איש בושת
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:באאמטער
פאראמעטער [ קבורה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
| געבורט | ב'תתמ"ו | ||||
|---|---|---|---|---|---|
| נהרג |
ב'תתצ"ב (אלט: 46 בערך) מחניים | ||||
| קבורה | חברון (בלויז זיין קאפ) | ||||
| מדינה | ארץ ישראל | ||||
| תארים | מלך ישראל | ||||
| פאטער | שאול | ||||
| מוטער | אחינועם בת אחימעץ | ||||
| |||||
איש בושת מלך ישראל (אריגינעל אֶשְׁבַּעַל) איז געווען א זון פון שאול המלך, און האט געהערשט איבער דעם פאלק נאך זיין פאטער אין דער צייט ווען דוד איז געווען קעניג איבער בלויז שבט יהודה. ער איז געקומען צו דער פאזיציע דורך די באמיאונגען פון אבנר בן נר. ער איז געווען א שוואכער מלך, אבער דער איינציגער יורש פון שאול, נאך וואס זיינע ברידער זענען אומגעקומען אין גלבוע. נאך צוויי יאר קעניגן, ווען ער האט זיך צעקריגט מיט אבנר, איז זיין מלוכה אונטערגעגאנגען.
אפשטאם און נאמען
איש בושת איז געווען דער זון פון שאול און זיין ווייב אחינועם בת אחימעץ. זיינע ברידער זענען געווען יהונתן, אבינדב, און מלכי-שוע, וועלכע זענען אלע אומגעקומען צוזאמען מיט שאול אין דער שלאכט קעגן די פלישתים.
דער נאמען "איש בושת", וויאזוי ער ווערט אנגערופן דורכאויס ספר שמואל מיינט בוך-שטעבליך "מאן פון שאנד". אין ספר דברי הימים וואו עס ווערן אויסגערעכנט די קינדער פון שאול ווערט ער גערופן "אֶשְׁבָּעַל"[1] (דאס איז לויט רוב מפרשים; רבינו תם האלט אז אשבעל איז מפיבושת[2]).
די מפרשים[מקור פארלאנגט] זענען מסביר אז דער אריגינעלער נאמען איז געווען אשבעל, נאר די נביא האט געטוישט פון "בעל" צו "בושת" נאך וואס די אידן האבן אנגעהויבן דינען דעם כנענישן אפגאט בעל, כדי נישט צו דערמאנען עבודה זרה[3]. (ענליך טרעפט מען ביי "ירובעל", דער צונאמען פון גדעון[4], וואס ווערט דערמאנט אין ספר שמואל אלס "ירובושת"[5].) אין דער באדייט פונעם נאמען אשבעל זאגן טייל, אז בעל איז אין יענע צייטן געווען א כינוי פאר'ן אויבערשטן, און דער נאמען באדייט "יש-בעל", דהיינו "ס'איז דא א האַר"[6].
טייל מפרשים אידענטיפיצירן אים אויך מיט יִשְׁוִי וועלכע ווערט דערמאנט צווישן שאול'ס זין אין ספר שמואל[7]. עס ווערט ערקלערט אז 'ישוי' איז פארקירצט פון 'יֵשְׁיָהוּ', און עס איז אויב אזוי סינאנים מיט "אשבעל"[8].
אין יאר תשע"ב (2012) האבן ארכעאלאגן אנטדעקט אין חורבת קייאפה אן אויפשריפט אויף א 3,000-יאר-אלטן קריגל וואס טראגט דעם נאמען "אשבעל בן בדע". הגם די פארשער גלויבן אז דאס מיינט נישט דעם קעניג איש בושת אליין, איז דאס די ערשטע מאל וואס דער נאמען "אשבעל" איז געפונען געווארן אין אן ארכעאלאגישן אויפשריפט פון יענער תקופה[9][10].
קעניגרייך
איש בושת איז נישט געווען שאול המלכ'ס עלטסטע זון, אבער שאול המלך איז אומגעקומען מיט צוויי פון זיינע דריי זין דורכאויס א שלאכט קעגן די פלשתים אויפן בארג גלבוע, איז איש בושת געבליבן דער איינציגער יורש.
שבט יהודה האט דאן געקרוינט דוד אלס קעניג איבער זיי אין חברון, אין דער צייט וואס אבנר בן נר, דער הויפט-גענעראל פון שאול המלך, האט גענומען איש בושת און אים אריבערגעפירט קיין מחנים, מזרח פונעם ירדן טייך, וואו אבנר האט אים פראקלאמירט אלס קעניג איבער גלעד, אשור, יזרעאל, אפרים, בנימין, און גאנץ ישראל[11].
איש בושת איז געווען פערציג יאר אלט ווען ער האט אנגעהויבן קעניגן, און זיין אפיציעלע רעגירונג האט געדויערט צוויי יאר[12]. איש בושת ווערט געשילדערט אלס א שוואכער הערשער וואס איז געווען שטארק אפהענגיג אין אבנר בן נר פאר זיין מאכט און לעגיטימיטעט.
דוד האט לכתחילה נישט געזוכט זיך צו טשעפען מיט איש בושת, און יעדער האט זיך געקעניגט אויף זיין חלק, ביז אבנר בן נר האט אנגערייצט דוד'ס לייט צו א קריג[13]. ביי א באגעגעניש ביי א באסיין נעבן גבעון האט ער אנגעבאטן אז יונגען זאלן שטיפן א שלאכט, אבער דער שפיל האט זיך געענדיגט מיט א טויטליכער קריג[14]. פון דאן איז געווען א לאנגע קריג צווישן בית שאול און בית דוד[15]; יואב בן צרויה מיט זיינע ברידער זענען געשטאנען איז שפיץ פון דוד'ס לייט, און אבנר בן נר איז געשטאנען אין שפיץ פון איש בושת'ס לאגער. דוד'ס לייט זענען אלץ געווארן שטערקער און גרעסער, ווען איש בשת'ס לאגער ווערט אלץ שוואכער[16].
דער סכסוך מיט אבנר און דער מפלה
דער ווענדפּונקט פון זיין מלוכה איז געווען א פערזענליכער סכסוך מיט אבנר בן נר. איש בושת האט באשולדיגט אז אבנר האט גענומען שאול'ס קעפּסווייב (פילגש), רצפה בת איה, פאר א ווייב. אבנר איז געווארן שטארק באליידיגט פון דער טענה און האט באשלאסן אריבערצוגיין צו דוד'ס זייט און העלפן פאראייניגן דאס קעניגרייך אונטער דוד. אלס באדינג פאר א שלום אפמאך, האט דוד געפאדערט מען זאל אים צוריקגעבן זיין ווייב מיכל, שאול'ס טאכטער, און איש בושת האט נאכגעגעבן די פאדערונג[17].
אבנר האט אויך אנגעהויבן ארומגיין ביי די שבטים זיי אריבערצוברענגען צו דוד'ס זייט, אבער יואב און אבישי האבן אים אומגעברענגט אלס נקמה אויף וואס ער האט פריער גע'הרג'עט זייער ברודער עשאהל. מיט אבנר טויט איז איש בושת'ס שטאנד שטארק אפגעשוואכט געווארן, ער איז געבליבן אן קיין שטיצע און "זיינע הענט זענען געווארן שוואך"[18].
זיין טויט
און בַעֲנָה מיט רֵכָב די זין פון רימון, צוויי ברידער וועלכע זענען געווען הויפטן אין די מיליטער, האבן ערמארדעט איש בושת און געברענגט זיין קאפ פאר דוד.
דוד איז געווען שטארק נישט צופרידן פון די צוויי מארדן. ער האט געלאזט טרויערן איבער אבנר בן נר און אויסגעדריקט אומצופרידנקייט פון יואב און אבישי. איש בושת'ס מערדער האט ער גע'הרג'עט און געהאנגען ביים באסיין נעבן חברון, און ער האט באגראבן זיין קאפ מיט אבנר אין חברון[19].
כראנאלאגיע
אין די פסוקים שטייט אז פון ווען שאול המלך איז אומגעברענגט געווארן ביז דוד המלך איז געקרוינט געווארן אין ירושלים האט דוד געוויילט אין חברון פאר א משך פון זיבן יאר און זעקס חדשים[20]. ערגעץ ווען אין יענע צייט איז איש בושת געווען קעניג צוויי יאר[12]. מלכות ישראל איז אויב אזוי געווען בטל פאר פינף יאר אינצווישן[21].
די מפרשים דינגען זיך גענוי וואס דער סדר הדברים איז געווען. רש"י לערנט אז צוערשט זענען געווען פינף יאר אן קיין קעניג, דערנאך מלכות איש בשת פאר צוויי יאר (ב'תתצ"א-ב'תתצ"ב), און דערנאך איז געווען זעקס חדשים ביז דוד איז געווארן קעניג איבער גאנץ כלל ישראל[22]. תוספות לערנט אז אבנר האט גע'שתדל'ט א האלב יאר צו קרוינען איש בושת, צוויי יאר איז ער געווען קעניג (ב'תתפ"ו-ב'תתפ"ז), און דערנאך זענען געווען פינף ליידיגע יארן[23]. טייל מפרשים לערנען אז איש בושת האט געקעניגט די גאנצע זיבן יאר; די צוויי יאר וואס דער פסוק דערמאנט זענען ווען ס'איז נאך געווען שלום, און די לעצטע פינף יאר איז געווען א מלחמה[13].
ביבליאגראפיע
- יהודה קיל, תנ"ך עם פירוש דעת מקרא יב (שמואל ב), ירושלים, תשמ"א
- שמואל אפרים ליונשטאם, "אשבעל", אנציקלופדיה מקראית א, מוסד ביאליק: ירושלים, תשל"ו, זייטן 749–750. אָנליין ווערסיע פונעם בוך (פאר ערלויבטע), אויפ'ן "כותר" זייטל
- ר' משולם קאמינער, יודישע געשיכטע לויט דער תורה: די ערשטע מלכים ביי יודען, עמ' 51–59
- חיים שויס, די גרויסע אידישע געשיכטע: פון די עלטסטע צייטען ביז אויף היינט, באנד 2, ניו יארק, 1919, זז' 44–59
דרויסנדיגע לינקס
- א משהו מער - פינחס גלויבער, "די געשיכטע פון איש בושת וועלכער האט געקעניגט אויף רוב כלל ישראל צווישן שאול און דוד המלך". ערשטן טייל: פון מחניים ביז א ברידער-קריג אין גבעון; צווייטן טייל: אבנר פארלאזט איש בושת און גייט אריבער צו דוד; דריטן טייל: דער טראגישער סוף פון איש בושת, און דוד המלך אלס קעניג אויף גאנץ כלל ישראל, אידיש24
רעפערענצן
- ↑ דברי הימים א' ח, לג.
- ↑ תוספות, יבמות עט, א, ד"ה ארמוני ומפיבושת.
- ↑ פארגלייך: וַיִּנָּזְרוּ לַבֹּשֶׁת (הושע ט, י); מִזְבְּחוֹת לַבֹּשֶׁת מִזְבְּחוֹת לְקַטֵּר לַבָּעַל (ירמיה יא, יג)
- ↑ שופטים ו, לב.
- ↑ שמואל ב' יא, כא.
- ↑ קיל זייט שכו.
- ↑ מצודות אויף שמואל א' יד, מט און אין דברי הימים א' ח, לג.
- ↑ ליונשטאם.
- ↑ Robin Ngo, Biblical Name Eshbaal Found Outside of the Bibl, Biblical Archaeology Society, June 5, 2015.
- ↑ אבי בליזובסקי, מי אתה אשבעל בן בדע? האם התגלתה מזכרת מתקופת המלוכה הקדומה?, באתר "הידען", יוני 16, 2015.
- ↑ שמואל ב' ב, ט: "אֶל הַגִּלְעָד וְאֶל הָאֲשׁוּרִי וְאֶל יזְרְעֶאל וְעַל אֶפְרַיִם וְעַל בִּנְיָמִן וְעַל ישְׂרָאֵל כֻּלֹּה". די מפרשים לערנען דערפון אז זיין קרוינונג איז טאקע צוגעגאנגען אזוי, ווען צוערשט האט ער געקעניגט בלויז איבער געוויסע געגנטן, און צוביסלעך האט ער אויסגעברייטערט זיין הערשאפט איבער גאנץ ארץ ישראל (מצודות דארט).
- ↑ 12.0 12.1 שמואל ב' ב, י.
- ↑ 13.0 13.1 רלב"ג און מלבי"ם אויף שמואל ב' ב, י.
- ↑ שמואל ב' ב, יא–לב.
- ↑ שמואל ב' ג, א.
- ↑ לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) פעלט נאמען פון ספר.[[ {{{1}}}|{{{1}}}]] {{{2}}}.
- ↑ שמואל ב' ג, יד.
- ↑ שמואל ב' ד, א.
- ↑ שמואל ב' ג, ז–לט.
- ↑ שמואל ב' ה, ה.
- ↑ סנהדרין קז, א; סדר עולם פרק י"ג.
- ↑ רש"י, סנהדרין כ, א, ד"ה ששהה מלכות בית דוד.
- ↑ דאטומען לויט אברהם אריה ליב עקביא, סדרי זמנים לפי המסרת, תל אביב, תש"ג, עמ' 118, אויף אוצר החכמה (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע), פארראכטן לויט די "כללי השוואה" דארט זייט 3.
| מלכי יהודה וישראל | |||||
|---|---|---|---|---|---|
| פאראייניגטע מלכות ישראל | שאול המלך • (איש בושת) • דוד המלך • שלמה המלך | ||||
| מלכי יהודה | רחבעם • אביה • אסא • יהושפט • יהורם • אחזיהו • עתליה • יהואש • אמציה • עוזיהו • יותם • אחז • חזקיהו • מנשה • אמון • יאשיהו • יהואחז • יהויקים • יהויכין • צדקיהו | ||||
| מלכי ישראל | ירבעם בן נבט • נדב • בעשא • אלה • זמרי • תבני • עמרי • אחאב • אחזיהו • יורם • יהוא • יואחז • יואש • ירבעם בן יואש • זכריהו • שלום • מנחם • פקחיה • פקח • הושע | ||||
| בית חשמונאי |
| ||||
| מלכי בית הורדוס | הורדוס • ארכעלאאס • הורדוס אנטיפס • פיליפוס • אגריפס דער ערשטער • אגריפס דער צווייטער | ||||