רוי:ביתר עילית

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:ביתר)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ביתר עילית
טעקע:Coat of arms of Beitar Ilit.svg
Beitar Ilit.jpg
אויג אויף דער שטאָט ביתר עילית
מדינה / טעריטאָריע Flag of Israel.svg מדינת ישראל
גרינדונג דאַטע 1988
ראַיאָן יהודה און שומרון
בירגערמייסטער מאיר רובינשטיין
אָפיציעלע שפּראַך העברעיש
שטח 3.970 קוואדראט ק"מ
הייך 870 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

36,100‏  (שטייענדיג 2010)
9,093 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+2

ביתר עילית ווערט גערופן אויף דעם אור אלטן נאמען פון פארצייטישן ביתר.

עס האט זיך מלכתחילה געגרינדעט צו לינדערן דעם שווערן הייזער מאנגל אין ירושלים, אבער איז היינט איינע פון די גרעסטע לויטער חרדישע שטעט פון דער גאנצער וועלט.

זייער הויפט ציל איז נישט אריינלאזן קיין פרייע איינאונער דארטן זיך צו באזעצן כדי צו לעבן און אויפציען די קינדער לויט די הייליגע פירונגען פון די תורה.

קנאים קומען נישט אהין וואוינען צוליב דעם וואס עס געפינט זיך פון דער אנדערער זייט פון דער גרינער ליניע און ווערט פארעכנט אלס אקופירטע געביטן אין יהודה ושומרון אויף דעם מערב ברעג. און דער גאנצער ציל פארוואס עס איז געלונגען אויפצושטעלן אזא שיינע שטאט פאר לויטער חרדים. און אויך נעבן קבר רחל ביים כביש מנהרות וואס מען דארף דארטן דורך פארן קומענדיג פון ירושלים זענען שוין אומגעקומען על קידוש ה' צענדליגע אידן פון שיסערייען.

ביתר דינט אויך אלס שטאטס צענטער פאר די פילע אידישע התנחלות געגענטן ארונגס און ארום ווי גוש עציון און אפרת נס הרים און נאך קליינער זידולינגען פון די מער עקסטרעמע מתנחלים, וואס קומן קיין ביתר איינקויפן און זיך באנוצען מיט אלע שטאטישע באדינונגען.

ר' יצחק פינדרוס, א ליטווישער איז געווען בירגערמייסטער ביז ה'תשס"ח. אין די וואלן אין תשס"ח איז מאיר רובינשטיין, א ברעסלאווער חסיד, אריין. ער האט געווינען די וואלן מיט א קאליציע פון אלע חסידים, און מיט די ספרדים פון ש"ס

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!