אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אלישמע בן עמיהוד"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(אשל אברהם (בוטשאטש) איז יא דא...)
ק ((diffedit))
 
שורה 27: שורה 27:
לויט חז"ל האט ער מקריב געווען זיין קרבן אום [[שבת]]{{הערה|{{בבלי|מועד קטן|ט|א}}; {{מדרש רבה|במדבר|יד|א}}; און אזוי קומט אויס פון {{סדר עולם|רבה|ז}}}}. דער מדרש ברענגט:{{ציטוט|אמר ליה הקדוש ברוך הוא, אין קרבן יחיד דוחה את השבת, חייך, קרבן בנך דוחה את השבת בשביל מצוה שעשית. הוי אומר, ביום השביעי נשיא לבני אפרים אלישמע בן עמיהוד וכו', אמר רבי יוחנן, שבת היתה, שנאמר: 'והכן', ואין 'והכן' אלא שבת, שנאמר: והיה ביום הששי והכינו ({{תנ"ך|שמות|טז|ה}}), אמר לו הקדוש ברוך הוא, אתה שמרת את השבת עד שלא נתנה, חייך, שאני עושה שבן בנך יהיה מקריב בשבת, מנין, ממה שקראו בענין ביום השביעי נשיא לבני אפרים|[[מדרש תנחומא]], נשא, כח}}
לויט חז"ל האט ער מקריב געווען זיין קרבן אום [[שבת]]{{הערה|{{בבלי|מועד קטן|ט|א}}; {{מדרש רבה|במדבר|יד|א}}; און אזוי קומט אויס פון {{סדר עולם|רבה|ז}}}}. דער מדרש ברענגט:{{ציטוט|אמר ליה הקדוש ברוך הוא, אין קרבן יחיד דוחה את השבת, חייך, קרבן בנך דוחה את השבת בשביל מצוה שעשית. הוי אומר, ביום השביעי נשיא לבני אפרים אלישמע בן עמיהוד וכו', אמר רבי יוחנן, שבת היתה, שנאמר: 'והכן', ואין 'והכן' אלא שבת, שנאמר: והיה ביום הששי והכינו ({{תנ"ך|שמות|טז|ה}}), אמר לו הקדוש ברוך הוא, אתה שמרת את השבת עד שלא נתנה, חייך, שאני עושה שבן בנך יהיה מקריב בשבת, מנין, ממה שקראו בענין ביום השביעי נשיא לבני אפרים|[[מדרש תנחומא]], נשא, כח}}


טייל ראשונים לערנען אבער על דרך הפשט אז די קרבנות הנשיאים זענען נישט געברענגט געווארן אין איין צי, און קיינער האט נישט געברענגט אין שבת{{הערה|ראב"ע און {{תנ"ך|במדבר|ז|מח|מפרש=רבינו בחיי}} בשם יש אומרים. אין פירוש הארוך פון {{תנ"ך|שמות|מ|ב|מפרש=אבן עזרא}} ברענגט ער א יש אומרים, אז אלישמע האט נאר מקריב געווען דעם קרבן עולה אום שבת, און די שלמים האט מען געברענגט און געגעסן [[זונטאג]]. זעט אויך [[רבי אברהם דוד וואהרמאן|בוטשאטשער רב]], {{שולחן ערוך|אורח חיים|תרסה|מפרש=אשל אברהם (בוטשאטש)}}, אז דער נשיא פון אפרים האט געברענגט אין אכטן טאג.}}.
טייל ראשונים לערנען אבער על דרך הפשט אז די קרבנות הנשיאים זענען נישט געברענגט געווארן אין איין צי, און קיינער האט נישט געברענגט אין שבת{{הערה|ראב"ע און {{תנ"ך|במדבר|ז|מח|מפרש=רבינו בחיי}} בשם יש אומרים. אין פירוש הארוך פון {{תנ"ך|שמות|מ|ב|מפרש=אבן עזרא}} ברענגט ער א יש אומרים, אז אלישמע האט נאר מקריב געווען דעם קרבן עולה אום שבת, און די שלמים האט מען געברענגט און געגעסן [[זונטאג]]. זעט אויך [[רבי אברהם דוד וואהרמאן|בוטשאטשער רב]], [https://beta.hebrewbooks.org/tursa.aspx?a=oc_x3214 אשל אברהם, סימן תרס"ה] אז דער נשיא פון אפרים האט געברענגט אין אכטן טאג.}}.


== זיין נאמען ==
== זיין נאמען ==

יעצטיגע רעוויזיע זינט 23:05, 30 נאוועמבער 2023

אלישמע בן עמיהוד
געבורט מצרים
קינדער נון און זיין זון יהושע
תקופה יציאת מצרים, דור המדבר
בתנ"ך במדבר א, י; ב, יח; ז, מח; י, כב; דברי הימים א' ז, כז

אֱלִישָׁמָע בֶּן עַמִּיהוּד איז געווען דער נשיא פון שבט אפרים אין די צייט פון נאך יציאת מצרים. זיין זון איז געווען נון, דער טאטע פון יהושע בן נון[1].

לעבן און שאפן

ווי די אנדערע נשיאים, האט השי"ת באשטימט אלישמע בן עמיהוד צו ציילן זיין שבט ביים צווייטן ציילונג פון אידן אין מדבר. זיי ווערן דארט געשילדערט ווי ”קְרוּאֵי הָעֵדָה, נְשִׂיאֵי מַטּוֹת אֲבוֹתָם, רָאשֵׁי אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל[2]. זיי זענען אלע געווען הויפטן אין סנהדרין[3], וועלכע זענען גערופן געווארן צו יעדע חשוב'ע זאך ביי אידן[4].

לויט חז"ל זענען די נשיאים געווען די שוטרים וואס די מצריים האבן געשטעלט איבער אידן אין מצרים, וואס זיי זענען געשלאגן געווארן ווען אידן האבן נישט ערפילט זייער קוואטע[5]. טייל לערנען אז זיי זענען שוין געווען נשיאים איבער די עלטערן פונעם דור המדבר, נאך זייענדיג אין מצרים[6].

דורכאויס די וואנדערונגען אין מדבר האט אלישמע געפירט זיין שבט אין דער דריטער מחנה, נאך די צווייטע מחנה פון ראובן און די בני קהת, און אונטער'ן "דגל מחנה אפרים" זענען אויך געווען מנשה און בנימין[7]. לויט ווי דערציילט אין מדרש, איז זיין פאן געווען געפארבט שטארק שווארץ, און מצרים און אזוי אויך א אקס געצייכנט דערויף[8].

אין חז"ל ווערט געברענגט אז די נשיאים זענען געווען צווישן די צוויי הונדערט און פופציג מענטשן וועלכע האבן געברענגט קטורת ביים מחלוקת קורח ועדתו[9]. לויט דעם זענען זיי נפטר געווארן אין צווייטן יאר נאך יציאת מצרים, אין פייער וואס האט פארברענט די מקטירי הקטורת.

קרבנות הנשיאים

ביי די קרבנות הנשיאים, האט אלישמע בן עמיהוד מקריב געווען זיין קרבן אום ז' ניסן פון צווייטן יאָר צו יציאת מצרים (ב'תמ"ט). ער איז געווען דער זיבעטער אין די רייע צו מקריב זיין, נאך אליסף בן דעואל פון שבט גד, לויט דער סדר ווי די שבטים האבן גערוט ארום דעם משכן און ווי זיי האבן זיך געצויגן ביי די מסעות[10].

דער מדרש ערקלערט אז די קרבנות פון אלישמע האבן מרמז געווען קעגן יעקב וואס האט געפעדערט אפרים צו מנשה, און יוסף וואס האט שוין געהיטן שבת נאך פאר עס איז געגעבן געווארן פאר די אידן[11].

לויט חז"ל האט ער מקריב געווען זיין קרבן אום שבת[12]. דער מדרש ברענגט:

אמר ליה הקדוש ברוך הוא, אין קרבן יחיד דוחה את השבת, חייך, קרבן בנך דוחה את השבת בשביל מצוה שעשית. הוי אומר, ביום השביעי נשיא לבני אפרים אלישמע בן עמיהוד וכו', אמר רבי יוחנן, שבת היתה, שנאמר: 'והכן', ואין 'והכן' אלא שבת, שנאמר: והיה ביום הששי והכינו (שמות טז, ה), אמר לו הקדוש ברוך הוא, אתה שמרת את השבת עד שלא נתנה, חייך, שאני עושה שבן בנך יהיה מקריב בשבת, מנין, ממה שקראו בענין ביום השביעי נשיא לבני אפרים

מדרש תנחומא, נשא, כח

טייל ראשונים לערנען אבער על דרך הפשט אז די קרבנות הנשיאים זענען נישט געברענגט געווארן אין איין צי, און קיינער האט נישט געברענגט אין שבת[13].

זיין נאמען

אין מדרש ווערט ערקלערט אז זיין נאמען איז מרמז צו יוסף הצדיק:

רבי מאיר ורבי יהושע בן קרחה היו דורשין את השמות, אלישמע, 'אלי שמע', ולאדונתו לא שמע, עמיהוד, 'עמי' היה 'הודו', ולא עם אחר

זעט אויך

רעפערענצן

  1. דברי הימים א' ז, כז
  2. במדבר א, טז
  3. מלבי"ם, במדבר א, טז
  4. רש"י, במדבר א, טז
  5. ספרי במדבר פיסקא מה, געברענגט אויך אין רש"י, במדבר ז, ב
  6. רבי יהונתן אייבשיץ, תפארת יהונתן, יאזעפאף תרל"ג
  7. במדבר י, כב
  8. במדבר רבה, פרשה ב', פסקה ז'
  9. במדבר רבה, פרשה י"ח, פסקה ג'; מדרש תנחומא באבער קרח ה. זעט אויך רש"י, במדבר טז, א
  10. ילקוט שמעוני, פרשת נשא, רמז תשט"ו; רבינו בחיי, במדבר ב, ב
  11. במדבר רבה, פרשה י"ד, פסקה ה'.
  12. מועד קטן ט, א; במדבר רבה, פרשה י"ד, פסקה א'; און אזוי קומט אויס פון סדר עולם פרק ז'
  13. ראב"ע און רבינו בחיי, במדבר ז, מח בשם יש אומרים. אין פירוש הארוך פון אבן עזרא, שמות מ, ב ברענגט ער א יש אומרים, אז אלישמע האט נאר מקריב געווען דעם קרבן עולה אום שבת, און די שלמים האט מען געברענגט און געגעסן זונטאג. זעט אויך בוטשאטשער רב, אשל אברהם, סימן תרס"ה אז דער נשיא פון אפרים האט געברענגט אין אכטן טאג.