רוי:נמרוד

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
נמרוד
אשורישער איינקריצונג פון א פריערדיגער קעניג, א יעגער, וואס מאנכע אידענטיפיצירן אלס נמרוד
אשורישער איינקריצונג פון א פריערדיגער קעניג, א יעגער, וואס מאנכע אידענטיפיצירן אלס נמרוד
תקופה תקופת בני נח
בתנ"ך בראשית י, ח–י; דברי הימים א' א, י

נִמְרוֹד איז א תנ"ך פערזענליכקייט וואס ווערט דערמאנט אין ספר בראשית און דברי הימים אלס א זון פון כוש, און דעריבער אן אייניקל פון נח, און א קעניג אין שִׁנְעָר. דער תורה שטעלט אים פאָר אז "ער האָט אנגעהויבן זיין א העלד פאַר ג-ט; ער איז געווען א העלד יעגער פאַר ג-ט". די חז"ל זאגן אז ער האט צוגערעדט די בירגער צו ווידערשפּעניגן ג-ט, און אויך בויען דעם מגדל בבל.

אין תנ"ך

נמרוד ווערט ערשט דערמאנט אין פרשת נח צווישן די גענעראציעס פון נח. ער ווערט געשילדערט אלס דער זון פון כוש, אייניקל פון חם, און אור־אייניקל פון נח:

 וְכוּשׁ יָלַד אֶת נִמְרֹד, הוּא הֵחֵל לִהְיוֹת גִּבֹּר בָּאָרֶץ;
הוּא הָיָה גִבֹּר צַיִד לִפְנֵי ה', עַל כֵּן יֵאָמַר כְּנִמְרֹד גִּבּוֹר צַיִד לִפְנֵי ה';
וַתְּהִי רֵאשִׁית מַמְלַכְתּוֹ בָּבֶל וְאֶרֶךְ וְאַכַּד וְכַלְנֵה, בְּאֶרֶץ שִׁנְעָר.

אנדערש ווי די אנדערע אייניקלעך פון נח, ווערט נמרוד נישט אויסגערעכנט בלויז מיט'ן צייכענען זיין נאמען, נאר עס ווערן אויך געברענגט איינצעלהייטן וועגן זיין לעבן, אז ער איז געווען א העלד יעגער, אז זיין קעניגרייך האט זיך אנגעהויבן אין שנער, אין די שטעט בבל, ארך, אכד און כלנה. לויט דער רמב"ן און נאך מפרשים האט נמרוד געבויט, און צוגאב, אויך אין אשור די שטעט נינוה, כלח, רסן און רחובות עיר. אין מיכה ה, ו, ווערט דערמאנט "ארץ נמרוד" אין באציאונג צו בבל.

אבן עזרא טייטשט די פסוק "לפני ה'" אז נמרוד פלעגט פאנגען בעלי חיים און זיי מקריב זיין פאר אן עולה לה'[1].

אין מדרש

נמרוד קעגן דעם הינטרגרונט פון בבל טורעם, אויל מאלעריי פון די 17'טע יארהונדערט

זיין נאמען ווערט געטייטשט צו שאנד ווי א ווידערשפעניגער אין גאט ווי עס ווערט ערקלערט אין חז"ל, צווישן אנדערע איז צו אים מיוחס אין מדרש דאס אונטערנעמונג פון בויען די בבל טורעם, און אזוי אויך ווערט דערציילט אויף אים אין מדרש אז ער האט באפוילן אריינווארפן אברהם אין אויוון, אין זיין יוגנט, צוליב זיין אפזאגן זיך פון זיך בוקן צו די געטער פון בבל. אין מדרש אברהם און די צלמים וואס ערשיינט אין בראשית רבה ווערט געשילדערט די טעאלאגישע דעבאטע צווישן אברהם דער מאנאטעיסט און נמרוד דער געצנדינער: אין גמרא (בבא בתרא, צא, א) ווערט דערציילט אז נמרוד האט איינגעשפארט פאר אברהם אין שטאט כותה במשך דריי יאר.[2]

האט ער אים גענומען און איבערגעגעבן צו נמרוד. האט ער אים געזאגט: דין דעם פייער. האט אים אברהם געזאגט: און אפשר זאל איך דינען די וואסער, וואס לעשן דעם פייער? האט אים נמרוד געזאגט: דין די וואסער! האט ער אים געזאגט: אויב אזוי, זאל איך בעסער דינען דעם וואלקן, וואס טראגט די וואסער? האט ער אים געזאגט: דין דעם וואלקן! האט ער אים געזאגט: אויב אזוי, זאל איך בעסער דינען די ווינט וואס צושפרייט די וואלקנס? האט ער אים געזאגט: דין דעם ווינט! האט ער אים געזאגט: זאלן מיר דינען דעם מענטש, וואס האלט אין זיך א ווינט (=עס איז דא אין אים א "גייסט", דאס מיינט א נשמה) האט ער אים געזאגט: דו רעדסט אסאך, איך בוק זיך נישט נאר צום פייער - איך ווארף דיר אריין אין אים, און זאל קומען דיין גאט וואס דו בוקסט זיך צו אים און ער זאל דיר ראטעווען!

אויך יוסף בן מתתיהו (קדמוניות היהודים, ספר א קאפיטל 4) שילדערט נמרוד ווי איינער וואס שטעלט פאר אן אלטערנאטיוו צום זיך אונטערגעבן פונעם מענטש צו גאטס קאנטראל, און רופט פארן מענטשהייט צו געוועלטיגן אינעם נאטור און אויך זיך באשיצן פון גאט דורך די בבל טורעם וואס וועט זיי באשיצן פון א מבול.

אין מדרשים פון חז"ל, אמרפל וואס ווערט דערמאנט אין ספר בראשית איז נמרוד און זיין נאמען ווערט געדרשנט אין נוטריקון אז אמר (ער האט געזאגט) צו אברהם פול (פאל אריין) אין אויוון (עירובין נג, א).

לויט די מדרשים איז נמרוד ערמארדעט געווארן דורך עשו ווען יענער האט בארויבט נמרוד זיין ספעציעלע קלייד[3]. לויט'ן ספר־הישר איז ער אלט געווען 215 יאר ווען ער איז געשטארבן.

די נאמען "נמרוד"

ביי אידן האלט מען זיך אפ פון נוצן דאס נאמען "נמרוד", וויבאלד ער איז געווען א רשע, און בפרט אז זיין נאמען ווייזט אויף זיין שלעכטע נאטור. אבער צווישן אזעלכע וואס זענען נישט קיין שומרי תורה ומצוות איז די נאמען געווען זייער מצוי אין פארגאנגענהייט אבער איז זייער ווייניגער געווארן היינטיגע צייטן.

די מעשיות וואס זענען פארבונדן געווערן ארום די נאמען פון נמרוד ערשיינען, להבדיל, אויך ביי די קריסטן און מוסולמענער און די נאמען ערשיינט ווי א קריסטליכע פאמיליע נאמען. עס זענען אויך פארהאן צייטונגען אין פארשידענע טעמעס וואס טראגן די נאמען נמרוד. דאס פארשטעלן נמרוד ווי א העלד יעגער האט באקומען אן אויסדרוק מיטן נוצן זיין נאמען אלס די נאמען פון בריטישע קריגס שיפן, בריטישער קריגס פליגער, הוקר נמרוד, בריטישער קוק פליגער, הוקר סידלי נמרוד, און א איזראעלישער מיסיל ק"ט, נמרוד.

צופוסנס פון חרמון געפונט זיך די נמרוד פעסטונג, און נאנט צו אים איז אויפגעשטעלט געווארן די שטעטל נמרוד. אין פינעף שטאטן פון אמעריקע זענען פארהאן שטעט וואס טראגן די נאמען נמרוד.

צו ליינען מער

  • Uehlinger, Christoph. "Nimrod." Pages 627–630 in Dictionary of Deities and Demons in the Bible. Edited by Karel van der Toorn, Bob Becking, and Pieter W. van der Horst. 2nd ed. Leiden: Brill, 1999. ISBN 90-04-11119-0

דרויסנדע לינקס

  • נמרוד, אין "אנציקלופדיה יהודית" אויף "דעת"
  • "נמרוד", JewishEncyclopedia.com (ענגליש)
  • ה' מציל את אברהם מאש נמרוד, מאלעריי פון מחזור לייפציג, ארום 1320 יארע, אין וועבזייטל הספרייה הווירטואלית של מטח

רעפערענצן


קאטעגאריע:פערזאנען אין ספר בראשית קאטעגאריע:מלכי הגויים בתנ"ך קאטעגאריע:אברהם