אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דצ"ך עד"ש באח"ב"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (הגהה)
שורה 4: שורה 4:
'''דצ"ך עד"ש באח"ב''' זענען [[ראשי תיבות]] פאר די [[צען מכות]], אנגעגעבן אלס [[סימנים (ש"ס)|סימנים]] פאר די מכות דורך [[רבי יהודה]] אין די [[הגדה של פסח]].
'''דצ"ך עד"ש באח"ב''' זענען [[ראשי תיבות]] פאר די [[צען מכות]], אנגעגעבן אלס [[סימנים (ש"ס)|סימנים]] פאר די מכות דורך [[רבי יהודה]] אין די [[הגדה של פסח]].

די סימנים אנטהאלטן די ראשי תיבות פון די מכות: '''ד'''ם, '''צ'''פרדע, '''כ'''ינים; '''ע'''רוב, '''ד'''בר, '''ש'''חין; '''ב'''רד, '''א'''רבה,'''ח'''ושך, מכת '''ב'''כורות. עס זענען פארהאן מערערע ערקלערונגען איבער די אויפטו און מאטיוו פון די סימנים.
די סימנים אנטהאלטן די ראשי תיבות פון די מכות: '''ד'''ם, '''צ'''פרדע, '''כ'''ינים; '''ע'''רוב, '''ד'''בר, '''ש'''חין; '''ב'''רד, '''א'''רבה, '''ח'''ושך, מכת '''ב'''כורות. עס זענען פארהאן מערערע ערקלערונגען איבער די אויפטו און מאטיוו פון די סימנים.

רבי יהודה זאגט אין מדרש אז די סימנים איז געווען אויסגעקריצט אויף [[משה'ס שטעקן]]{{הערה|שם=רבה|{{מדרש רבה|שמות|ח|ג}}}}.
רבי יהודה זאגט אין מדרש אז די סימנים איז געווען אויסגעקריצט אויף [[משה'ס שטעקן]]{{הערה|שם=רבה|{{מדרש רבה|שמות|ח|ג}}}}.
שורה 13: שורה 13:
די מפרשים פרעגן וועלכע ציל די סימנים דינען, זינט עס איז גרינג צו געדענקען די נעמען פון די מכות.
די מפרשים פרעגן וועלכע ציל די סימנים דינען, זינט עס איז גרינג צו געדענקען די נעמען פון די מכות.

[[רש"י]] ערקלערט אז דאס קומט צו ווייזן אז די סדר פון די מכות איז געווען ווי געשילדערט אין די [[ספר שמות]], און מען זאגט נישט "[[אין מוקדם ומאוחר בתורה]]", ספעציעל אז אין [[תהלים]]{{הערה|{{תנ"ך|תהלים|עח|לאנג=יא|אן=ספר}}; {{תנ"ך|תהלים|קה|לאנג=יא|אן=ספר}}}} ווערן די מכות געשילדערט מיט אן אנדער סדר. רש"י ברענגט נאך א פשט, אז - ווי געברענגט אין מדרש{{הערה|שם=רבה}} - זענען די ווערטער דצ"ך עד"ש באח"ב זענען געווען געשריבן אויף [[משה'ס שטעקן]], און [[משה]] האט געקוקט אויפ'ן ספעציפישן אות פון די מכה ביים ברענגען דערמיט די מכה{{הערה|שם=הגדה|{{היברובוקס|2=הגדה של פסח עם עשרה פירושים|3=10767|page=39|מקום הוצאה=ווילנא|שנת הוצאה=תרכ"ח}}}}.
[[רש"י]] ערקלערט אז דאס קומט צו ווייזן אז די סדר פון די מכות איז געווען ווי געשילדערט אין [[ספר שמות]], און מען זאגט נישט "[[אין מוקדם ומאוחר בתורה]]", ספעציעל אז אין [[תהלים]]{{הערה|{{תנ"ך|תהלים|עח|לאנג=יא|אן=ספר}}; {{תנ"ך|תהלים|קה|לאנג=יא|אן=ספר}}}} ווערן די מכות געשילדערט מיט אן אנדערע סדר. רש"י ברענגט נאך א פשט, אז - ווי געברענגט אין מדרש{{הערה|שם=רבה}} - זענען די ווערטער דצ"ך עד"ש באח"ב זענען געווען געשריבן אויף [[משה'ס שטעקן]], און [[משה]] האט געקוקט אויפ'ן ספעציפישן אות פון די מכה ביים ברענגען דערמיט די מכה{{הערה|שם=הגדה|{{היברובוקס|2=הגדה של פסח עם עשרה פירושים|3=10767|page=39|מקום הוצאה=ווילנא|שנת הוצאה=תרכ"ח}}}}.

דער [[רבי ישעיה די טראני|רי"ד]]{{הערה|שם=ריד|געברענגט אין {{ספריא|2=שבלי הלקט - הגדה של פסח|3=Pesach_Haggadah%2C_Magid%2C_The_Ten_Plagues.17?with=Shibolei%20HaLeket}}}} שרייבט אז די [[גימטריא]] צאל פון די סימנים באטרעפט 501, די זעלבע צאל ווי די אלע שיטות אינאיינעם אין הגדה איבער וויפיל מכות די מצריים זענען געשלאגן געווארן ביים [[קריעת ים סוף|ים סוף]] ([[רבי יוסי הגלילי]]: 50 + [[רבי אליעזר]]: 200 + [[רבי עקיבא]]: 250), מיט נאך איינס פאר "אצבע אלוקים"{{הערה|{{תנ"ך|שמות|ח|טו}}}}, אדער קעגן די 100 מכות פון די שיטות אינאיינעם וואס האט באטראפן די מצריים אין מצרים.

שורה 23: שורה 23:
* יעדע גרופע האט געהאט אן אייגנארטיגע ציל. די ערשטע דריי מכות - '''ד'''ם, '''צ'''פרדע, '''כ'''ינים, איז געקומען ווייזן אויף "מציאות השם", ווי עס שטייט ביי די דריי מכות "בְּזֹאת תֵּדַע כִּי אֲנִי ד'{{הערה|{{תנ"ך|שמות|ז|יז}}}}". די צווייטע גרופע - '''ע'''רוב, '''ד'''בר, '''ש'''חין, זענען געקומען ווייזן אז דער באשעפער פירט די וועלט - "[[השגחה]]", ווי עס שטייט דערביי "לְמַעַן תֵּדַע כִּי אֲנִי ד' {{אונטערשטריך|בְּקֶרֶב הָאָרֶץ}}"{{הערה|{{תנ"ך|שמות|ח|יח}}}}. און די דריטע גרופע - '''ב'''רד, '''א'''רבה,'''ח'''ושך, '''ב'''כורות, איז געקומען צייגן אז די [[נביאה|נביאים]] זענען אמת{{הערה|[[ריטב"א]]|דארט=הגדה}}, ווי עס שטייט דערביי "הַיָּרֵא אֶת דְּבַר ד'", "וַאֲשֶׁר לֹא שָׂם לִבּוֹ אֶל דְּבַר ד'", "הַעְתִּירוּ אֶל ד'"{{הערה|{{תנ"ך|שמות|ט|כ|כא}}, {{תנ"ך|שמות|ט|כח|אן=פרק}}}}; און אז דער באשעפער איז דער בעל היכולת וואס קען אלעס טוישן ווי זיין ווילן{{הערה|[[אברבנאל]]|דארט=הגדה}}, ווי עס שטייט "בַּעֲבוּר תֵּדַע כִּי אֵין כָּמֹנִי בְּכָל הָאָרֶץ"{{הערה|{{תנ"ך|שמות|ט|יד}}}}.

* יעדע גרופע האט געהאט צוויי מכות וואס משה האט געווארנט פרעה דערוועגן פון פריער, און די דריטע איז געקומען אומגעווארנט. דם און צפרדע איז געווען מיט א ווארענונג, כינים נישט. ערוב און דבר מיט א ווארענונג, שחין נישט. ברד און ארבה מיט, חושך אן{{הערה|ריטב"א|דארט=הגדה}}{{ביאור|און מכת בכורות וועלכע איז אייגנארטיג גייט מיט מיט'ן לעצטן|שם=א}}.

* די ערשטע גרופע - דצ"ך, איז געווען מכות אויף דער ערד, די צווייטע - עד"ש, אויף די באשעפענישן אויף דער ערד, די דריטע - בא"ח פון הימל{{הערה|ריטב"א, [[רשב"ם]]|דארט=הגדה}}{{ביאור|שם=א}}.
* די ערשטע גרופע - דצ"ך, איז געווען מכות אויף דער ערד, די צווייטע - עד"ש, אויף די באשעפענישן אויף דער ערד, די דריטע - בא"ח, פון הימל{{הערה|ריטב"א, [[רשב"ם]], [[מהר"ל]] - גבורות ה'|דארט=הגדה}}{{ביאור|שם=א}}.
* די ערשטע גרופע - דצ"ך, איז געקומען דורך [[אהרן]]; די צווייטע - עד"ש, דורך משה אנעם שטעקן, די דריטע - בא"ח דורך משה מיט'ן שטעקן{{הערה|שם=ריד}}{{הערה|שם=מיימ|[[הגהות מיימוניות]], זמנים [https://rambam.alhatorah.org/Dual/Hagahot_Maimoniyot/Chametz_uMatzah/8.15 טו, ב]; בשם [[ראב"ן]]}}{{ביאור|שם=א}}.

* מיט יעדע דריטע מכה איז מיטגעקומען די אנדערע צוויי דריטע. ביי כנים איז געווען שחין מיט חושך, ביי שחין אויך כנים און חודש, און ביי חושך אויך כנים און שחין; ווען די יעצטיגע מכה איז דאמינירנד און די אנדערע קומען מיט{{הערה|דארט, בשם [[ריב"א]]|דארט=מיימ}}.
* מיט יעדע דריטע מכה איז מיטגעקומען די אנדערע צוויי דריטע. ביי כנים איז אויך געווען שחין מיט חושך, ביי שחין - כינים און חושך, און ביי חושך אויך כנים און שחין; ווען די יעצטיגע מכה איז דאמינירנד און די אנדערע קומען מיט{{הערה|דארט, בשם [[ריב"א]]|דארט=מיימ}}.
{{ביאורים}}
{{ביאורים}}

רעוויזיע פון 16:35, 8 אפריל 2025

די צען מכות געמאלן אין די ראטשילד הגדה, 1450

דצ"ך עד"ש באח"ב זענען ראשי תיבות פאר די צען מכות, אנגעגעבן אלס סימנים פאר די מכות דורך רבי יהודה אין די הגדה של פסח.

די סימנים אנטהאלטן די ראשי תיבות פון די מכות: דם, צפרדע, כינים; ערוב, דבר, שחין; ברד, ארבה, חושך, מכת בכורות. עס זענען פארהאן מערערע ערקלערונגען איבער די אויפטו און מאטיוו פון די סימנים.

רבי יהודה זאגט אין מדרש אז די סימנים איז געווען אויסגעקריצט אויף משה'ס שטעקן[1].

די סימנים און טעם

אין די הגדה ביי מגיד, נאכ'ן אויסרעכענען די צען מכות, ווערט געברענגט די סימנים פון רבי יהודה:

רַבִּי יְהוּדָה הָיָה נוֹתֵן בָּהֶם סִמָּנִים: דְּצַ"ךְ עַדַ"שׁ בְּאַחַ"ב

די מפרשים פרעגן וועלכע ציל די סימנים דינען, זינט עס איז גרינג צו געדענקען די נעמען פון די מכות.

רש"י ערקלערט אז דאס קומט צו ווייזן אז די סדר פון די מכות איז געווען ווי געשילדערט אין ספר שמות, און מען זאגט נישט "אין מוקדם ומאוחר בתורה", ספעציעל אז אין תהלים[2] ווערן די מכות געשילדערט מיט אן אנדערע סדר. רש"י ברענגט נאך א פשט, אז - ווי געברענגט אין מדרש[1] - זענען די ווערטער דצ"ך עד"ש באח"ב זענען געווען געשריבן אויף משה'ס שטעקן, און משה האט געקוקט אויפ'ן ספעציפישן אות פון די מכה ביים ברענגען דערמיט די מכה[3].

דער רי"ד[4] שרייבט אז די גימטריא צאל פון די סימנים באטרעפט 501, די זעלבע צאל ווי די אלע שיטות אינאיינעם אין הגדה איבער וויפיל מכות די מצריים זענען געשלאגן געווארן ביים ים סוף (רבי יוסי הגלילי: 50 + רבי אליעזר: 200 + רבי עקיבא: 250), מיט נאך איינס פאר "אצבע אלוקים"[5], אדער קעגן די 100 מכות פון די שיטות אינאיינעם וואס האט באטראפן די מצריים אין מצרים.

דער חתם סופר ערקלערט אז די ראשי תיבות פון די סימנים איז "עבד", און די סופי תיבות - "כבש", וויבאלד זיי האבן געדינט דעם מזל טלה.

באזונדערע גרופעס

עטליכע ראשונים ערקלערן אז די סימנים צייגן אן אויף דריי באזונדערע גרופעס און הגדרות פון די מכות:

  • יעדע גרופע האט געהאט אן אייגנארטיגע ציל. די ערשטע דריי מכות - דם, צפרדע, כינים, איז געקומען ווייזן אויף "מציאות השם", ווי עס שטייט ביי די דריי מכות "בְּזֹאת תֵּדַע כִּי אֲנִי ד'[6]". די צווייטע גרופע - ערוב, דבר, שחין, זענען געקומען ווייזן אז דער באשעפער פירט די וועלט - "השגחה", ווי עס שטייט דערביי "לְמַעַן תֵּדַע כִּי אֲנִי ד' בְּקֶרֶב הָאָרֶץ"[7]. און די דריטע גרופע - ברד, ארבה,חושך, בכורות, איז געקומען צייגן אז די נביאים זענען אמת[3.1], ווי עס שטייט דערביי "הַיָּרֵא אֶת דְּבַר ד'", "וַאֲשֶׁר לֹא שָׂם לִבּוֹ אֶל דְּבַר ד'", "הַעְתִּירוּ אֶל ד'"[8]; און אז דער באשעפער איז דער בעל היכולת וואס קען אלעס טוישן ווי זיין ווילן[3.2], ווי עס שטייט "בַּעֲבוּר תֵּדַע כִּי אֵין כָּמֹנִי בְּכָל הָאָרֶץ"[9].
  • יעדע גרופע האט געהאט צוויי מכות וואס משה האט געווארנט פרעה דערוועגן פון פריער, און די דריטע איז געקומען אומגעווארנט. דם און צפרדע איז געווען מיט א ווארענונג, כינים נישט. ערוב און דבר מיט א ווארענונג, שחין נישט. ברד און ארבה מיט, חושך אן[3.3][א].
  • די ערשטע גרופע - דצ"ך, איז געווען מכות אויף דער ערד, די צווייטע - עד"ש, אויף די באשעפענישן אויף דער ערד, די דריטע - בא"ח, פון הימל[3.4][א].
  • די ערשטע גרופע - דצ"ך, איז געקומען דורך אהרן; די צווייטע - עד"ש, דורך משה אנעם שטעקן, די דריטע - בא"ח דורך משה מיט'ן שטעקן[4][10][א].
  • מיט יעדע דריטע מכה איז מיטגעקומען די אנדערע צוויי דריטע. ביי כנים איז אויך געווען שחין מיט חושך, ביי שחין - כינים און חושך, און ביי חושך אויך כנים און שחין; ווען די יעצטיגע מכה איז דאמינירנד און די אנדערע קומען מיט[10.1].
  1. 1.0 1.1 1.2 און מכת בכורות וועלכע איז אייגנארטיג גייט מיט מיט'ן לעצטן.

על פי קבלה

דער ריטב"א זאגט אז על פי קבלה זענען פארהאן גרויסע סודות אין די סימנים פון רבי יהודה. אין די בריוו פון רבי שמשון אסטראפאלער איבער די מכות ווערט ערקלערט די סימנים על פי סוד, אז די גימטריא צאל פון דצ"ך עד"ש באח"ב - תק"א, איז דער נאמען פון דער מלאך געשטעלט אויף די מכות, און באטרעפט "אש"ר", אויפ'ן פסוק וּלְמַעַן תְּסַפֵּר בְּאָזְנֵי בִנְךָ וּבֶן בִּנְךָ אֵת אַשֶר הִתְעַלַּלְתִּי בְּמִצְרַיִם[11] און די שֵמות מיט וואס די אידן זענען ארויס פון מצרים - דע"ב צד"א כשח"ב זענען די זעלבע אותיות[12].

בלוט בלבולים

אין 18טער יארהונדערט האבן די פראנקיסטן געניצט די סימנים צו איבערצייגן די "ווארהייט" פונעם בלוט בלבול ביי די בלבול פון שמעון פון טרענט (ענ'), אין א בריוו צום פויבסט, זאגנדיג אז די באהאלטענע באדייט דערפון איז "דם צריכים כולנו על דרך שעשו באותו האיש חכמים בירושלים". די אידישע פירער זענען גערופן געווארן אפצואווענדן די באשולדיגונג אין א ויכוח אין לעמבערג, וואו עס האבן אנטיילגענומען רבי חיים הכהן ראפאפארט, און לויט געוויסע מקורות אויך דער בעל שם טוב[13]. עס ווערט דערציילט אויף א ויכוח איבער א בלוט בלבול ווי דער גלח האט אויפגעברענגט אז די סימנים באדייטן "דם צריכים כולנו, על דבר שהרגנו בן אחי בשמים"; אויף וואס דער אידישער פארטרעטער האט געענטפערט "דוברים צוררינו כזב, עלילת דם שקר, בני אברהם חלילה בזאת"[14].

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 שמות רבה, פרשה ח', פסקה ג'.
  2. קאַפּיטל ע"ח; קאַפּיטל ק"ה.
  3. הגדה של פסח עם עשרה פירושים, ווילנא, תרכ"ח.
    1. ריטב"א.
    2. אברבנאל.
    3. ריטב"א.
    4. ריטב"א, רשב"ם, מהר"ל - גבורות ה'
  4. 4.0 4.1 געברענגט אין שבלי הלקט - הגדה של פסח.
  5. שמות ח, טו.
  6. שמות ז, יז.
  7. שמות ח, יח.
  8. שמות ט, כ–כא, כח.
  9. שמות ט, יד.
  10. 10.0 10.1 הגהות מיימוניות, זמנים טו, ב; בשם ראב"ן.
    1. דארט, בשם ריב"א.
  11. און כָּל הַמַּחֲלָה אֲשֶׁר שַׂמְתִּי בְמִצְרַיִם לֹא אָשִׂים עָלֶיךָ[10].
  12. אגרת רבי שמשון מאוסטרופולי אויף וויקיטעקסט.
  13. בצלאל לנדוי, ‏עלילת הדם בתולדות ישראל, אויף "דעת"
  14. הרב משה בוגמילסקי, דצ"ך עד"ש באח"ב, אויף chabad.org.

קאטעגאריע:הגדה של פסח קאטעגאריע:מאמרי חז"ל קאטעגאריע:מכות מצרים