אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבקה"
(פארברייטערט (אנהייב)) |
ק (אויסדרוק) |
||
שורה 2: | שורה 2: | ||
'''רבקה אמנו''' ({{לינק צו אידיש יאר|2085}} – {{לינק צו אידיש יאר|2207}}), איז די צווייטע פון די [[פיר אמהות]] פון [[כלל ישראל]]; די ווייב פון [[יצחק]], און מאמע פון [[יעקב]] און [[עשו]]. איר טאטע, [[בתואל]] (וואס איז אויך געווען דער פאטער פון [[לבן הארמי]]), איז געווען א זון פון [[נחור אחי אברהם|נחור]], א שוועסטערקינד פון יצחק. | '''רבקה אמנו''' ({{לינק צו אידיש יאר|2085}} – {{לינק צו אידיש יאר|2207}}), איז די צווייטע פון די [[פיר אמהות]] פון [[כלל ישראל]]; די ווייב פון [[יצחק]], און מאמע פון [[יעקב]] און [[עשו]]. איר טאטע, [[בתואל]] (וואס איז אויך געווען דער פאטער פון [[לבן הארמי]]), איז געווען א זון פון [[נחור אחי אברהם|נחור]], א שוועסטערקינד פון יצחק. | ||
נאך איר טויט, איז רבקה באערדיגט געווארן אין [[מערת המכפלה]], וואו עס זענען | נאך איר טויט, איז רבקה באערדיגט געווארן אין [[מערת המכפלה]], וואו עס זענען באערדיגט געווארן אלע אבות און אמהות אויסער רחל. לויט חז"ל, איז רבקה אלט געווען 122 אדער 133 יאר ביי איר טויט. | ||
== ביאגראפיע == | == ביאגראפיע == |
רעוויזיע פון 10:22, 13 נאוועמבער 2023
רבקה אמנו (ב'פ"ה – ב'ר"ז), איז די צווייטע פון די פיר אמהות פון כלל ישראל; די ווייב פון יצחק, און מאמע פון יעקב און עשו. איר טאטע, בתואל (וואס איז אויך געווען דער פאטער פון לבן הארמי), איז געווען א זון פון נחור, א שוועסטערקינד פון יצחק.
נאך איר טויט, איז רבקה באערדיגט געווארן אין מערת המכפלה, וואו עס זענען באערדיגט געווארן אלע אבות און אמהות אויסער רחל. לויט חז"ל, איז רבקה אלט געווען 122 אדער 133 יאר ביי איר טויט.
ביאגראפיע
איבער רבקה ווערט דערציילט בעיקר אין ספר בראשית, און אין מדרשי חז"ל דערויף. רבקה ווערט דערמאנט דאס מערסטע פון אלע אמהות אין ספר בראשית (50 מאל), און איר לעבנס געשיכטע איז דאס מערסטע דעטאלירט[1].
רבקה איז געבוירן געווארן אין יאר ב'פ"ה אדער ב'ע"ד (זעט כראנאלאגיע) צו בתואל און מילכה אין חרן, נאך איר ברודער לבן. זי האט געהייראט יצחק און געבוירן יעקב און עשו, און נאך איר פטירה איז זי באערדיגט געווארן אין מערת המכפלה.
רבקה און אליעזר עבד אברהם
אין פרשת חיי שרה[2] ווערט פארציילט אז אברהם איז עלטער געווארן און האט נאך נישט געהאט גענומען א ווייב פאר זיין זון יצחק. ער האט געשיקט זיין קנעכט צו זיין פאמיליע אין חרן, דארט צו טרעפן א ווייב פאר יצחק, און זיכער מאכן אז ער פארהייראט נישט קיין כנענית. די תורה זאגט נישט די נאמען פון דער קנעכט, אבער לויט מדרשי חז"ל איז דאס געווען אליעזר.
אליעזר האט מיטגענומען מיט זיך אסאך טייערע מתנות עס צו שענקען פאר די צוקונפטיגע כלה, און איז ארויס געפארן קיין ארם נהריים צו ערפילן דעם באפעל פון זיין האר. ער האט דערגרייכט חרן ביי אוונט, און זיך אפגעשטעלט ווארטן נעבן ברונעם אינדרויסן פון שטאט. ער האט דווקא געווארט דארט וויבאלד ער האט געוואלט זען ווער וועט זיין די וואס וועט אנטרינקען אים און זיינע קעמלען.
אליעזר האט געדאוונט מען זאל אים ווייזן א סימן ווער עס איז די ריכטיגע פרוי פאר יצחק, מיט דעם וואס ווען ער וועט איר בעטן וואסער צו טרונקען, וועט די רעאקציע פון די פרוי זיין אז זי וועט אים געבן וואסער, און אויך פאר זיינע קעמלען. אזוי דאווענענדיג איז רבקה אנגעקומען, און אליעזר האט איר געבעטן "בייג ביטע דיין קרוג און איך וועל טרינקען". זי האט דערויף גענטפערט "טרינק מיין האר, אויך פאר דיינע קעמלען וועל איך שעפן", און אזוי האט זי געטון. די מפרשים ערקלערן וויאזוי זי האט מיט אירע מעשים געצייגט נישט נאר א גוט הארץ, נאר אויך קלוגשאפט און דרך ארץ[3].
ווען אליעזר האט באקומען דעם ענטפער, האט ער געוואוסט אז זי איז די וואס פאסט צו זיין יצחק'ס ווייב. צו ארויסווייזן זיין דאנק, האט ער איר געגעבן א גאלדענע נאזבאנד וואס וועגט א בקע און צוויי ארעמבאנדן וואס וועגן צען גאלד שטיק אויף אירע הענט.
רבקה און איר פאמיליע
ווען רבקה האט זיך אהיימגעקערט, האבן די הויז געזונד געזען די צירונגען און זיך געוואונדערט דערוועגן. רבקה האט דערציילט וועגן די באגעגעניש מיטן מענטש נעבן ברונעם, און זיי האבן געוואלט וויסן וואו ער געפינט זיך, קלערנדיג אז ער פארמאגט גרויס רייכטום. זיי האבן פארבעטן אליעזר צו קומען נעכטיגן אין זייער הויז, און אים אפגעגעבן כבוד מלכים. דער ברודער פון רבקה, לבן, האט ארויסגעשטארצט מיט זיין חנופה ווילנדיג באקומען גאלד און דימאנטן.
פאר די הויזגעזונד פון רבקה האט אליעזר פארציילט איבער דער סימן וואס ער האט זיך געמאכט, אז די פרוי וואס וועט זאגן "טרינק און אויך פאר דיינע קעמלען וועל איך שעפן", זי איז די פרוי וואס דער באשעפער האט באשטימט פאר זיין האר'ס זון, און דאס איז וואס רבקה האט טאקע געטון.
נאך וואס אליעזר האט דערציילט די הויזגעזונד איבער זיין האר און איבער זיין ציל מיטן קומען, האבן זיי איינגעשטימט צו געבן רבקה'ן פאר יצחק. זאגנדיג "מה' יצא הדבר". רבקה'ס עלטערן האבן געוואלט אז זי זאל הערשט גיין ווען זי איז עלטער, און אין ענדע באשלאסן "לאמיר רופן די מיידל און איר פרעגן". רבקה האט מסכים געווען צו חתונה האבן מיט יצחק און זאפארט ארויסצוגיין אין וועג מיט איר זייגערין. פארן ארויספארן, האבן איר די הויזגעזונד געווינטשן: "אונזער שוועסטער, פון דיר זאל ארויסקומען צענדליגער טויזנטער, און דיינע קינדער זאלן איינעמען די שטעט פון זייערע פיינט"[2].
אנקום פון רבקה קיין כנען
ווען אליעזר, רבקה און איר זייגערין זענען אנגעקומען צום נגב אין כנען, דארט וואו יצחק האט געוואוינט, איז רבקה אראפ פונעם קעמל זעענדיג יצחק, און האט פארדעקט איר קאפ אלס צניעות. יצחק האט איר אריינגעברענגט צום געצעלט פון זיין מאמע שרה, און דארט האט ער איר געהייראט[2].
רבקה און אירע קינדער
פונקט ווי שרה און רחל, איז אויך רבקה אין אנהייב געווען אן עקרה. נאך צוואנציג קינדערלאזע יארן האבן יצחק און רבקה זיך געשטעלט איינבעטן ביים אויבערשטן פאר קינדער, גאט האט אויסגעהערט זייער געבעט און זי איז געווארן טראגעדיג. די קינדער האבן זיך געשלאגן אין איר, און זי איז געגאנגען פארשן דערוועגן ביים אויבערשטן. לויט ווי עס ווערט דערציילט אין מדרש[4] האט עשו פרובירט ארויסגיין ווען מען איז אריבער נעבן אן עבודה זרה, און יעקב האט פרובירט ארויסגיין ווען זי איז אריבער נעבן א שול; רבקה וואס האט געמיינט אז דאס איז איין קינד האט נישט געקענט פארשטיין וואס דא גייט פאר. דאן האט מען איר געזאגט אז זי גייט געבוירן א צווילינג וואס גייען זיך צעטיילן פאר צוויי פעלקער, און דער עלטערער וועט דינען דעם יונגערן: ”וַיֹּאמֶר ה' לָהּ שְׁנֵי גוֹיִם בְּבִטְנֵךְ וּשְׁנֵי לְאֻמִּים מִמֵּעַיִךְ יִפָּרֵדוּ וּלְאֹם מִלְאֹם יֶאֱמָץ וְרַב יַעֲבֹד צָעִיר”. זי האט טאקע געבוירן א צווילינג, ווען יצחק איז געווען אין עלטער פון זעכציג יאר. דער ערשטער א רויטער און האריגער וועמען מען האט א נאמען געגעבן עשו, דער צווייטער איז ארויסגעקומען אנכאפנדיג דעם פירשט פון עשו, און מען האט אים א נאמען געגעבן יעקב. עשו איז אויפגעוואקסן א יעגער - א פעלד מענטש, אין צייט וואס יעקב איז געווען אן "איש תם" און געזעסן אין געצעלט. יצחק האט ליב געהאט עשו, און רבקה האט געגליכן יעקב[5].
דאס צונעמען די ברכות
יצחק איז פארעלטערט געווארן און שווער געקענט זען. ער האט גערופן עשו און אים געבעטן צו פאנגען און צורישן עסן ווי ער גלייכט, און ער וועט אים דאן בענטשן איידער'ן שטארבן. רבקה האט דאס געהערט און באפוילן יעקב צו ברענגען צוויי ציגן, וועלכע זי האט צוגעגרייט ווי יצחק האט ליב געהאט. כדי יצחק זאל נישט אויפכאפן אז יעקב איז נישט עשיו דורכן טאפן זיינע הענט, האט זי אנגעטון פאר יעקב עשו'ס קליידער, און ארויפגעלייגט דעם פעל פון די ציגן אויף זיינע הענט און האלז אז זיי זאלן זיין האריג ווי עשו'ס, און אים געשיקט מיט די גוטע שפייז און ברויט צו יצחק. יעקב האט זיך אנגעגעבן אלס עשו, אהינגעגעבן דאס עסן און געבעטן די ברכות. יצחק האט געגעסן און געטרינקען און געגעבן די ברכות פאר יעקב.
ווי נאר יעקב איז ארויס, איז עשו צוריקגעקומען פון יאגד מיט שפייז פאר יצחק. זעענדיג וואס האט פאסירט האט ער אויסגעבראכן אין א געוויין, און ארויסבאקומען א ברכה פון יצחק. ער איז אבער נישט געווען צופרידן און ער האט געוועבט פלענער צו הרג'ענען יעקב פארן נעמען די ברכות. רבקה האט באפוילן יעקב צו אנטלויפן צו איר ברודער לבן אין חרן פאר א שטיק צייט, ביז עשו בארואיגט זיך און פארגעסט דערפון[6].
כראנאלאגיע
וועגן די עלטער פון רבקה ביי איר חתונה איז פארהאן עטליכע דעות[7]:
- אין סדר עולם רבה (פרק א)[8] שטייט אז יצחק האט חתונה געהאט זייענדיג אלט פערציג יאר, און רבקה זייענדיג אלט דריי יאר - "ווייל ווען אברהם איז צוריק געקומען פון די עקידה אין הר המוריה איז ער אינפארמירט געווארן וועגן די געבורט פון רבקה, און יצחק איז דעמאלט געווען אלט זיבן און דרייסיג יאר, ווייל דעמאלט איז שרה געשטארבן - און פון יצחק'ס געבורט ביז די עקידה ווען שרה איז געשטארבן זענען דא זיבן און דרייסיג יאר, ווייל זי איז געווען אלט ניינציג יאר ווען יצחק איז געבוירן געווארן, און הונדערט זיבן און צוואנציג ווען זי איז געשטארבן, ווי עס שטייט אין פסוק (כג, א) ויהיו חיי שרה וגו', קומט אויס אז יצחק איז דעמאלט אלט געווען זיבן און דרייסיג יאר און דעמאלט איז רבקה געבוירן געווארן, האט ער געווארט ביז ווען מען קען שוין חתונה האבן מיט איר (דריי יאר) און דעמאלט האט ער איר געהייראט".
- לויט'ן משמעות אין גמרא[7] און ספרי[9], האט יצחק אבינו געהייראט רבקה אין עלטער פון פערצן יאר.
געשעעניש | די צייט און ארט | סדר עולם | ספרי |
---|---|---|---|
רבקה'ס געבורט | "ובתואל ילד את רבקה" (בראשית כב, כ); "כשבא אברהם מהר המוריה (נאך עקידת יצחק) נתבשר שנולדה רבקה" (רש"י, כה, כ) | ב'פ"ה | ב'ע"ד |
רבקה'ס חתונה | "וַיְהִי יִצְחָק בֶּן-אַרְבָּעִים שָׁנָה בְּקַחְתּוֹ אֶת-רִבְקָה בַּת-בְּתוּאֵל הָאֲרַמִּי מִפַּדַּן אֲרָם אֲחוֹת לָבָן הָאֲרַמִּי לוֹ לְאִשָּׁה" (כה, כ) | 3 יאר | 14 יאר |
געבורט פון יעקב און עשו | אין ניסן אדער תשרי (ראש השנה יא, א) | 23 יאר | 34 יאר |
מכירת הבכורה | אין טאג פון אברהם'ס פטירה | 38 יאר | 49 יאר |
די ברכות פון יצחק | "אמר רבי יהושע בן קרחה: אם מגיע אדם לפרק אבותיו ידאג חמש שנים לפניהם וחמש לאחר כן, ויצחק היה בן מאה עשרים ושלש" (רש"י, כז, ב) | 86 יאר | 97 יאר |
רבקה'ס פטירה | דער פסוק באצייכנט נישט די לעבנס יארן פון רבקה אמנו, אבער חז"ל זאגן אז דבורה (וואס די צייט ווען זי איז געשטארבן איז יא באקאנט) איז נפטר געווארן צוזאמען מיט רבקה | 122 יאר | 133 יאר |
אין ספר הישר שטייט אז רבקה איז אלט געווען צען יאר ווען זי האט חתונה געהאט[10] און 133 יאר ביי איר פטירה[11], מיטן חשבון אז די מעשה מיט די ברכות איז פארגעקומען פיר יאר שפעטער.
אין חז"ל
אין מדרש שטייט אז אויף רבקה איז געזאגט געווארן ”כְּשׁוֹשַׁנָּה בֵּין הַחוֹחִים” (שיר השירים ב, ב), זייענדיג א טאכטער פון א פאפּער, א שוועסטער פון לבן הארמי, פון א פלאץ פון פאפּערס, "והצדקת הזאת, יצאה מבינותם"[12].
דער מדרש ברענגט דריי נסים וועלכע זענען אנגעגאנגען ביי שרה וועלכע האבן זיך אויפגעהערט נאך איר פטירה, און ווען רבקה איז אנגעקומען זענען זיי צוריקגעקומען: די ליכט פון ערב שבת האבן געברענגט א גאנצע וואך, עס איז געווען א ברכה אין די טייג, און א וואלקן האט געהויערט איבער'ן געצעלט[13].
זעט אויך
רעפערענצן
- ↑ אבינועם ספיר, מה מסתיר התנ"ך - סודותיו של ספר בראשית, הוצאת ידיעות אחרונות, 2017, עמ' 98
- ↑ 2.0 2.1 2.2 קאַפּיטל כ"ד
- ↑ צום ביישפיל, זעט: בית הלוי על התורה, פרשת חיי שרה
- ↑ בראשית רבה, פרשה ס"ג, פסקה ו'
- ↑ קאַפּיטל כ"ה, פסוקים כ"א–כ"ח.
- ↑ קאַפּיטל כ"ז
- ↑ 7.0 7.1 ראשונים, יבמות סא, ב
- ↑ ווערט געברענגט אין רש"י, בראשית כה, כ. זעט אין גור אריה דארט, אז די פסוק פריער אין כד, טז רופט איר אן "נערה" - וְהַנַּעֲרָ טֹבַת מַרְאֶה מְאֹד, וויבאלד זי איז געווען ערוואקסן און געבויט ווי א נערה.
- ↑ ספרי אויף דברים לד, ז (פיסקא שנז).
- ↑ ספר הישר, פרשת חיי שרה
- ↑ ספר הישר, פרשת וישלח
- ↑ שיר השירים רבה, פרשה ב', פסקה ב', געברענגט אין רש"י, כה, ב, ד"ה בת בתואל.
- ↑ בראשית רבה, פרשה ס', פסקה ט"ז, געברענגט אין רש"י, כד, סז.
ספר בראשית | ||
---|---|---|
פרשת בראשית | בריאת העולם • חטא עץ הדעת • רקיע • מים העליונים • בריאת אדם וחוה • אדם און חוה • נחש הקדמוני • קללת האדם והאשה • קין און הבל • שירת למך • בני האלהים | |
פרשת נח | תיבת נח • מבול • שכרות נח • ברית הקשת • תולדות בני נח • מגדל בבל | |
פרשת לך לך | אברהם'ס רייזע צו כנען • אברהם'ס אראפגאנג קיין מצרים • מריבת רועי אברהם ורועי לוט • מלחמת המלכים • מלכי צדק • בריחת הגר ולידת ישמעאל • ברית בין הבתרים • ברית המילה | |
פרשת וירא | בשורת הבן לשרה • מהפכת סדום ועמורה • בנות לוט • ירידת אברהם לגרר • גירוש הגר וישמעאל • ברית אברהם ואבימלך • עקידת יצחק • עשרה נסיונות | |
פרשת חיי שרה | רכישת מערת המכפלה • מציאת אישה ליצחק • אברהם און קטורה • תולדות ישמעאל | |
פרשת תולדות | לידת יעקב ועשו • מכירת הבכורה • ירידת יצחק לגרר • הריב על הבארות • ברית יצחק ואבימלך • ברכות יצחק • בריחת יעקב מעשו | |
פרשת ויצא | יעקב'ס חלום • נישואי יעקב עם רחל ולאה • מסירת הסימנים על ידי רחל • לידת בני יעקב • געשיכטע פון די דודאים • בריחת יעקב מלבן • ברית יעקב ולבן | |
פרשת וישלח | פגישת יעקב ועשו • מאבק יעקב והמלאך • געשיכטע פון שכם און דינה • געשיכטע פון שמעון און לוי • קיום הנדר בבית אל • פטירה און קבורה פון רחל • געשיכטע פון ראובן און בלהה • תולדות עשו • שמונת מלכי אדום | |
פרשת וישב | מכירת יוסף • געשיכטע פון יהודה און תמר • געבורט פון פרץ און זרח • יוסף און אשת פוטיפר • חלומות פון שר המשקים און שר האופים | |
פרשת מקץ | פרעה'ס חלומות • מינוי יוסף למושל מצרים • זיבן זאטע יארן • שבע שנות הרעב במצרים • אראפגאנג פון יוסף'ס ברידער קיין מצרים | |
פרשת ויגש | יוסף'ס אנטפלעקונג צו זיינע ברידער • יעקב'ס אראפגאנג קיין מצרים • יורדי מצרים • מכירת ארץ מצרים לפרעה | |
פרשת ויחי | שבועת יוסף ליעקב • ברכת אפרים ומנשה • המלאך הגואל • ברכת יעקב • מות יעקב וקבורתו | |
צענטראלע פערזאנען | אדם און חוה • קין און הבל • נח • אברהם און שרה • לוט • הגר און ישמעאל • יצחק אבינו און רבקה • עשו • יעקב, רחל און לאה • ראובן • שמעון • לוי • יהודה • תמר • יוסף • אפרים און מנשה |