסט, אז די מיט די נויטיגע רעכטן זאלן עס גרינגער קענען טוישן. עס איז אויך ראטזאם דערביי פארצושלאגן אן ערזאץ, וואס איר האלט פאר ריכטיג, און אונטערשרייבן.

  • ווען דער סיסטעם איז אנגעשטעלט אויף אידיש, שטייט אויפ'ן קנעפל אויבן פון יעדן בלאט "ייִדיש", דאס דארף געטוישט ווערן צו אידיש, פארשטייט זיך. — צמא לדעתשמועס • ב' כסלו ה'תשפ"ג 23:59, 26 נאָוועמבער 2022 (IST)
דער פראבלעם איז באקאנט, אבער קיין גרינגע וועג דאס צו פאררעכטן איז נאכנישט געטראפן געווארן. ווען דאס זייטל וועט זיך אביסל מער שטעלן אויף די פיס, און די טעכניקער פון העברעאישן המכלול וועלן ווייניגער דארפן ארויסהעלפן, וועט מען אי"ה טוישן דעם וועבזייטל שפראך צו בלויז אידיש; דאן וועט דאס קנעפל פארשווינדן ווערן. — צמא לדעתשמועס • ב' כסלו ה'תשפ"ג 23:59, 26 נאָוועמבער 2022 (IST)
איך וויל טוישן די קנעפלעך אין די רעדאגיר אפציעס מיט קלארערער ווערטער, וויאזוי טוה איך דאס?--שווערמער (שמועס) 05:48, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
לכאורה איז די בעסטע עס צו שרייבן דא, וואו מען וועט דן זיין דערויף, קומען צו א געמיינזאמע באשלוס, און דאן וועלן די טעכניקער טוישן. דאס איז וואס די בלאט איז געמאכט געווארן פאר. עברי אנכי (שמועס) 06:04, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
פיין! וזה החלי: קורץ ווארט> מעמואר; היט ענדערונגען>באשטעטיג:דאס איז א קלענערע טויש> כ'האב געטוהן א קלייניקייט
די נענען פון די געביטן (מרחבים): באזונדער>ספיציעל; מוסטער>געבוי
ועוד. פארטשייט זיך, אלעס איז פארשלאגן נאר.--שווערמער (שמועס) 06:09, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
פיינע פארשלאגן! (אויף להבא איז בעסער צו שרייבן עקסטער די טוישונגען, לויט די בלעטער וואו זיי דארפן ווערן געטוישט)
האט איינער עפעס מוסיף צו זיין, איבער "היט ענדערונגען>באשטעטיגט"?
וועגן "קלענערע טויש" האט מען אמאל דן געווען; מ'האט נישט געוואלט אוועקמאכן אן ארבעט ווי א קלייניגקייט, משא"כ קלענער טייטשט בלויז אז עס איז פארהאן נאך גרעסער.
מיט נעמען פון די מרחבים איז נישט כדאי צופיל צו פאטשקען. ס'קען ברענגען מאדנע באגס.
א דאנק פאר דיין פלייסיגקייט! — צמא לדעתשמועס • ג' כסלו ה'תשפ"ג 10:08, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
  • די לינק רעדאגירונג פאפ-אפ פענסטער אין וויזואלער עדיטאר דארף ווערן איבערגעטייטשט. — עברי אנכי (שמועס) 09:06, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
יעצט איז גוט? — צמא לדעתשמועס • ד' כסלו ה'תשפ"ג 14:40, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)
נאכנישט. איך רעד פון די פענסטער וואס טאנצט ארויף ווען מען דרוקט אויף א לינק אין וויזואלער רעדאגירונג. עברי אנכי (שמועס) 17:49, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)
אה, און יעצט? — צמא לדעתשמועס • ה' כסלו ה'תשפ"ג 12:11, 29 נאָוועמבער 2022 (IST)
עברי אנכי, איר געדענקט נאך וואס איר האט געוואלט זאל איבערגעטייטשט ווערן ביים לינק רעדאגירונג פאפ-אפ פענסטער? אויב איז שוין יעצט גוט, ביטע מעקט אויס אלעס אויף דעם בלאט דערוועגן. — צמא לדעתשמועס • י' טבת ה'תשפ"ג 11:07, 3 יאַנואַר 2023 (IST)
"באצייכענונג">טעקסט?; "ענדערט באצייכענונג">ענדערט טעקסט?; "ערליידיקט">טויש, היט, ענדיג? עברי אנכי (שמועס) 16:21, 3 יאַנואַר 2023 (IST)
לגבי "באצייכענונג", אויף העברי איז עס "טקסט" און "שינוי הטקסט", און אויף אייוועלט איז עס "ווערטער אנשטאט די לינק". איך וואלט פארגעשלאגן א שטיקל שילוב: "ווערטער" און "טויש ווערטער". וואס זאגט איר?
לגבי "ערליידיקט", איז "ענדיג" די נענטסטע צום משמעות (מען "היט" דאן נאכנישט, און לאו דווקא אז מ'טוישט עפעס), אבער כ'וואלט ענדערש געשריבן "פארטיג". דהיינו, נישט קיין באפעל עפעס צו ענדיגן, נאר א מעלדונג אז איך בין פארטיג מיט וואס איך האב געוואלט פון דעם פענסטערל (על דרך OK). וואס זאגט איר? — צמא לדעתשמועס • י"א טבת ה'תשפ"ג 16:53, 4 יאַנואַר 2023 (IST)
  • אין בלאט "לעצטע ענדערונגען": "אויפגעהיטענע פילטערס">"אפגעהיטענע/אוועקגעלייגטע פילטערס". "נאמענטיילן">???. "טאַגן">"טעגס"?. אין אקטיווע פילטער פענסטער: "באהאלטן">"באהאלט". "ווייזן">"ווייז/צייג". אין ליסטע פון ראשי תיבות פענסטער: "דף במעקב זמני">"צייטווייליג נאכגעפאלגטע בלאט". "איינציען">"באהאלט". "פארברייטערן">"ווייז/צייג". "לעבעדיקע דערהיינטיקונגען">"לעבעדיגע אפדעיטס?" — עברי אנכי (שמועס) 09:06, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)

"טאַגן">"טעגס"

דער עולם זאל זיך לאזן הערן איבער "טאַגן">"טעגס" (און סיי וואס אנדערש). בקרוב וועט מען אי"ה אויספירן די פארשלאגן, לויט וואס איז דא געבליבן. — צמא לדעתשמועס • ג' כסלו ה'תשפ"ג 10:13, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
געטוישט אלעס חוץ פון "טאַגן">"טעגס" און "נאמענטיילן". זיי זענען נוגע אויף אסאך פלעצער און איך וויל נאך הערן מער פון עולם. — צמא לדעתשמועס • ד' כסלו ה'תשפ"ג 14:40, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)
אקטיווע מכלולאים‏, וואס בלייבט מיט "טאַגן">"טעגס?". מיר דאכט זיך אז "טעג" איז גענוג באנוצט אויף היימישע שפראך, אבער אויב וויל מען דווקא אידיש איז עס לכאורה "באצייכענונג", וואס איז לענגער און ווייניגער פראקטיש. "טאַגן" האט זיכער נישט קיין פשט, עס איז נישט אידיש און נישט פארשטענדליך. — צמא לדעתשמועס • י' טבת ה'תשפ"ג 11:07, 3 יאַנואַר 2023 (IST)
להעיר אז אין איין אדער עטליכע פלעצער ווערט עס גערופן "מארקירונג". נאך אפאר פארשלאגן זענען "לעיבל", "קוויטל", "צייכן", "מארק", "שטעמפל", "עטיקעט", "צעטל". --תנא קמא (שמועס) 16:19, 3 יאַנואַר 2023 (IST)
די איינציגסטע וואס האט פשט דא איז צייכן, וועלכע איז גראדע קורץ אויך, אפשר צייכענונג? (קורצער ווי באצייכענונג) עברי אנכי (שמועס) 16:30, 3 יאַנואַר 2023 (IST)
"צייכן" איז טאקע פיין, לדעתי. אויב שרייבט מען שוין דעם "נונג" דארף עס שוין זיין "באצייכענונג", ווייל א צייכענונג איז דאס. — צמא לדעתשמועס • י' טבת ה'תשפ"ג 16:42, 3 יאַנואַר 2023 (IST)
  • אין שמועס בלעטער: "רעדאקטירן טיטל">"רעדאגיר טיטל". "לסכם">???("אויספיר"?). "להסתיר נושא">"באהאלט טעמע". "למחוק נושא">"פארמעק טעמע"?. "רעדאקטירן">"רעדאגיר". "להסתיר">"באהאלט". "למחוק">"פארמעק". "אויפהיטן ענדערונגען">"היט ענדערונגען". "אנולירן">"אנוליר". עברי אנכי (שמועס) 21:08, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
געטוישט א גרויס חלק. אין אלגעמיין איז יעצט לדעתי וויכטיגער זיך צו פארלייגן אויף יידיש-אידיש ווי אויף עברית-אידיש. בת מינה מחריב בה. — צמא לדעתשמועס • ה' כסלו ה'תשפ"ג 12:11, 29 נאָוועמבער 2022 (IST)
  • קיין סדר איז נישטא דא, סאו איך געב אויף דערויף...
סדר איז נישט אזוי וויכטיג, אבער צוצייכענען קלאר אויף וועלכן בלאט מען וויל טוישן איז יא. עס זענען פארהאן צענדליגע טויזנטער אזעלכע מעלדונגען דורכצוקוקן, בלי גוזמא.
  • "היטן" טוט א וועכטער, אין ענגליש "watch", "guard" , ענדערונגן לייגט מען אוועק (save). איז שוין בעסער עס זאל זיך דרייען ארום "באשטעטיג".
איך נויג אויך דערצו, אבער פון די אנדערע זייט, באשטעטיגן איז אפשר צו ערנסט, ווי באשטעטיגן א קאנטראקט. וואס זאגט דער עולם? — צמא לדעתשמועס • ד' כסלו ה'תשפ"ג 15:09, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)
  • די נעמען פון די געביטן זאל מען טוישן, אבער שוין, ווייל שפעטער וועט עס זיין נאכמער קאפלאצירט...
איך וועל בל"נ אריינקוקן דערין, און עס אויספירן אויב מאכט עס נישט צופיל פראבלעמען. — צמא לדעתשמועס • ד' כסלו ה'תשפ"ג 15:09, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)

זאמדקאסטן>"צעטל"/"סקיצע"

אויב רעדט איר פון דא, דארף מען עס נישט טוישן נאר פשוט אריבערפירן; און אויב ערגעץ אנדערש, ביטע שרייבן וועלכע בלאט. — צמא לדעתשמועס • ד' כסלו ה'תשפ"ג 15:09, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)
איך בין פערפעקטלי פיין מיט זאמדקאסטן, די אנדערע ווערטער זענען מיר שוין מער מאדנע. --תנא קמא (שמועס) 16:54, 29 נאָוועמבער 2022 (IST)

נאכפאלג ליסטע>ליסטע נאכצופאלגן

נאכפאלג ליסטע איז דער שם דבר. "קוקט נאך אייער ליסטע נאכצופאלגן" איז עפעס נישט, לדעתי. — צמא לדעתשמועס • ד' כסלו ה'תשפ"ג 15:09, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)

ביז דא דערווייל--שווערמער (שמועס) 21:29, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)

נאך א בינטל פארשלאגן:

תיוג > וואונקען

היבש אריגינאל... אבער ס'געפעלט מיר גראדע. לאמיר הערן קאמענטארן. — צמא לדעתשמועס • ד' כסלו ה'תשפ"ג 15:09, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)
ווען נוצט מען תיוג? נאר צו וואונקען באניצער אדער אויך צו מתייג זיין/טעגן סיי וואס? וואונקען איז נאר פאסיג ווען מען טעגט א באניצער, לדעתי. עברי אנכי (שמועס) 17:49, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)
ווען מען טעג א באניצר שווערמער (שמועס) 04:00, 29 נאָוועמבער 2022 (IST)

אנולירן > לאז אפ

וואס איז שלעכט מיט אנולירט? "לאז אפ" קלינגט אביסל אגרעסיוו אין מיינע אויערן. — צמא לדעתשמועס • ד' כסלו ה'תשפ"ג 15:09, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)
  • רענן > דערפריש
אויף וועלכע בלאט? — צמא לדעתשמועס • ד' כסלו ה'תשפ"ג 15:09, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)

פרעפערענצן > פארבעסערונגען

פרעפערענצן איז עפעס ברייטער ווי פארבעסערונגען. (מיין אונטערשריפט איז נישט מיט עפעס בעסער אדער ערגער ווי אייער, אבער איך האב עס אזוי אנגעשטעלט אלס פערזענליכע פרעפערענץ). עס איז א רייכע ווארט וואס מעג אריינקומען אין באנוץ, לענ"ד. — צמא לדעתשמועס • ד' כסלו ה'תשפ"ג 15:09, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)

טעקסט / קאוד / קישקע

  • רעדאגירט טעקסט > "טעקסט" ווערט נוצלאז ווען מען וויל עס מסביר זיין פאר נייע מכלולאים, אפשר פשוט "קאוד", אדער גאר "קישקע"...
וואס איז דאס קישקע?...
איך האב נישט געקלערט אז "טעקסט" איז אומפארשטענדליך, און ס'איז א ווארט וואס קומט צונוץ, אבער איר זענט שוין דער צווייטער מיט די הערה (דאכט זיך). אויב וועט קיינער נישט מחולק זיין וועל איך בקרוב טוישן טעקסט אויף קאוד אי"ה. — צמא לדעתשמועס • ד' כסלו ה'תשפ"ג 15:09, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)
אקטיווע מכלולאים‏, זאל מען טאקע טוישן "טעקסט" אויף "קאוד?" ווער עס איז דערקעגן זאל זיך יעצט לאזן הערן. — צמא לדעתשמועס • ה' כסלו ה'תשפ"ג 12:11, 29 נאָוועמבער 2022 (IST)
אפשר קאד? נישט ריכטיגער אין אידיש? אווי טעלעפאן און נאך. יעך מיין מען זאל ווארטן פאר גרשון. --תנא קמא (שמועס) 16:50, 29 נאָוועמבער 2022 (IST)
וועגן ריכטיגער וועל איך לאזן פאר גרשון, אבער אויב שרייבט מען טאקע קאד דאן לאז שוין טעקסט, וואס איז נאך ריכטיגער. אויב טוישט מען צו קאוד איז עס נאר צוליב פארשטענדליכקייט, וואס "קאד" איז נישט. — צמא לדעתשמועס • ו' כסלו ה'תשפ"ג 12:52, 30 נאָוועמבער 2022 (IST)

עורך ממשק > וועבזייטל רעדאגירער

--שווערמער (שמועס) 01:46, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)

מען דארף טרעפן א בעסערע ווארט פאר ממשק/אינטערפעיס. וועבזייטל טייטשט עס נישט אפ. וויאזוי איז עס אויף יידישע וויקי? עברי אנכי (שמועס) 17:49, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)
א דאנק פאר אלע אייערע הערות! — צמא לדעתשמועס • ד' כסלו ה'תשפ"ג 15:09, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)

אפשר זאל מען מסכם זיין א ליסטע פון די פארשלאגן צו קענען גרינגער דן זיין דערויף. אפשר אויף א טבלא? מיט א קאלום "אריגינאל" און "פאשלאג 1", "פארשלאג 2" וכו' און עפעס אן אופן דער עולם זאל קענען קאמענטירן דערויף? עברי אנכי (שמועס) 17:49, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)

מ'קען פרובירן צי דאס גייט בעסער. ווער עס וויל קען אריינשטעלן זיינע פארשלאגן (וועלכע זענען נאכנישט אויסגעפירט געווארן) אין די טבלה אונטן. לאמיר זען וויאזוי עס ארבעט זיך אויס. — צמא לדעתשמועס • ה' כסלו ה'תשפ"ג 12:18, 29 נאָוועמבער 2022 (IST)
צוויי כלליות'דיגע באמעקונגען: איינס, מען מוז זיך נישט האלטן צו די ג-ע-נ-ו-י-ע-ר באדייט פון די קנעפל, נאר גענוג עפעס פארשטענליך. און בעסער עפעס היימיש און נישט פונקטליך, ווי אן "אציע-אירונג" ווארט וואס מען האט נארוואס דא צוזאמען געשטעלט. צוויי, צומאל דארף מען קעגן קומען די באריף פון א צווייטער קוק-ווינקל ווי אנדערע וויקי'ס, אזוי קומט אן צו באשטעטיגן טוישן אנשטאט טראכטן פון "היטן" זאכן, וכדומה.--שווערמער (שמועס) 03:51, 29 נאָוועמבער 2022 (IST)
איר האט דאס פראבירט? @עברי אנכי שווערמער (שמועס) 03:58, 29 נאָוועמבער 2022 (IST)

טבלה

טקסט הכותרת
וואס צו טוישן לינק צו בלאט פארשלאג 1 פארשלאג 2 פארשלאג 3 באמערקונגען רעאקציע
באַזונדער:בײַשטײַערונגען באַזונדער:בײַשטײַערונגען ביישטייערונגען - - מען קען נישט אנקומען צום בלאט געהעריג מ'דארף זען אויב ס'צוברעכט נישט עפעס אנדערש. מ'קען אנקומען דורך "ביישטייערונגען" לינק אויבן.
שאפֿן באַזונדער:שאפֿן קאנטע שאפן - - שווער אנצוקומען צום בלאט, אויב מעגליך פארשטייט זיך, כנ"ל (ביי בײַשטײַערונגען) מיט די סארט ספעציעלע לינקס לוינט זיך נישט צו פאטשקען. מ'קען אנקומען דורך "שרייבט אייך איין" לינק אויבן.