רוי:פיוט
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
א פיוט (לשון רבים: פיוטים) איז א קונסטליכער פאעטישער שאפונג, אין פארם פון א געדיכט, וואס איז אריינגעשטעלט געווארן אלס הוספה צו די ליטורגיע (נוסח התפילה), בעיקר אין ספעציעלע שבתים און ימים טובים. א פיוט ברענגט ארויס אין פאעטישע שטריכן געפילן פון לויב, געבעט אדער קלאג. עס זענען פאראן פארשידנארטיגע מנהגים וואספארא פיוטים צו זאגן ביים דאווענען, און אויף וועלכן אופן. מערסטנס פיוטים פאלגן נאך א פּאעטישע סכעמע, ווי אן אקראסטיך לויט די סדר פון די אלף בית אדער טוען אויסלייגן דעם נאמען פונעם מחבר.
דאס ווארט פיוט שטאמט פונעם גריכישן טערמין פאר פאעזיע, פיללייכט מער דירעקט פון ποιητής (פּאָעט, שאַפער)[1]. דער מחבר פון א פיוט ווערט גערופן "פּייטן", אַ ניי-לשון-קודש׳ער פאָרם וואָס שטאמט פון "פּיוט". אין מדרש ווערט דאָס וואָרט "פּיוט" גענוצט בלויז אין דער אלגעמיינער זין פון "פיקציע"[2], בשעת "פּייטן" ווערט גענוצט אין טעכנישן זין פון א פארפאסער פון שול פּאָעזיע. רבי אלעזר, זון פון רבי שמעון בן יוחאי, איז גערופן געווארן א לערנער פון תנ"ך און משנה, א פייטן און א דרשן[3].
היסטאריע
פיוטים האבן זיך ערשט אנטוויקלט אין ארץ ישראל אנגעהויבן פון ענדע תקופת התלמוד, בשעת די פאַרשידענע ווערסיעס פון די מחויב'דיגע תפילות זענען געווארן אויסגעקלארט. כאטש די עדות פון דער תּקופה איז באגרעניצט, קענען טעקסטן פון אור-אלטע פיוטים געפינען ווערן פארשפרייט אין תּלמודישע מקורות, און פיוטים, וועלכע זענעןפארפאסט געווארן אין דער תּקופה, זענען אַריינגענומען געווארן אין די באשטימטע ווערסיעס פון די פארשידענע נוסחאות התפילה. די דאזיגע אלטע סעגמענטן קענען דערקענט ווערן מיט זייער ערהאבענעם סטיל און כאראקטעריסטישן ריטם; זיי נוצן נאָך נישט קיין גראם. די עלטסטע פיוטים זענען אנאנימע.
די פארצייטישע פיוטים האבן נישט פארמאגט קיין גראמען אבער זענען געווען מיט מעטער, און טייל האבן אויך, ווי געוויסע געדיכט־קאמפאזיציעס אין שפעטע ספרי תנ"ך, פארמאגט אקראסטיך פון אלף-בית. טייל פון זיי זענען אריין אין נוסח התפילה, א שטייגער ווי א-ל ברוך גדול דעה און א-ל אדון. אין די סידורים פון די גאונים געפינט מען אויך א גרויסע צאל פיוטים, א שטייגער ווי די אזהרות אויף שבועות און די פיוטי "עבודה" פון יום כיפור.
עס איז נישט אינגאנצן קלאר צי זיי זענען אויפגעקומען בלויז ווי נאטירליכע אויסדרוקן פון אידישע געפילן אדער ווי א בכוונה'דיגער פארשלייערטער ענטפער צו רדיפות. אין יעדנספאל האבן פיוטים געדינט א באזונדערן ציל ווען למשל א גזירה פונעם ביזאנטישן קייסער יוסטיניאן דער ערשטער (ד'שי"ג) האט פארבאטן דאס לערנען תורה. וויבאלד די ליטורגיע זעלבסט איז נישט געווארן פארבאטן, האט מען גענוצט די פיוטים צו אריינלייגן אזעלכע יסודות'דיגע מצוות ווי שמירת שבת און ימים טובים און צו רופן דעם עולם צו ליב האבן די תורה, צו גלייבן אין גאט, און שטעלן איר האפענונג און צוטרוי אין גאט׳ס השגחה פרטית. די דיכטונגען האבן אויך געדינט ווי א דערמאנונג פון די פארגאנגענהייט ווען גאט האט געוויזן אז ער האט נישט פארלאזט זיין אויסדערוועלט פאלק.
אין די "קלאסישער תקופה"[אויסקלארונג פארלאנגט] פון פיוט, איז שטארק אויסגעברייטערט געווארן דאס שאפונג פון פיוטים, און האט אוועקגעשטעלט א גאנצע סעריע פון פיוטים אויף יעדן פון די שבתים און ימים טובים, צו זאגן ביי די ברכות קריאת שמע און שמונה עשרה.
דער בארימטער גאון און פילאזאף רבינו סעדיה בן יוסף (ד'תרמ"ב–ד'תש"ב) רעכנט אויס צווישן די ערשטע מייסטער-פייטנים יוסי בן יוסי, יניי, און זיין תלמיד רבי אלעזר הקליר, פון וועמען קיינעמס לעבנס-דאטומען קען נישט ווערן פעסטגעשטעלט מיט זיכערקייט[4]. אנדערע באקאנטע פייטנים פון יענע תקופה אין ארץ ישראל, וועלכע זענען ווי עס שיינט געווען טעטיג איידער ארץ ישראל איז געווארן איינגענומען דורך די אראבער (ד'שצ"ו), זענען: שמעון בן מגס הכהן, רבי חדותא בירבי אברהם, יהושע הכהן, און יוסף ברבי ניסן משוה קריתים. אין זייער תּקופה האט זיך ענדגילטיג אויסגעקלארט די סטרוקטורעלע ראמען פון מערסטנס קלאסישע פיוט-סארטן. אפילו נאכדעם וואס ארץ ישראל איז פארכאפט געווארן דורך די אראבער, האבן אלע גרויסע פייטנים געארבעט אין מזרח; פון דעמאלט ביזן אנהייב פונעם 11טן יארהונדערט האט די דאזיגע ליטעראטור געבליט; עס איז געשאפן געווארן א גרויסע כמות פיוטים. צום ערשטן מאָל האבן פייטנים פון אויסלאנד, ווי רבי שלמה סולימאן בן עמר אלסנג'ארי, ניסי אלנהרואני, רבי סעדיה גאון, יוסף אלברדאני און אנדערע, אנגעהויבן צו ערשיינען.
רב סעדיה איז געווען א הייסער שטיצער פון פיוטים אין בבל. אבער די אידישע פּאעזיע האט זיך דארט אנגעשטויסן אין שטארקע אפּאזיציע אלס אַן אומנויטיגער חידוש אין דער ליטורגיע. פארט האבן די פיוטים איבערגעלעבט אין בבל אויך, ווייל דער המון עם האט רעאגירט אויף פּאָעטישע לידער, וואָס האבן געשטעלט זייערע ליידן אין א רעליגיעזן קאנטעקסט.
זינט די ענדע תקופת הגאונים, דורכאויס די אייראפעאישע מיטלאלטער, זענען די פייטנים געווארן גאר אסאך אין אלע גרעסערע אידישע ישובים, און פיוטים זענען געווען די מערסט קולטיווירטע פאָרעם פון העברעאישע ליטעראטור, הויפטזעכליך אין דייטשלאנד, פראנקרייך, איטאליע און שפאניע[5]. גראמען איז איינגעפירט געווארן אין שפאניע, וואו פיוטים האבן דערגרייכט דעם הויכפונקט פון איר אנטוויקלונג.[אויסקלארונג פארלאנגט]
נאך טיף אין אלף השישי זענען ווייטער געשריבן געווארן פיוטים, אבער נאר זעלטן זענען די דאזיגע שפּעטערדיגע לידער געמאכט געווארן א טייל פון נארמאלע ליטורגיען.
קונסט און סטיל
די פיוטים זענען פאכמאניש באצירט געווארן מיט פארשידענע קונסטווערק צו באשיינען דעם פיוט און פארשענערן. אריינגערעכנט די אקראסטיך, גראמען, מעטער, מליצות, און כינוים.
די גאר ערשטע פיוטים זענען בעיקר געווען באצירט מיט די אקראסטיך פון די אלף בית, און זענען געווען מיט קורצע פראזן, ענדליך צו די לשון המקרא, טייל פון זיי זענען אויך געווען מיט א פונקטליכע מעטער, לויט די צאל ווערטער(א-ל אדון). זיי האבן בכלל נישט פארמאגט די איינגשאפט פון גראם.
דער קלאסישער סטיל פיוט זענען די פיוטים געווען איינגעטיילט אין סטראפעס [בתים], א געווענליכער פיוט האט פארמאגט א סיסטעם פון פיר שורות פער בית, און יעדער שורה פונעם בית האט זיך געענדיגט מיט אן אייניגער גראם (אדער דריי שורות גראמען און דערנאך א "פזמון"), אבער עס זענען געווען נאך א צאל סיסטימס וויאזוי די בתים זענען אויסגעשטעלט. דער שפיץ פונעם בית איז געווען באזירט לויט אקראסטיך פון דעם מחבר פונעם פיוט, אדער די אלף בית און תשר"ק, טייל מאל געדאפלט עטליכע מאל. און איז געווען שטארק באזירט אויף די מדרשי חז"ל. די מעטער איז נישט אלעמאל געווען אייניג, אבער מען זעט אן א נאטירליכע איינהייטליכקייט צווישן די שורות.
די ספרדי'שע סטיל פיוט, האט גענומען פון די אראבער גאר א דעטאליטערטער "מעטער" (משקל), וואו די טראפן פון יעדן שורה זענען איינגעטיילט אויף א פונקטליכן סדר. דאס איז איינגעטיילט געווארן צווישן די "יתד" (א שוא מיט נאך א זילבע) און "תנועה" (א פשוטע זילבע), און האט ארויסגעוויזן א גרויס קונסטליכקייט וואס האט זיך אויסגעצייכנט אין לשון קודש, מער ווי אין די אנדערע שפראכן. דער סטיל איז אויסגעשטאנען קעגנערשאפט פון טייל, און האט זיך ערווארבן אין א מחלוקה צווישן תלמידים פון דונש בן לברט און מנחם בן סרוק. אויך האבן זיי פארמאכט מער קורצע פראזן, און אויסדרוקן באזירט אויף לשון מקרא.
די אשכנז'ישע און צרפת'ישע סטיל איז נישט געווען געבויט מיט א מעטער פון טראפן, טייל האבן אבער יא פארמאגט א מעטער לויט די צאל ווערטער. זיי האבן פארמאגט מער קאמפליצירטע אויסשטעלן פון גראמען, ווי באזונדע גראמען אויפ'ן ערשטן טייל שורה ("דלת") און אויפ'ן לעצטן טייל ("סוגר").
סארטן פיוטים
די נעמען פון די פיוטים קענען זיין באשטימט באזירט אויף זייער ארט אין די נוסח התפילה, אדער אויף זייער סרוקטור אין סטיל וויאזוי זיי זענען אהערגעשטעלט. אין פארשידענע תּקופות זענען געוויסע סארט פיוטים געווען מער פארשפּרייט ווי אנדערע.
לויט די דאווענען
די סעריע פון פיוטים וואס ווערן געזאגט אין די תפילת עמידה ווערן אנגערופן קרובות אדער קרוב"ץ, שפעטער האט מען אנגעהויבן נוצן דעם נאמען אויך אלס שם הכולל אויף פיוטים אין אלגעמיין, בעיקר אין אשכנז. די קרובה סעריע זעלבסט איז אויך איינגעטיילט אין א צאל סארטן; די פיוטים וואס זענען איינגעטיילט אין אן אייניגע סיסטעם פאר אלע זיבן ברכות פון דעם שבת'דיגן אדער יום-טוב'דיגן חזרת הש"ץ ווערט גערופן שבעתא צוליב די זיבן ברכות אין די עמידות; די קרובה וואס איז איינגעטיילט צווישן די אכצן ברכות פון א וואכנדיגער שמונה עשרה ווערט אנגערופן קרובת שמונה עשרה.
די מערסט דאמינירנדער טיפ פון די פארצייטישע פיטנים איז דער קדושתא סארט קרובה, דאס איז אויסגעשטעלט בלויז אויף די ערשטע דריי ברכות פון די חזרת הש"ץ, אריינגערעכנט די פסוקים פון קדושה וואס ווערן געזאגט ביים דריטן ברכה פון "הא-ל הקדוש". דער קדושתא פלעגט ווערן אלס ברייט פארצווייגטע סעריע וואס ענטהאלט אין זיך א רייע מיט פיוטים, אנגעהויבן פונעם מגן - ביים ערשטן ברכה "מגן אברהם", דערנאך מחיה - ביים צווייטן ברכה פון "מחיה המתים", און משלש - ביים דריטן ברכה, דאס איז נאכגעפאלט געווארן מיט רייע פיוטים וואס זענען געווענליך געווען געבויט מיטן זעלבן סטרוקטורעלן כאראקטעריסטיק, דער סעריע איז אויסגעפירט געווארן מיטן סילוק וואס האט געדינט אלס אריינפיר צו די פסוקים פון קדושה, און עווענטועל אלס פארזאג פארן חזן בעפאר די פסוקים.
די פיוטים וואס געהערן צו די ברכות בעפאר און נאך קריאת שמע ביי שחרית זענען די יוצרות, אויך דער טערמין האט מען שפעטער גענוצט צו באצייכענען אין אלגעמיין פיוטים ביים דאווענען. דער יוצר סעריע האט פארמאגט אונטער זיך א סיסטעם פון פיוטים, באשטימט לויט די ברכה אין וואו זי האט זיך געפינען. דאס האט אריינגערעכנט : יוצר - געזאגט אנהייב פון די ברכה יוצר אור; אופן - צווישן די פסוקים "קדוש" און "ברוך כבוד" [ביי די נוסח פון "והאופנים וחיות הקודש"]; מאורה - געזאגט בעפאר'ן אויסלאז פון די ברכה "יוצר המאורות"; און אהבה - געזאגט בעפאר'ן אויסלאז "הבוחר בעמו ישראל באהבה", איידער קריאת שמע. און דערנאך זולת - געזאגט נאך די ווערטער אֵין אֱ-לֹהִים זוּלָתֶךָ; און גאולה - איידער'ן אויסלאז פון די ברכה "גאל ישראל". די יוצרות-פיוטים זענען בעיקר פארשפרייט געווארן הערשט ביים צווייטן תקופה פון פיוט, דורכאויס תקופת הגאונים. עס זענען אויך פארהאן פיוטים באשטימט צו באצירן די ברכות קריאת שמע פון מעריב. זיי ווערן אנגערופן מערבית.
אין צוגאב צום אלגעמיינעם סעריע, זענען געוואן פארברייטערטע פיוטים אינערהאלב די קרובות, זיי האבן פארמאכט אייגענע נעמען לויט זייערע געלעגנהייטן. דאס רעכנט אריין תּקיעתא, וואס באצירט די פסוקים פון מלכויות, זכרונות און שופרות, ביי די מוסף־שמונה עשרה אום ראש השנה; דער סדר העבודה (וואס שילדערט די קרבנות יום הכפורים אין דער צייט וואס דער בית המקדש איז געשטאנען), אין דער חזרת הש"ץ פון מוסף יום הכפורים; די אזהרות פון שבועות, וואָס רעכענען אויס די ליסטע פון 613 מצוות אין דער תורה; אדער די פיוטים פון טל און גשם פאר שמיני עצרת און דעם צווייטן טאג פסח.
דער אריינפיר פיוט וואס דער חזן זאגט איידערן אנהויבן דעם דאווענען ווערט אנגערופן א רשות, צווישן דעם איז דער פיוט מסוד חכמים און אוחילה לא-ל, אין דעם איז אויך אריינגערעכנט דעם רשות לחתן תורה, פון די עליה פון שמחת תורה, און דער רשות למתרגם פון די קריאה פון שבועות, א שטייגער ווי דער פיוט אקדמות. די הושענות זענען ספעציעלע פיוטים פאר סוכות צו זאגן ביים ארומגיין דעם בימה מיטן די ארבעה מינים.
די וואכנדיגע קרובות פאסט-טעג האבן אריינגרעכענט סליחות - פיוטים צו זאגן אינערהאלב דעם זעקסטן ברכה פון "סלח לנו", סליחות זענען אויך פארפאסט געווארן פאר חודש אלול און עשרת ימי תשובה; בעת אום תשעה באב זענען פארפאסט געווארן די קינות - אלס המשך צום קרובה וואס האט אריבערגעשפרייזט די ברכות פון שמונה עשרה און האט אויסגעפירט מיט א לענגערע סעריע פון פיוטים ביים ברכה פון "בונה ירושלים". די סליחות און קינות זענען אין שפּעטערדיגע תקופות געווארן גערוקט געווארן צו זאגן נאכן ענדיגן די חזרת הש"ץ.
אין די פריע תקופת הפיוט זענען די פיוטים בעיקר געווען געאייגנט בלויז פאר די מחויב'דיגע תפילות, ווי אויך א קליינע צאל פיוטים פאר ברכת המזון, בעיקר פאר ספעציעלע צערעמאניעס, אזוי אויך זענען אין דער תקופה פארפאסט געווארן אשכבה פיוטים (אדער צידוק הדין) פאר א לוויה. שפעטערדיגע פייטנים האבן אויך צוגעלייגט פיוטים פאר זמירות ביי די סעודות פון שבת און יום טוב, און פאר נאך אנדערע געלעגהייטן.
לויט די סטיל
די פיוטים ווערן אויך אנגערופן מיט נעמען באזירט אויף זייער סטיל און סטרוקטור-געבוי. א שטייגער ווי פזמון, רהטא, שלמונית, קיקלר אא"וו.
זאמלונגען פון פיוטים
ווי ווייט פיוטים זענען אינטעגרירט געווארן אין דאס דאווענען איז אנדערש אין צייט און אָרט. אין אלטע צייטן איז געווען א שטארקע קעגנערשאפט צו דער פיוט ליטעראטור, בעיקר פון דער גרויסער ישיבה אין בבל. פונדעסטוועגן, זעט אויס, אז עס איז געווען א ברייטע באנוץ פון פיוטים אין רוב פון די ערשטע מזרח-קהילות. אין דער דאזיגער צייט זענען נאך נישט געווען קיין פארפעסטיגטע זאמלונג פון פיוטים, פאר דער געברויך פון פארשידענע געמיינדעס. ענדערש, האט יעדער חזן געזאגט פיוטים לויט זיין געשמאק און אויסוואל. ערשט אין שפּעטערדיגע תקופות, ווען די געמיינדעס האבן שטערקער טייל-גענומען אין דאוונען, זענען פּראקטיצירט געווארן די באשטימטע רעציטאציע פון געוויסע פיוטים פאר פארשידענע ליטורגישע געלעגנהייטן.
די דאזיגע פארפעסטיגטע תפילות, וואס האבן זיך געמערט, האבן געבראכט צו די זאמלונגען פון פיוטים (מחזורים, ספרי סליחות און קינות), וואס האבן פעסטגעשטעלט פאר יעדן געלעגנהייט שטיקלעך פון פיוטים, וואָס זייער רעציטאציע איז איבערגע'חזר'ט געווארן יאר נאך יאר. לכתחילה האט יעדער קהילה געגרינדעט אַן אייגענע זאמלונג, געווענליך דורך אויסקלייבן פיוט-שטיקער און צולייגן די ווערק פון ארטיגע קאמפּאזיטארן. אין א שפּעטערדיגער תקופה, האבן זיך אלץ מער פארווישט די אונטערשידן צווישן די זאמלונגען פון פיוטים פון די פארשידענע קהילות, און מיט דער ערפינדונג פון דרוקן האבן זיך אויסגעקריסטאליזירט פאראייניגטע זאמלונגען פון פיוטים פאר פארשידענע תפילות.
דרויסנדיגע לינקס
- פיוטים ומהותם אויף אידטיש
- "פיוט", JewishEncyclopedia.com (ענגליש)
- הקדושתא, הרב יעקב לויפער, קובץ חצי גבורים - פליטת סופריהם, קובץ י, זייטן רסג-שב.
ביאורים
רעפערענצן
- ↑ שו"ת הר"י מיגאש (סימן רד): "וביאור מילת פיוט עיקרה מלשון שירה מלשון יון שקוראים למשורר פיטאנ"א".
- ↑ בראשית רבה, פרשה פ"ה, פסקה ב'; ילקוט שמעוני, דניאל, רמז א'ס"ג
- ↑ ויקרא רבה, פרשה ל'; באבער (רעדאקטאר), פסיקתא, קעט, א; צונץ, 'Gottesdienstliche Vorträge', זייט 380; צונץ, 'Synagogale Poesie des Mittelalters', זייט 60
- ↑ רב סעדיה גאון, ספר האגרון, הקדמה דף ג, ב
- ↑ צונץ ("ליטעראַטורגעשיכטע") ציילט איבער 900 נעמען פון פּייטנים.