רוי:רבי חיים האגער (תורת חיים)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
תורת חיים, גראסווארדיין, תרפ"ז

רבי חיים האגער (ה'תקנ"הכ"ה אייר ה'תרי"ד) איז געווען דער צווייטער רבי אין דער קאסוב וויזשניץ דינאסטיע, באקאנט אלס דער "תורת חיים", גערופן נאך זיין ספר.

ביאגראפיע

רבי חיים איז געבוירן אין יאר תקנ"ה צו רבי מנחם מענדיל, "דער אהבת שלום", א זון פון רבי יעקב קאפיל חסיד און מרת שיינא רחל, א טאכטער פון רבי שמואל שמחה זימל קאך פון קאסוב. ער האט חתונה געהאט צו רביצין מרת ציפורה, א טאכטער פון רבי יהודה מאיר שפירא פון שפיטיווקא, אן איידעם פון רבי יעקב שמשון פון שפיטיווקא, אן אייניקל פון רבי פנחס קאריצער. אנהייב איז ער געגעסן קעסט ביי זיין שווער אין שפיטיווקא, און נאך זיין טאטנ'ס הסתלקות, אום י"ז חשון תקפ"ו, איז ער אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקומו ברבנות און אדמו"רות אין שטאט קאסוב.

ער איז געווען באקאנט אלס א למדן און די גדולי התורה האבן זיך געשריבן מיט אים.

אויך איז ער געווען באוואוסט מיט זיין שארפקייט, עקסטער אין זיין הנהגה מיט די שוחטים אין קאסוב. ער איז געווען באקאנט מיט זיין הכנסת אורחים. ער האט געקאכט אין שבת קודש ווי זיין פאטער; ער פלעגט מקבל שבת זיין זייער פרי.

ער איז נפטר געווארן כ"ה אייר ה'תרי"ד. ס'איז אויפגעשטעלט געווארן אן אוהל אויף זיין קבר.

פאמיליע

זיינע קינדער:

זיינע ספרים

  • תורת חיים
  • תורת חיים תנינא

לקריאה נוספת

רעפערענצן

  • מאיר וונדר' אנציקלופדיה לחכמי גליציה