אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הארנסטייפל (חסידות)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(אין ארץ ישראל)
ק (מוטל האט באוועגט בלאט רוי:הארנסטייפל (הויף) צו הארנסטייפל (הויף): איבער געשריבן פון דאסניי)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 15:53, 2 פעברואר 2023

Gnome-colors-emblem-development-2.svg
דער ארטיקל איז אינמיטן די ארבעט: צו פאַרמיידן רעדאגיר קאנפליקטן און דאָפּלטע אַרבעט, ביטע נישט רעדאַגירן דעם ארטיקל איידער דער מעלדונג איז אַוועקגענומען, סיידן איר האט דאס קאארדינירט מיט דער וואס האט עס געשטעלט.
אויב דער ארטיקל איז נישט רעדאגירט געווארן פאר א וואך קענט איר אַראָפּנעמען דעם מוסטער, אבער פאַרדעם איז כדי צו דערמאנען דעם באניצער וואס האט עס געשטעלט, דורך א מעלדונג אין זיין שמועס בלאט.
דער ארטיקל איז אינמיטן די ארבעט: צו פאַרמיידן רעדאגיר קאנפליקטן און דאָפּלטע אַרבעט, ביטע נישט רעדאַגירן דעם ארטיקל איידער דער מעלדונג איז אַוועקגענומען, סיידן איר האט דאס קאארדינירט מיט דער וואס האט עס געשטעלט.
אויב דער ארטיקל איז נישט רעדאגירט געווארן פאר א וואך קענט איר אַראָפּנעמען דעם מוסטער, אבער פאַרדעם איז כדי צו דערמאנען דעם באניצער וואס האט עס געשטעלט, דורך א מעלדונג אין זיין שמועס בלאט.

דער הארנסטייפל'ער הויף איז א צווייג פון דער טשערנאבל'ער דינאסטיע, וואס איז געגרינדעט געווארן דורך רבי מרדכי דוב טווערסקי, אין דערפל הארנסטייפל - אוקראינע.

די היינטיגער רבי'ס פון הארנסטייפל זענען רבי יחיאל מיכל טווערסקי פון מילוואקי, און זיינע נעפיוס רבי מרדכי דוב טווערסקי אין פלעטבוש, רבי שלום שכנא פרידמאן אין ביתר.

ערשטער דור

רבי מרדכי דוב טווערסקי (כ"ט כסלו ת"ר, 1839 - כ"ב אלול תרס"ג) איז געבוירן צו רבי משולם זושא אויערבאך פון טלומאשט, וואס איז געווען א אור איינקל פון רבי זושא פון אניפאלי. זיין מאמע שטערנא פייגא רחל איז געווען א טאכטער פון רבי יעקב ישראל טווערסקי פון טשערקאס. זיין מוטער איז נפטר געווארן יונג, און ער האט זיך געהאדעוועט ביי זיין זיידן אין טשערקאס, און ער האט געטוישט זיין פאמיליע נאמען פון אויערבאך אויף טווערסקי, ער האט חתונה געהאט מיט רייצא, די טאכטער פון צאנזער רב רבי חיים הלברשטאם.

אין יאר תרכ"ג (1863), האט אים זיין זיידע געשיקט קיין הארנסטייפל און אים געהייסן אנהייבן פירן רבי'סטווע. ער האט אויפגעמאכט דארט א חסיד'ישער הויף. נאך וואס זיין זיידע איז נפטר געווארן אין יאר תרל"ו (1876) זענען אסאך טשערקאסער חסידים אריבער צו אים, און ער איז געווען פון די גרעסטע רבי'ס אין אוקראינע, ער האט געפירט די רבי'סטווע 40 יאר.

רבי מרדכי דוב איז געווען א גרויסער תלמיד חכם און ער האט זיך געשריבן מיט פארשידענע גדולים אין זיין דור.

זיינע ספרים זענען: "חיבור לטהרה" - אויף הלכות מקוואות און נטילת ידיים, "עמק שאלה" - שאלות ותשובות, "עמק חכמה" - על התורה, "תורי זהב" - אויף הלכות ריבית. נאך א כתב יד, "כד הזהב", אויף ענייני קבלה, איז פארניכטעט געווארן אין די פאגראמען פון תרע"ח-תר"פ (1918-1920).

רבי מרדכי דוב האט איבער געלאזט פיר זון:

  • זיין ממלא מקום רבי בן ציון יהודה לייב טווערסקי.
  • רבי אהרן אלימלך שניאור זלמן פון קראסנא (כ"ג תשרי תרכ"ג - י"ט חשוון תרפ"ד) - איידים ביי רבי משה הורוויץ פון ראזוואדאוו. איז געווען רבי אין איגנאטובקא - רוסלאנד, און דערנאך אין קראסנא גאליציע. זיין זון איז געווען רבי משה (תרנ"ה - תש"ב), איידים פון רבי יחזקאל ראבינאוויטש פון ראדאמסק, ער איז געהארגעט געווארן ביים צווייטן וועלט קריג, זיין איידעם איז געווען רבי אלעזר אונגאר פון דזשאבנא.
  • רבי חיים משה צבי (ט' אדר תרכ"ו - כ' כסלו תרצ"ד). איידעם פון רבי מנחם נחום טווערסקי פון ראחמסטריווקא.
  • רבי ברוך דוד פון קלינקוביץ (ח' אדר תרל"ה - כ"ו כסלו תרפ"ו). איידעם פון רבי שלמה זלמינא פון ראשקוב. איז געווען א רבי אין קלינקוביץ - בלארוס. תרפ"ב איז ער אריבער קיין וויען. זיינע תשובות זענען געדרוקט אין זיין טאטנ'ס ספר.

זיינע איידעמער: א ברידער פון זיין רביצין, רבי שלום אליעזר האלבערשטאם פון ראצפערט, רבי אלישע האלבערשטאם פון גארליץ, רבי חיים ישעיה שניאורסאן זון פון רבי שלום דובער שניאורסאן (פון רצ'יצה), רבי נחום זלמן שניאורסאן דער רב פון טשערקאס (א אייניקל פון זיין פעטער רבי יוסף יצחק שניאורסאן פון אווריטש), רבי משה גוטערמאן פון קיעוו א זון פון רבי דוד פון סאווראן.

צווייטער דור

רבי בן ציון יהודה לייב טווערסקי (כ' תשרי תרכ"ח, 1867 - כ"ח טבת תשי"א, 1951) איז געבוירן אין הארנסטייפל, אין נאך זיין טאטנס פטירה אין יאר תרס"ג (1903) האט ער איבער גענומען זיין פלאץ, טראץ דעם וואס ער איז געווען דער דריטער זון. במשך 11 יאר איז ער געווען רבי אין הארנסטייפל. ער האט חתונה געהאט מיט רחל, א טאכטער פון רבי יצחק יואל ראבינאוויטש, פון קאנטיקוזיווע.

אין יאר תרע"ד (1914) איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין תל אביב, אבער נאך א קורצע צייט איז ער צוריק אין אוקראינע און האט זיך באזעצט אין קיעוו. נאך וואס די קאמוניסטן זענען געקומען צום מאכט איז ער אנטלאפן קיין פוילן, אין יאר תרפ"ה (1925) איז ער אריבער קיין אנטווערפן, דארט האט ער געוואוינט 11 יאר. תרצ"ו (1936) איז ער געקומען א צווייטן מאל אין ארץ ישראל, נאך א יאר איז ער צוריק אין אנטווערפן. ווען די דייטשן זענען אריין אין בעלגיע אין יאר ת"ש איז ער אריבער אין אמעריקע און האט זיך באזעצט אין טשיקאגא, דארט האט ער געוואוינט ביז זיין פטירה אין יאר תשי"א (1951).

זיין יונגסטער זון רבי יעקב ישראל איז געווען זיין ממלא מקום.

זיין זון רבי משה משולם זושא, דער רב פון לוהין, איז נפטר געווארן ב' שבט תר"פ. ער איז געווען א איידעם ביי רבי שמחה ישכר בער האלבערשטאם פון ציעשינוב.

דריטער דור

רבי יעקב ישראל טווערסקי (תרס"ח, 1908 - י' אב תשל"ג, 1973), האט אויף געשטעלט א חסיד'ישער הויף אין מילוואקי, וויסקאנסין. ער האט חתונה געהאט מיט דבורה לאה, א טאכטער פון זיין קאזין רבי בן ציון האלבערשטאם פון באבוב (איידעם פון רבי שלום אליעזר הלברשטאם וואס איז געווען א איידעם ביי זיין זיידע רבי מרדכי דוב).

זיינע קינדער זענען מיט א חסידישע רעבישע געשטעל, אבער האבן אויך אקאדעמיק דעגריס.

  • זיין ממלא מקום רבי בן ציון חיים שלמה משולם זושא טווערסקי.
  • רבי מרדכי דוב (איידעם ביי רבי שלום פון נאדבורנא ברייטן).
  • רבי אברהם יהושע העשל, פסיכיאטער, גרינדער פון מעדיצין אדיקשאן באהאנדלונג אינסטיטוציעס, מחבר פון מעדיצינישע ביכער אויף גייסטיק קראנקייט.
  • רבי אהרן דוד, א לויער, און א לעקטאר אין Hofstra אוניווערסיטעט.
  • הרב יחיאל מיכל (איידעם ביי רבי ישראל אברהם שטיין פון פאלטישאן), פון די פטירה פון זיין עלטסטער ברודער רבי שלמה דינט ער אלץ הארנסטייפל'ער רבי אין מילוואקי.

פערטער דור

רבי בן ציון חיים שלמה משולם זושא טווערסקי (ה' תמוז תרפ"ג, 1923 - כ"ג תשרי תשמ"ב, 1981) איז געבוירן אין קראקא. ער איז אויפגעוואקסן אין מילוואקי, אין זיין יוגנט האט ער באקומען פריוואטע לעקציעס, און שפעטער געלערנט אין ישיבת תורה ודעת. ער האט חתונה געהאט מיט לאה הינדא, די טאכטער פון רבי יוסף לייפער, פיטסבורג'ער רבי.

אין תש"ה איז ער אויפגענומען געווארן אלטס רב פון דענווער קאלאראדא. ראש השנה תשכ"א (1960) איז ער אריינגענומען געווארן אין שפיטאל צוליב א שווערע קראנקהייט און ער האט דורכגעמאכט עטליכע אפעראציעס. יום כיפור אין יענעם יאר האבן די צוויי קהילות, אין דענווער און מילוואקי, אים צוגעלייגט א נאמען, און צוליב דעם אוממעגלעכקייט צו קאָאָרדינירן צווישן זיי, זענען צוגעלייגט געווארן צוויי פארשידענע נעמען, די קרענק אבער האט אים נישט אפגעלאזט ביז צו זיין טויט און אין די יארן האט ער געמוזט דורכגײן פיל באהאנדלונגען און אפעראציעס. אום 1966 איז ער געווען אין ארץ ישראל במשך פון 9 חדשים.

י' אב תשל"ג, ווען זיין טאטע איז נפטר געווארן האט ער - לויט די צוואה - איבערגענומען די הארנסטייפל'ער רבי'סטווע, אבער ער האט נישט אפגעלאזט דענווער, און ער האט געשטעט זיין יונגסטער ברודער רבי מיכל זאל זיין דער רב אין טאטנ'ס בית מדרש, ער האט אסאך געהאט צו טאן מיט דער פֿארשפרייטונג פֿון יידישקייט, און מחזק זיין בעלי תשובה. ער האט געארבעט פאר די כשר'ע שחיטה אין אמעריקע. ער איז נפטר געווארן שמחת תורה תשמ"ב (1981).

פינפטער דור

רבי שלמה'ס ברודער - רבי יחיאל מיכל האט גע'ירש'נט זייער טאטנ'ס בית מדרש, אנהייב האט ער געדינט אלטס רב, און נאך זיין ברודערס פטירה אויך אדמו"ר.

רבי שלמה'ס זון רבי מרדכי דוב טברסקי האט זיין בית מדרש אין פלעטבוש, ער קאָמפּאָזיט אויך פילע ניגונים.

רבי שלמה'ס איידעם רבי שלום שכנא פרידמן, איז הארנסטייפלער רבי אין ארץ ישראל, לאנגע יארן איז ער געווען אין "סנהדריה" געגנט אין ירושלים, און תשע"ח איז ער אריבער קיין ביתר.

אין יאר תשס"ו האט זײן אייניקל געדרוקט דאס ספר "מלכות שלמה" וואס אינהאלט זיינע דברי תורה, און מעשיות אויף אים.

אין ארץ ישראל

רבי חיים אהרן טווערסקי, זון פון רבי בן ציון יהודה לייב, האט געוואוינט אין תל אביב, און האט געהאט א בית מדרש "בית יהודה", אין צענטער פון שטאט, אויף זיין טאטעס נאמען. נאך א זון, רבי מנחם נחום טווערסקי, איז געווען דער מאן פון רבי יוסף צבי קאליש'ס איינציגע טאכטער, רבי יוסף צבי איז געווען דער סקערנעוויץ'ער רבי, און רב פון שטאט בני ברק. רבי נחום האט ארויס געגעבן דעם ספר "מדור אל דור" אויף די תולדות פון משפחה.

ווי דערמאנט פריער, רבי שלמה'ס איידעם רבי שלום שכנא פרידמן, איז היינט הארנסטייפלער רבי אין ארץ ישראל, לאנגע יארן איז ער געווען אין "סנהדריה" געגנט אין ירושלים, און תשע"ח איז ער אריבער קיין ביתר.

לקריאה נוספת

  • הרב צבי בריננער, רבינו הקדוש מהארנסטייפל, מכון "זכרון משה", בני ברק, שבט תשע"ז.
  • הרב נחום טברסקי, מדור אל דור, תל אביב, תשכ"ז (1967).
  • בצל הקודש מכון "נר שלמה" הארנסטייפל, תמוז תשע"ב.

רעפערענצן

מוסטער:חסידות־שטומף

דער ארטיקל קומט פון יידיש-וויקיפעדיע.
אריגינעלער בלאטערלויבעניש cc-by-sa 3.0.