אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:נמרוד"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(אנולירט רעוויזיע 288302 פון למאי נ"מ (שמועס))
צייכן: אַנולירונג
שורה 53: שורה 53:
* {{אנצ יהודית|11548-nimrod|Nimrod}}
* {{אנצ יהודית|11548-nimrod|Nimrod}}
*[https://www.thetorah.com/article/abrahams-prayer-and-ours-a-yom-kippur-illustration Abraham’s Prayer—and Ours: A Yom Kippur Illustration], מאלעריי פון מחזור לייפציג, ארום 1310
*[https://www.thetorah.com/article/abrahams-prayer-and-ours-a-yom-kippur-illustration Abraham’s Prayer—and Ours: A Yom Kippur Illustration], מאלעריי פון מחזור לייפציג, ארום 1310
* [https://www.mayim.org.il/?parasha=אברהם-ונמרוד אברהם ונמרוד] אויף מחלקי המים זייטל


==רעפערענצן==
==רעפערענצן==

רעוויזיע פון 20:48, 27 אקטאבער 2023

נמרוד
אשורישער איינקריצונג פון א פריערדיגער קעניג, א יעגער, וואס מאנכע אידענטיפיצירן אלס נמרוד
אשורישער איינקריצונג פון א פריערדיגער קעניג, א יעגער, וואס מאנכע אידענטיפיצירן אלס נמרוד
תקופה תקופת בני נח
בתנ"ך בראשית י, ח–י; דברי הימים א' א, י
בילד פון נמרוד, פון 1679 בוך טוריס בבל פון אַטהאַנאַסיוס קירטשער

נִמְרוֹד איז א תנ"ך פערזענליכקייט וואס ווערט דערמאנט אין ספר בראשית און דברי הימים אלס א זון פון כוש, און דעריבער אן אייניקל פון נח, און א קעניג אין שִׁנְעָר. דער תורה שטעלט אים פאָר אז "ער האָט אנגעהויבן זיין א העלד פאַר ג-ט; ער איז געווען א העלד יעגער פאַר ג-ט". די חז"ל זאגן אז ער האט צוגערעדט די בירגער צו ווידערשפּעניגן ג-ט, און אויך בויען דעם מגדל בבל.

אין תנ"ך

נמרוד ווערט ערשט דערמאנט אין פרשת נח צווישן די גענעראציעס פון נח. ער ווערט געשילדערט אלס דער זון פון כוש, אייניקל פון חם, און אור־אייניקל פון נח:

 וְכוּשׁ יָלַד אֶת נִמְרֹד, הוּא הֵחֵל לִהְיוֹת גִּבֹּר בָּאָרֶץ;
הוּא הָיָה גִבֹּר צַיִד לִפְנֵי ה', עַל כֵּן יֵאָמַר כְּנִמְרֹד גִּבּוֹר צַיִד לִפְנֵי ה';
וַתְּהִי רֵאשִׁית מַמְלַכְתּוֹ בָּבֶל וְאֶרֶךְ וְאַכַּד וְכַלְנֵה, בְּאֶרֶץ שִׁנְעָר.

אנדערש ווי די אנדערע אייניקלעך פון נח, ווערט נמרוד נישט אויסגערעכנט בלויז מיט'ן צייכענען זיין נאמען, נאר עס ווערן אויך געברענגט איינצעלהייטן וועגן זיין לעבן, אז ער איז געווען א העלד יעגער, אז זיין קעניגרייך האט זיך אנגעהויבן אין שנער, אין די שטעט בבל, ארך, אכד און כלנה. לויט דער רמב"ן און נאך מפרשים האט נמרוד געבויט, און צוגאב, אויך אין אשור די שטעט נינוה, כלח, רסן און רחובות עיר. אין מיכה ה, ו, ווערט דערמאנט "ארץ נמרוד" אין באציאונג צו בבל.

אבן עזרא טייטשט די פסוק "לפני ה'" אז נמרוד פלעגט פאנגען בעלי חיים און זיי מקריב זיין פאר אן עולה לה'[1].

אין מדרש

נמרוד קעגן דעם הינטרגרונט פון בבל טורעם, אויל מאלעריי פון די 17'טע יארהונדערט

חז"ל פארבן אים מיט א נעגאטיווע בילד, אים באצייכענענדיג אלס איינער וואס האט ווידערשפּעניגט קעגן ג-ט און זאגאר געמאכט אנדערע רעוואלטירן, און זיי טייטשן דאס אין זיין נאמען נמרוד - מיר וועלן ווידערשפּעניגן. צווישן אנדערע ווערט צו אין צוגעצייכנט אין מדרש דאס אונטערנעמונג פון בויען די בבל טורעם, און אזוי אויך ווערט דערציילט אויף אים אין מדרש אז ער האט באפוילן אריינווארפן אברהם אין אויוון, אין זיין יוגנט, צוליב זיין אפזאגן זיך פון זיך בוקן צו די אפּגעטער פון בבל. אין מדרש אברהם און די צלמים וואס ערשיינט אין בראשית רבה, פרשה ל"ח, פסקה י"ג ווערט געשילדערט די טעאלאגישע דעבאטע צווישן אברהם דער מאנאטעיסט און נמרוד דער געצנדינער:

”נטלו ומסרו לנמרוד. אמר לו: עבוד לאש. אמר לו אברהם: ואעבוד למים, שמכבים את האש? אמר לו נמרוד: עבוד למים! אמר לו: אם כך, אעבוד לענן, שנושא את המים? אמר לו: עבוד לענן! אמר לו: אם כך, אעבוד לרוח, שמפזרת עננים? אמר לו: עבוד לרוח! אמר לו: ונעבוד לבן אדם, שסובל הרוחות? אמר לו: מילים אתה מכביר, אני איני משתחוה אלא לאוּר - הרי אני משליכך בתוכו, ויבא אלוק שאתה משתחוה לו ויצילך הימנו!”

האט ער [-תרח] אים גענומען און איבערגעגעבן צו נמרוד. האט ער אים געזאגט: דין דעם פייער. האט אים אברהם געזאגט: און אפשר זאל איך דינען די וואסער, וואס לעשן דעם פייער? האט אים נמרוד געזאגט: דין די וואסער! האט ער אים געזאגט: אויב אזוי, זאל איך בעסער דינען דעם וואלקן, וואס טראגט די וואסער? האט ער אים געזאגט: דין דעם וואלקן! האט ער אים געזאגט: אויב אזוי, זאל איך בעסער דינען די ווינט וואס צעשפּרייט די וואלקנס? האט ער אים געזאגט: דין דעם ווינט! האט ער אים געזאגט: זאלן מיר דינען דעם מענטש, וואס האלט אין זיך א ווינט (=עס איז דא אין אים א "רוח") האט ער אים געזאגט: דו רעדסט אסאך, איך בוק זיך נאר צום פייער - איך וועל דיר אריינווארפן אין אים, און זאל קומען דיין גאט וואס דו בוקסט זיך צו אים און ער זאל דיר ראטעווען פון אים!

אין גמרא ווערט דערציילט אז נמרוד האט איינגעשפארט אברהם אין שטאט כותה במשך דריי יאר[2].

אויך יוסף בן מתתיהו שילדערט נמרוד ווי איינער וואס שטעלט פאר אן אלטערנאטיוו צום זיך אונטערגעבן פונעם מענטש צו גאט'ס קאנטראל, און רופט פארן מענטשהייט צו געוועלטיגן אינעם נאטור און זיך אויך באשיצן פון גאט דורך די בבל טורעם וואס וועט זיי באשיצן פון א מבול[3].

לויט חז"ל איז אמרפל וואס ווערט דערמאנט אין ספר בראשית - נמרוד, און זיין נאמען ווערט געדרשנט אין נוטריקון אז אמר (ער האט געזאגט) צו אברהם פול (פאל אריין) אין אויוון (עירובין נג, א).

לויט די מדרשים איז נמרוד ערמארדעט געווארן דורך עשו ווען יענער האט בארויבט נמרוד זיין ספעציעלע קלייד[4]. לויט'ן ספר־הישר איז ער אלט געווען 215 יאר ווען ער איז געשטארבן.

די נאמען "נמרוד"

ביי אידן האלט מען זיך אפ פון נוצן דאס נאמען "נמרוד", וויבאלד ער איז געווען א רשע, און בפרט אז זיין נאמען ווייזט אויף זיין שלעכטע נאטור. אבער צווישן אזעלכע וואס זענען נישט קיין שומרי תורה ומצוות איז די נאמען געווען זייער מצוי אין פארגאנגענהייט אבער איז זייער ווייניגער געווארן היינטיגע צייטן.

די מעשיות וואס זענען פארבונדן געווערן ארום די נאמען פון נמרוד ערשיינען, להבדיל, אויך אין קריסטליכע און איסלאמישע טראַדיציעס, און עס ערשיינט אויך ווי א קריסטליכע פאמיליע נאמען. עס זענען אויך פארהאן צייטונגען אין פארשידענע טעמעס וואס טראגן די נאמען נמרוד. דאס פאָרשטעלן נמרוד ווי א יאַגד העלד ווערט אָפּגעשפּיגלט מיטן נוצן זיין נאמען פאר בריטישע קריגס שיפן, א בריטישער קריגס פליגער, הוקר נמרוד, בריטישער קוק פליגער, הוקר סידלי נמרוד, און א איזראעלישער אנטי טאנק מיסיל, נמרוד.

צופוסנס פון חרמון געפונט זיך די נמרוד פעסטונג, און נאנט צו אים איז אויפגעשטעלט געווארן די שטעטל נמרוד. אין פינעף שטאטן פון אמעריקע זענען פארהאן שטעט וואס טראגן די נאמען נמרוד.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן


קאטעגאריע:פערזאנען אין ספר בראשית קאטעגאריע:מלכי הגויים בתנ"ך קאטעגאריע:אברהם