רוי:רבי צבי אלימלך שפירא (בלאזשאוו)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל (ה'תר"א - ה' ניסן ה'תרפ"ד), רב אין בלאזשאוו.

אפשטאם

רבי הערש מילך איז געבוירן אין יאר ה'תר"א, (נאך אין יאר וואס זיין זיידע דער בני יששכר איז נפטר געווארן), צו זיין פאטער הרב רבי דויד שפירא, רב אין דינאוו, א זון פון הרב רבי צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת רחל מינא.

רבנות

רבי הערש מילך איז געווען רב אין ריבאטוטש, נאכהער אין יאר ה'תרכ"ג איז ער געוארן רב אין בלאזשאוו, נאהנט צו זעכציג יאר, נאך זיין פאטער'ס פטירה י"ט אדר ה'תרל"ד האט ער אנגעהויבן פראווען רעביסטעווע. אין זיין יוגנט איז ער געפארן מיט זיין פאטער צום הייליגן רוזינער און צום שר שלום פון בעלזא, ביי זיבעצען יאר האט ער שוין געדענקט דעם ספר "ברית כהונת עולם" אויף אויסנווענדיג. אין א געלעגענהייט ווען ער האט זיך געשפארט אין לערנען מיט דעם ווייטצענער רב הרב יצחק זילבערשטיין וועגען א היתר עגונה האט ער זיך אויסגעדריקט, אז אין עלטער פון פיר און צוואנציג יאר האט ער שוין געקענט ארבעה חלקי שלחן ערוך אויף אויסנווענדיג. נאך זיין חתונה האט ער געגעסן קעסט ביים צאנזער רב, און ער איז געווען פון די חבריא יונגעלייט וואס דער צאנזער רב האט מיט זיי געלערנט, און ער האט באקומען היתר הוראה פון צאנזער רב.

הסתלקות

אין יאר ה'תרפ"ג האט רבי הערש מילך זיך באזעצט אין ריישא, דארט האט ער זיך געקויפט א הויז אין געעפנט דאס בלאזשאווער קלייזעל. אין טאג פון זיין זיידן רבי דויד'ל דינאווער'ס יארצייט י"ט אדר האט ער באקומען א לונגען אנצינדונג, און צוויי וואכן שפעטער איז ער נפטר געווארן ה' ניסן ה'תרפ"ד.

פאמיליע

רבי הערש מילך האט געהייראט מרת שרה, א טאכטער הרב רבי משה הורוויץ רב אין ראזוואדאוו, זייערע קינדער:

  • הרב יוסף שפירא (ה'תרכ"ח - ז' חשוון ה'תר"ן), ער האט געהייראט מרת חיה מינדל, א טאכטער פון הרב מאיר משולם שפירא. ער איז געווען אן אנגעזעענער תלמיד חכם, אבער אין יאר תרמ"ז איז ער קראנק געווארן און פארבליבן געלעמט אויף א האלבן קערפער. ער איז נפטר געווארן זייער יונג, אין עלטער פון צוויי און צוואנציג יאר.

זיינע ספרים

  • צבי לצדיק - שו"ת
  • צבי לצדיק - על התורה
  • צבי לצדיק - מועדים

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!