אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:בלאזשוב (חסידות)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(←‏אין אמעריקע: פארברייטערט, צוגעלייגט מקור)
צייכן: רויע רעדאגירונג
(←‏רעפערענצן: אפשר אזוי)
 
(איין צווישנדיגע ווערסיע פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן)
שורה 43: שורה 43:


== רעפערענצן ==
== רעפערענצן ==
*{{צ-ספר||דער בלאזובער רבי|ברוקלין|תשס"ה}}
{{רעפליסטע}}
{{רעפליסטע}}



יעצטיגע רעוויזיע זינט 21:28, 5 אויגוסט 2024

בלאזשאוו אין מערב גאליציע איז א באקאנט שטעטל אין די חסידישע קרייזן דורך דעם וואס האבן געוואוינט דארט די רבי'ס פון דער בלאזשאווער דינאסטיע (א צווייג פון דער דינאווער דינאסטיע), וואס ציט פון הרב צבי אלימלך שפירא, רב אין בלאזשאוו, אן אייניקל פונעם "בני יששכר", רבי צבי אלימלך שפירא פון דינאוו.

ערשטער דור

דער גרינדער פונעם הויף, רבי צבי אלימלך, איז געבוירן געווארן אין ה'תר"א צו זיין פאטער רבי דוד דינאווער. אין זיינע יונגערע יארן איז ער געווען מיט זיין פאטער ביי רבי ישראל פון רוזשין און רבי שלום פון בעלזא. ער איז געווארן אן איידעם ביי משה פון ראזוואדאוו. ער איז געווען א תלמיד פון רבי חיים האלבערשטאם, דער "דברי חיים" פון צאנז. ער איז געווארן רב אין ריבאטיטש (איינע פון די שטעטלעך וואו זיין זיידע האט געהאט א רבנות שטעלע), און פון יאר ה'תרכ"ג איז ער געווען רב אין בלאזשאוו.

נאך זיין חתונה האט ער געגעסן קעסט ביים צאנזער רב און ער איז געווען איינער פון דער חבורה פון אויסגעצייכנטע תלמידים וואס האבן געלערנט מיט אים, און ער האט באקומען פון אים היתר הוראה. נאך זיין פאטער'ס פטירה אין ה'תרל"ד האט ער אנגעהויבן פירן א רביסטעווע. אין ה'תר"ע איז ער אריבער קיין יאווארניק א קליינע קהילה 12 ק"מ פון בלאזשאוו. ביי דער ערשטער וועלט-מלחמה איז ער אנטלאפן קיין בודאפעשט. ווען ער איז צוריקגעקומען אין גאליציע אין ה'תרפ"ג האט ער זיך באזעצט אין ריישע. ער איז נפטר געוואןר ה' ניסן ה'תרפ"ד. ער האט גענומען פאר אן איידעם רבי ברכיה טייטלבוים פון איהעל.

מען האט אים פאררעכנט א גרויסער גאון און צדיק. איינער פון זיינע אויסגעצייכנטע תלמידים איז געווען רבי אהרן ראטה. ער האט מחבר געווען דאס ספר "צבי לצדיק", אויף תורה, און אויף ימים טובים, און שו"ת.

צווייטער דור

אין אמעריקע

ישראל, דער דריטער זון פון רבי יהושע, האט איבערגעלעבט דעם חורבן און האט אויפגעשטעלט זיין הויף אין אמעריקע. ער איז געבוירן געווארן מרחשון תר"ן און איז געווארן אן איידעם ביי רבי שלום דוד אונגאר פון זשאבנע. ער האט געדינט אלס רב פון פראכניק. נאך זיין פאטער'ס פטירה איז ער געווארן רב אין איסטריק וואו ער האט אנגעהויבן פירן א רביסטעווע. ער האט אטייל גענומען אין דער כנסיה גדולה פון אגודת ישראל אין ווין אין ה'תרפ"ג. זיין משפחה איז אומגעקומען ביים חורבן אייראפע; ער אליין איז געראטעוועט געווארן דורך א נס. א קורצע זייט האט ער געזוימט אין בריסל, דערנאך האט ער אימיגרירט אין די פאראייניגטע שטאטן. פריער האט ער געוואוינט אין וויליאמסבורג און דערנאך אין בארא פארק, ברוקלין, וואו ער האט געעפנט דעם בלאזשאווער בית מדרש. מען האט אים געהאלטן איינער פון די גרעסטע אדמו"רים אין זיין דור.

ער האט חתונה געהאט בזיווג שני צו בראניע, טאכטער פון הרב משה מנחם מעלכיאר. ער איז געווען א נשיא פונעם גאליציאנער כולל. א' חשון ה'תש"נ איז ער נפטר געווארן און מ'האט אים באערדיקט אין הר הזיתים.

נאך זיין פטירה האט מען מכתיר געווען זיין שטיף־זון, רבי צבי יהודה שפירא (פריער קושיצקי; תרצ"ו, 1936 - ט"ז תמוז תשע"ה, 2015). ער האט אויך איבערגענומען זיין ארט ביים גאליציאנער כולל.[1].

נאך דער פטירה פון רבי צבי יהודה, האט מען מכתיר געווען זיינע דריי זין:[2]

  • רבי אברהם יעקב שפירא (געבוירן כ"ח אדר ה'תש"כ) פון בלאזוב (58סטע גאס), איידעם פון רבי מרדכי מנחם מנדל איגר פון לובלין.
  • רבי משה מנחם שפירא (געבוירן ט' ניסן ה'תשכ"א) פון בלאזוב (50סטע גאס), איידעם פון רבי מרדכי לייפער פון נאדווארנא-באניע-הערמענשטאט אין בארא פארק.
  • רבי יהושע יוסף שפירא (געבוירן ו' תשרי ה'תשכ"ד) פון בלאזוב-ריבאטיטש, איידעם פון רבי שאול דוד אריה קנאבלאך, סגן מנהל פון מתיבתא עץ חיים דבאבוב.

דער בלאזשאווער בוים

רעפערענצן

  • דער בלאזובער רבי, ברוקלין, תשס"ה
  1. בלאזשאווער רבי אוועק, אויף JDN(העברעאיש)
  2. שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 71-73


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!