רוי:פיוט
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
א פיוט (לשון רבים: פיוטים) איז א קונסטליכער פאעטישער שאפונג, אין פארם פון א געדיכט, וואס איז אריינגעשטעלט געווארן אלס הוספה צו די ליטורגיע (נוסח התפילה), בעיקר אין ספעציעלע שבתים און ימים טובים. א פיוט ברענגט ארויס אין פאעטישע שטריכן געפילן פון לויב, געבעט אדער קלאג. עס זענען פאראן פארשידנארטיגע מנהגים וואספארא פיוטים צו זאגן ביים דאווענען, און אויף וועלכן אופן. מערסטנס פיוטים פאלגן נאך א פּאעטישע סכעמע, ווי אן אקראסטיך לויט די סדר פון די אלף בית אדער טוען אויסלייגן דעם נאמען פונעם מחבר.
דאס ווארט פיוט שטאמט פונעם גריכישן טערמין פאר פאעזיע, פיללייכט מער דירעקט פון ποιητής (פּאָעט, שאַפער)[1]. דער מחבר פון א פיוט ווערט גערופן "פּייטן", אַ ניי-לשון-קודש׳ער פאָרם וואָס שטאמט פון "פּיוט". אין מדרש ווערט דאָס וואָרט "פּיוט" גענוצט בלויז אין דער אלגעמיינער זין פון "פיקציע"[2], בשעת "פּייטן" ווערט גענוצט אין טעכנישן זין פון א פארפאסער פון שול פּאָעזיע. רבי אלעזר, זון פון רבי שמעון בן יוחאי, איז גערופן געווארן א לערנער פון תנ"ך און משנה, א פייטן און א דרשן[3].
היסטאריע
דאס זאגן לויב צו השי"ת דורך א לידער, געפינט מען שוין אין תנ"ך, ווי דער שירת הים און שפעטער דער ספר תהלים, אבער אויפ'ן סגנון פון א "פיוט" האט זיך אנגעהויבן שפעטער, אין ראם פון די אנטוויקלונג פון די אנגענומענע נוסח התפילה. דער אנהייב פונעם פארברייטערונג פון פיוט איז אומקלאר זינט עס איז פארהאן ווייניג עדות איבער יענעם תקופה, מען געפינט אבער אין גמרא געוויסע לידער אויפ'ן פיוט-סטיל. לויט די פיוט פארשער האבן די פיוטים געדינט אלס פארברייטערונג פונעם נוסח התפילה, אין א צייט וואס דער שליח ציבור האט געקענט פארפאסן זיין אייגענעם נוסח צו זאגן די באשטימטע ברכות. מען געפינט סימנים פון אור-אלטע פיוטים אין די פארשידענע באשטימטע נוסחאות התפילה א שטייגער ווי א-ל ברוך גדול דעה פון ברכת יוצר אינדערוואכן, און א-ל אדון אום שבת. אזוי אויך דער ברכה פון ישמח משה טוען געוויסע משער זיין אלס טייל פון א "שבעתא" וואס איז געלאפן לויט די סדר הא"ב פאר יעדן ברכה דריי אותיות, און פארן פערטן ברכה די אותיות י-כ-ל (ישמח, כליל, לוחות; דער "ושני" איז לויט זיי א שפעטערדיגע הוספה), אויך תכנת שבת לויפט אויפן סדר תשר"ק.
די פארצייטישע פיוטים קענען דערקענט ווערן מיט זייער ערהאבענעם סטיל און כאראקטעריסטישן ריטם; זיי נוצן נישט קיין גראם, זיי האבן אבער געקענט זיין געבויט לויט א מעטער. טייל האבן אויך פארמאגט אקראסטיך פון אלף-בית, א זאך וואס מען געפינט שוין אין געוויסע מזמורים אין תהלים און משלי. עס איז נישט באקאנט קיין נעמען פון מחברים, און זייער אידענטיטעט איז נישט פארצייכנט געווארן אויפ'ן פיוט. אין די סידורים פון די גאונים געפינט מען אויך א גרויסע צאל פיוטים, א שטייגער ווי די אזהרות אויף שבועות און די פיוטי "עבודה" פון יום כיפור.
טייל ראשונים שרייבן אז די פיוטים זענען ערשינען אלס בכוונה'דיגער פארשלייערטער ענטפער צו רדיפות, דאס באציט זיך צו א גזירה פונעם ביזאנטישן קייסער יוסטיניאן דער ערשטער (ד'שי"ג) וואס האט פארבאטן דאס לערנען תורה. און וויבאלד די ליטורגיע זעלבסט איז נישט געווארן פארבאטן, האט מען גענוצט די פיוטים אריינצופלעכטן יסודות'דיגע הלכות און מצוות, און צו לערנען אמונה בה' און אהבת התורה והמצוות.
רב סעדיה גאון (ד'תרמ"ב–ד'תש"ב) רעכנט אויס צווישן די ערשטע מייסטער-פייטנים יוסי בן יוסי, יניי, און זיין תלמיד רבי אלעזר הקליר. פון וועמען קיינעמס לעבנס-דאטומען קען נישט ווערן פעסטגעשטעלט מיט זיכערקייט[4]. עס איז אנגענומען אז זיי האבן געוואוינט אין ארץ ישראל, ביים תקופה פון סוף חתימת התלמוד. אנדערע באקאנטע פייטנים פון יענע תקופה אין ארץ ישראל, זענען: שמעון בן מגס הכהן, רבי חדותא בירבי אברהם, יהושע הכהן, און יוסף ברבי ניסן משוה קריתים. יענער תקופה ווערט באצייכנט לויט די פארשער אלס די "קלאסישער תקופה" פון פיוט, אין יענער צייט איז שטארק אויסגעברייטערט געווארן דאס שאפונג פון פיוטים, אין זייער תּקופה האיז אוועקגעשטעלט געווארן די סטרוקטורעלע ראמען פון מערסטנס אנגענומען סארטן פיוטים. די פייטנים האבן האט אוועקגעשטעלט באזונדערע סעריעס פון פיוטים פאר יעדן פון די שבתים און ימים טובים, צו זאגן ביי די ברכות קריאת שמע און שמונה עשרה. טייל פון זיי זענען נאך פארבליבן ביז היינט אין געוויסע נוסחאות התפילהף אנדערע זענען פארגעסן געווארן, פון וואס טייל זענען אפגעפונען געווארן אין די קאירא גניזה. דאס בליאונג פון פיוט אין ארץ ישראל האט אנגעהאלטן ביז אנהייב פונעם 11טן יארהונדערט.
אינדרויסן פון ארץ ישראל זענען די פיוטים הערשט אריינגעקמען דורך רבי שלמה סולימאן בן עמר אלסנג'ארי, ניסי אלנהרואני, רבי סעדיה גאון, יוסף אלברדאני און אנדערע, אנגעהויבן צו ערשיינען. אין בבל האט זיך דאס זאגן פיוטים אלס ערזאץ צום באשטימטן נוסח אנגעשטויסן אין שטארקע אפּאזיציע, טייל פון די גאונים האבן געהאלטן אז דער היתר איז נאר געווען צוליב שעת השמד, אנדערע האבן דאס מתיר געווען אזוי לאנג ווי מען האלט זיך צום ענין פון דער אריינפיר און אויספיר פון די ברכות וואס זענען באשטימט געווארן דורך די אנשי כנסת הגדולה. די מחלוקת האט אנגעהאלטן אויך שפעטער ווען די פיוטים זענעם אריינגעפלאכטן געווארן אלס צוגאב צום אנגענומען נוסח התפילה, און ביז היינט זענען דא פארשידענע מנהגים אין דעם לויט די קרייזן.
זינט די ענדע תקופת הגאונים, דורכאויס די אייראפעאישע מיטלאלטער, זענען ערשינען פרישע צענטערפונקטן וואו דער אידישער פיוט האט געבליט. א גרויסער צענטערפונקט איז געווען אין ספרד און אין פרובאנס אין די תקופה פון די גאלדענע עפאכע, די ארטיגע פייטנים האבן אריינגעברענט פרישע סטילן אין זייערע שאפונגען, און כמעט ווי ארויסעגשטויסן דעם מהלך פון די ארץ ישראל'דיגע פיוטים. אין אנדערע אייראפעאישע קהילות (ווי: איטאליע, אשכנז, גריכלאנד און צרפת) איז די השפעה פון ארץ ישראל'דיגע מנהגים געווען שטערקער, זיי האבן ממשיך געווען צו זאגן די פיוטים, און האבן געשאפן נייע אויף דעם זעלבן שטייגער. הערשט שפעטער האט אויך דארט אנגעהויבן אריינגעקומען שטריכן פון דעם ספרדישן סגנון. אין יענע תקופות זענען געווען פילע פייטנים אין אלע גרעסערע אידישע ישובים, און פיוטים זענען געווען די מערסט פארשפרייטע פאָרעם פון אידישע שאפונגען און תפילות[5]. דאן איז דער נוסח התפילה מער נישט ערזעצט געווארן, די פיוטים האבן בלויז געדינט אלס צוגאב אדער צו זאגן א אנדערע געלעגנהייטן.
קונסט און סטיל
די פיוטים זענען פאכמאניש באצירט געווארן מיט פארשידענע קונסטווערק צו באשיינען דעם פיוט און פארשענערן. אריינגערעכנט די אקראסטיך, גראמען, מעטער, מליצות, און כינוים.
די גאר ערשטע פיוטים זענען בעיקר געווען באצירט מיט די אקראסטיך פון די אלף בית, און זענען געווען מיט קורצע פראזן, ענדליך צו די לשון המקרא, טייל פון זיי זענען אויך געווען מיט א פונקטליכע מעטער, לויט די צאל ווערטער(א-ל אדון). זיי האבן בכלל נישט פארמאגט די איינגשאפט פון גראם.
דער קלאסישער סטיל פיוט זענען די פיוטים געווען איינגעטיילט אין סטאנצן [בתים], א געווענליכער פיוט האט פארמאגט א סיסטעם פון פיר סטראפעס [שורות] פער בית, און יעדער שורה פונעם בית האט זיך געענדיגט מיט אן אייניגער גראם (אדער דריי שורות גראמען און דערנאך א "פזמון"), אבער עס זענען געווען נאך א צאל סטילן וויאזוי אויסצושטעלן די שורות און גראנמען פונעם פיוט. דער ערשטער אות פון יעדן בית האט געפארעמט אן אקראסטיך פון דעם מחבר'ס נאמען, אדער לויט די אלף בית און תשר"ק, טייל מאל געדאפלט עטליכע מאל. די מעטער איז נישט אלעמאל געווען אייניג, אבער מען זעט אן א נאטירליכע איינהייטליכקייט צווישן די שורות. די פיוטים זענען געווען שטארק באזירט אויף די מדרשי חז"ל.
די אשכנז'ישע און צרפת'ישע סטיל איז געווען ווי א פארברייטערע המשך פון דעם קלאסישן סטיל וואס האט געשטאמט פון ארץ ישראל און דערנאך איטאליע. זיי זענען נישט געווען געבויט מיט א מעטער פון טראפן, טייל האבן אבער יא פארמאגט א מעטער לויט די צאל ווערטער.
די ספרדי'שע סטיל פיוט, האט גענומען פון די אראבער גאר א דעטאליטערטער "מעטער" (משקל), וואו די טראפן פון יעדן שורה זענען איינגעטיילט אויף א פונקטליכן סדר. דאס איז איינגעטיילט געווארן צווישן די "יתד" (א שוא מיט נאך א זילבע) און "תנועה" (א פשוטע זילבע), און האט ארויסגעוויזן א גרויס קונסטליכקייט וואס האט זיך אויסגעצייכנט אין לשון קודש מער ווי אין די אנדערע שפראכן. דער סטיל איז אויסגעשטאנען קעגנערשאפט פון טייל, און האט זיך ערווארבן אין א מחלוקה צווישן תלמידים פון דונש בן לברט און מנחם בן סרוק. זייערע פיוטים האבן פארמאגט מער קורצערע פראזן, און אויסדרוקן באזירט אויף לשון מקרא, און זענען נישט געווען אזיפיל באזירט אויף מדרשים. אויך האבן זיי מחדש געווען קאמפליצירטע אויסשטעלן פון גראמען, ווי באזונדע גראמען אויפ'ן ערשטן טייל שורה ("דלת") און אויפ'ן לעצטן טייל ("סוגר").
סארטן פיוטים
די נעמען פון די פיוטים קענען זיין באשטימט באזירט אויף זייער ארט אין די נוסח התפילה, אדער אויף זייער סרוקטור אין סטיל וויאזוי זיי זענען אהערגעשטעלט. אין פארשידענע תּקופות זענען געוויסע סארט פיוטים געווען מער פארשפּרייט ווי אנדערע.
לויט די דאווענען
די סעריע פון פיוטים וואס ווערן געזאגט אין די תפילת עמידה ווערן אנגערופן קרובות אדער קרוב"ץ, שפעטער האט מען אנגעהויבן נוצן דעם נאמען אויך אלס שם הכולל אויף פיוטים אין אלגעמיין, בעיקר אין אשכנז. די קרובה סעריע זעלבסט איז אויך איינגעטיילט אין א צאל סארטן; די פיוטים וואס זענען איינגעטיילט אין אן אייניגע סיסטעם פאר אלע זיבן ברכות פון דעם שבת'דיגן אדער יום-טוב'דיגן חזרת הש"ץ ווערט גערופן שבעתא צוליב די זיבן ברכות אין די עמידות; די קרובה וואס איז איינגעטיילט צווישן די אכצן ברכות פון א וואכנדיגער שמונה עשרה ווערט אנגערופן קרובת שמונה עשרה.
די מערסט דאמינירנדער טיפ פון די פארצייטישע פיטנים איז דער קדושתא סארט קרובה, דאס איז אויסגעשטעלט בלויז אויף די ערשטע דריי ברכות פון די חזרת הש"ץ, אריינגערעכנט די פסוקים פון קדושה וואס ווערן געזאגט ביים דריטן ברכה פון "הא-ל הקדוש". דער קדושתא פלעגט ווערן אלס ברייט פארצווייגטע סעריע וואס ענטהאלט אין זיך א רייע מיט פיוטים, אנגעהויבן פונעם מגן - ביים ערשטן ברכה "מגן אברהם", דערנאך מחיה - ביים צווייטן ברכה פון "מחיה המתים", און משלש - ביים דריטן ברכה, דאס איז נאכגעפאלט געווארן מיט רייע פיוטים וואס זענען געווענליך געווען געבויט מיטן זעלבן סטרוקטורעלן כאראקטעריסטיק, דער סעריע איז אויסגעפירט געווארן מיטן סילוק וואס האט געדינט אלס אריינפיר צו די פסוקים פון קדושה, און עווענטועל אלס פארזאג פארן חזן בעפאר די פסוקים.
די פיוטים וואס געהערן צו די ברכות בעפאר און נאך קריאת שמע ביי שחרית זענען די יוצרות, אויך דער טערמין האט מען שפעטער גענוצט צו באצייכענען אין אלגעמיין פיוטים ביים דאווענען. דער יוצר סעריע האט פארמאגט אונטער זיך א סיסטעם פון פיוטים, באשטימט לויט די ברכה אין וואו זי האט זיך געפינען. דאס האט אריינגערעכנט : יוצר - געזאגט אנהייב פון די ברכה יוצר אור; אופן - צווישן די פסוקים "קדוש" און "ברוך כבוד" [ביי די נוסח פון "והאופנים וחיות הקודש"]; מאורה - געזאגט בעפאר'ן אויסלאז פון די ברכה "יוצר המאורות"; און אהבה - געזאגט בעפאר'ן אויסלאז "הבוחר בעמו ישראל באהבה", איידער קריאת שמע. און דערנאך זולת - געזאגט נאך די ווערטער אֵין אֱ-לֹהִים זוּלָתֶךָ; און גאולה - איידער'ן אויסלאז פון די ברכה "גאל ישראל". די יוצרות-פיוטים זענען בעיקר פארשפרייט געווארן הערשט ביים צווייטן תקופה פון פיוט, דורכאויס תקופת הגאונים. עס זענען אויך פארהאן פיוטים באשטימט צו באצירן די ברכות קריאת שמע פון מעריב. זיי ווערן אנגערופן מערבית.
אין צוגאב צום אלגעמיינעם סעריע, זענען געוואן פארברייטערטע פיוטים אינערהאלב די קרובות, זיי האבן פארמאכט אייגענע נעמען לויט זייערע געלעגנהייטן. דאס רעכנט אריין תּקיעתא, וואס באצירט די פסוקים פון מלכויות, זכרונות און שופרות, ביי די מוסף־שמונה עשרה אום ראש השנה; דער סדר העבודה (וואס שילדערט די קרבנות יום הכפורים אין דער צייט וואס דער בית המקדש איז געשטאנען), אין דער חזרת הש"ץ פון מוסף יום הכפורים; די אזהרות פון שבועות, וואָס רעכענען אויס די ליסטע פון 613 מצוות אין דער תורה; אדער די פיוטים פון טל און גשם פאר שמיני עצרת און דעם צווייטן טאג פסח.
דער אריינפיר פיוט וואס דער חזן זאגט איידערן אנהויבן דעם דאווענען ווערט אנגערופן א רשות, צווישן דעם איז דער פיוט מסוד חכמים און אוחילה לא-ל, אין דעם איז אויך אריינגערעכנט דעם רשות לחתן תורה, פון די עליה פון שמחת תורה, און דער רשות למתרגם פון די קריאה פון שבועות, א שטייגער ווי דער פיוט אקדמות. די הושענות זענען ספעציעלע פיוטים פאר סוכות צו זאגן ביים ארומגיין דעם בימה מיטן די ארבעה מינים.
די וואכנדיגע קרובות פאסט-טעג האבן אריינגרעכענט סליחות - פיוטים צו זאגן אינערהאלב דעם זעקסטן ברכה פון "סלח לנו", סליחות זענען אויך פארפאסט געווארן פאר חודש אלול און עשרת ימי תשובה; בעת אום תשעה באב זענען פארפאסט געווארן די קינות - אלס המשך צום קרובה וואס האט אריבערגעשפרייזט די ברכות פון שמונה עשרה און האט אויסגעפירט מיט א לענגערע סעריע פון פיוטים ביים ברכה פון "בונה ירושלים". די סליחות און קינות זענען אין שפּעטערדיגע תקופות געווארן גערוקט געווארן צו זאגן נאכן ענדיגן די חזרת הש"ץ.
אין די פריע תקופת הפיוט זענען די פיוטים בעיקר געווען געאייגנט בלויז פאר די מחויב'דיגע תפילות, ווי אויך א קליינע צאל פיוטים פאר ברכת המזון, בעיקר פאר ספעציעלע צערעמאניעס, אזוי אויך זענען אין דער תקופה פארפאסט געווארן אשכבה פיוטים (אדער צידוק הדין) פאר א לוויה. שפעטערדיגע פייטנים האבן אויך צוגעלייגט פיוטים פאר זמירות ביי די סעודות פון שבת און יום טוב, און פאר נאך אנדערע געלעגהייטן.
לויט די סטיל
די פיוטים ווערן אויך אנגערופן מיט נעמען באזירט אויף זייער סטיל און סטרוקטור-געבוי. א שטייגער ווי פזמון, א פיוט וואס פארמאגט איין פזמון אדער צוויי וואס חזר'ט זיך אריבער נאך יעדן בית פון דעם פיוט. רהטא, שלמונית א פיוט וואס איז צאמגעשטעלט פון 4 רייעדיגע סטאנצן. שלישייה, א פיוט וואס איז צאמגעשטעלט פון 4 רייעדיגע סטאנצן. שנייה, א פיוט וואס איז צאמגעשטעלט פון 2 רייעדיגע סטאנצן. קיקלר, א פיוט מיט א צעשטרויבלטער ריטם, אא"וו.
זאמלונגען פון פיוטים
ווי ווייט פיוטים זענען אינטעגרירט געווארן אין דאס דאווענען איז אנדערש אין צייט און אָרט. אין אלטע צייטן איז געווען א שטארקע קעגנערשאפט צו דער פיוט ליטעראטור, בעיקר פון דער גרויסער ישיבה אין בבל. פונדעסטוועגן, זעט אויס, אז עס איז געווען א ברייטע באנוץ פון פיוטים אין רוב פון די ערשטע מזרח-קהילות. אין דער דאזיגער צייט זענען נאך נישט געווען קיין פארפעסטיגטע זאמלונג פון פיוטים, פאר דער געברויך פון פארשידענע געמיינדעס. ענדערש, האט יעדער חזן געזאגט פיוטים לויט זיין געשמאק און אויסוואל. ערשט אין שפּעטערדיגע תקופות, ווען די געמיינדעס האבן שטערקער טייל-גענומען אין דאוונען, זענען פּראקטיצירט געווארן די באשטימטע רעציטאציע פון געוויסע פיוטים פאר פארשידענע ליטורגישע געלעגנהייטן.
די דאזיגע פארפעסטיגטע תפילות, וואס האבן זיך געמערט, האבן געבראכט צו די זאמלונגען פון פיוטים (מחזורים, ספרי סליחות און קינות), וואס האבן פעסטגעשטעלט פאר יעדן געלעגנהייט שטיקלעך פון פיוטים, וואָס זייער רעציטאציע איז איבערגע'חזר'ט געווארן יאר נאך יאר. לכתחילה האט יעדער קהילה געגרינדעט אַן אייגענע זאמלונג, געווענליך דורך אויסקלייבן פיוט-שטיקער און צולייגן די ווערק פון ארטיגע קאמפּאזיטארן. אין א שפּעטערדיגער תקופה, האבן זיך אלץ מער פארווישט די אונטערשידן צווישן די זאמלונגען פון פיוטים פון די פארשידענע קהילות, און מיט דער ערפינדונג פון דרוקן האבן זיך אויסגעקריסטאליזירט פאראייניגטע זאמלונגען פון פיוטים פאר פארשידענע תפילות.
דרויסנדיגע לינקס
- פיוטים ומהותם אויף אידטיש
- "פיוט", JewishEncyclopedia.com (ענגליש)
- הקדושתא, הרב יעקב לויפער, קובץ חצי גבורים - פליטת סופריהם, קובץ י, זייטן רסג-שב.
ביאורים
רעפערענצן
- ↑ שו"ת הר"י מיגאש (סימן רד): "וביאור מילת פיוט עיקרה מלשון שירה מלשון יון שקוראים למשורר פיטאנ"א".
- ↑ בראשית רבה, פרשה פ"ה, פסקה ב'; ילקוט שמעוני דניאל, רמז א'ס"ג.
- ↑ ויקרא רבה, פרשה ל'; באבער (רעדאקטאר), פסיקתא, קעט, א; צונץ, 'Gottesdienstliche Vorträge', זייט 380; צונץ, 'Synagogale Poesie des Mittelalters', זייט 60.
- ↑ רב סעדיה גאון, ספר האגרון, הקדמה דף ג, ב.
- ↑ צונץ ("ליטעראַטורגעשיכטע") ציילט איבער 900 נעמען פון פּייטנים.