אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "איש בושת"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 24: שורה 24:
==אפשטאם און נאמען==
==אפשטאם און נאמען==
[[טעקע:כתובת אשבעל בן בדע.jpg|קליין|"אשבעל בן בדע" אויפשריפט אויף קריגל]]
[[טעקע:כתובת אשבעל בן בדע.jpg|קליין|"אשבעל בן בדע" אויפשריפט אויף קריגל]]
איש בושת איז געווען דער פערטער און יונגסטער זון פון שאול דורך זיין ווייב אחינועם בת אחימעץ. זיינע ברידער זענען געווען [[יהונתן]], אבינדב, און מלכי-שוע, וועלכע זענען אלע אומגעקומען צוזאמען מיט שאול אין דער שלאכט קעגן די פלשתים.
איש בושת איז געווען דער פערטער און יונגסטער זון פון שאול ווארשיינליך דורך זיין ווייב אחינועם בת אחימעץ, כאטש טייל מפרשים ברענגען אויף א מעגליכקייט אז ער איז געווען א זון פון אן אנדער פרוי{{הערה|[https://www.sefaria.org/Abarbanel_on_I_Samuel.14.50 אברבנאל] און [https://www.sefaria.org/Marot_HaTzoveot_on_I_Samuel.14.48 אלשיך] אויף שמואל א יד}}. זיינע ברידער זענען געווען [[יהונתן]], אבינדב, און מלכי-שוע, וועלכע זענען אלע אומגעקומען צוזאמען מיט שאול אין דער שלאכט קעגן די פלשתים.


דער נאמען "איש בושת", וויאזוי ער ווערט אנגערופן דורכאויס ספר שמואל, מיינט בוכשטעבליך "מאן פון שאנד". אין ספר דברי הימים וואו עס ווערן אויסגערעכנט די קינדער פון שאול ווערט ער גערופן "אֶשְׁבָּעַל"{{הערה|{{תנ"ך|דברי הימים א|ח|לג}}}} (דאס איז לויט רוב מפרשים; [[רבינו תם]] האלט אז אשבעל איז [[מפיבושת]]{{הערה|{{בבלי|יבמות|עט|א|מפרש=תוספות|ד"ה=ארמוני ומפיבושת}}.}}).
דער נאמען "איש בושת", וויאזוי ער ווערט אנגערופן דורכאויס ספר שמואל, מיינט בוכשטעבליך "מאן פון שאנד". אין ספר דברי הימים וואו עס ווערן אויסגערעכנט די קינדער פון שאול ווערט ער גערופן "אֶשְׁבָּעַל"{{הערה|{{תנ"ך|דברי הימים א|ח|לג}}}} (דאס איז לויט רוב מפרשים; [[רבינו תם]] האלט אז אשבעל איז [[מפיבושת]]{{הערה|{{בבלי|יבמות|עט|א|מפרש=תוספות|ד"ה=ארמוני ומפיבושת}}.}}).
שורה 35: שורה 35:
==קעניגרייך==
==קעניגרייך==
[[טעקע:078.Combat between Soldiers of Ish-bosheth and David.jpg|קליין|קאַמף צווישן די זעלנער פון איש-בושת און דוד, דורך גוסטאוו דארעי]]
[[טעקע:078.Combat between Soldiers of Ish-bosheth and David.jpg|קליין|קאַמף צווישן די זעלנער פון איש-בושת און דוד, דורך גוסטאוו דארעי]]
נאך וואס שאול המלך און זיין ארמיי האבן געליטן א ביטערער מפלה דורכאויס א שלאכט קעגן די [[פלשתים]] אויפן בארג [[גלבוע]], אין וועלכע ער איז אומגעקומען מיט זיינע דריי עלטערע זין, איז איש בושת געבליבן דער איינציגער יורש פון שאול'ס דינאסטיע. [[אבנר בן נר]], שאול'ס פעטער און הויפט-גענעראל, האט אריבערגעפירט איש בושת קיין [[מחניים]] אין [[עבר הירדן]], וואו אבנר האט אים פראקלאמירט אלס קעניג. זיין הערשאפט האט זיך אנגעהויבן איבער גלעד און שפעטער זיך אויסגעברייטערט איבער אשור, יזרעאל, אפרים, בנימין, און גאנץ ישראל{{הערה|{{תנ"ך|שמואל ב|ב|ט|מפרש=מצודות}}.}}. אין דער זעלבער צייט האט שבט יהודה געקרוינט [[דוד]] אלס קעניג איבער זיי אין חברון.
נאך וואס שאול המלך און זיין ארמיי האבן געליטן א ביטערער מפלה דורכאויס א שלאכט קעגן די [[פלשתים]] אויפן בארג [[גלבוע]], אין וועלכע ער איז אומגעקומען מיט זיינע דריי עלטערע זין, איז איש בושת, וועלכער האט נישט טיילגענומען ביים שלאכט, געבליבן דער איינציגער יורש פון שאול'ס דינאסטיע. [[אבנר בן נר]], שאול'ס פעטער און הויפט-גענעראל, האט אריבערגעפירט איש בושת קיין [[מחניים]]. אנשטאט אים פירן קיין [[גבעת שאול]], וואס איז נישט געווען פארזיכערט פון די פלשתים וואס האבן דאן קאנטראלירט טיילן פון לאנד, האט אבנר אויסגעקליבן אלס זיין רעזידענץ מחניים וואס איז געווען אין [[עבר הירדן]], ווייט פון די פלשתים{{הערה|{{תנ"ך|שמואל א|לא|ז}}, רד"ק און רלב"ג}}.
איש בושת איז געווען פערציג יאר אלט ווען ער האט אנגעהויבן קעניגן, און זיין אפיציעלע רעגירונג האט געדויערט צוויי יאר{{הערה|שם=שמובבי|{{תנ"ך|שמואל ב|ב|י}}}}. ער ווערט געשילדערט אלס א שוואכער הערשער וואס איז געווען שטארק אפהענגיג אין אבנר בן נר פאר זיין מאכט און לעגיטימיטעט. זיין רעזידענץ אין מחניים איז אויסגעקליבן געווארן ווייל עס איז געווען ווייט פון די פלשתים וואס האבן דאן קאנטראלירט טיילן פון לאנד{{הערה|{{תנ"ך|שמואל א|לא|ז}}}}.
 
דארט האט אבנר פראקלאמירט איש בושת אלס קעניג, ווען זיין הערשאפט הייבט זיך אן איבער גלעד און שטאפּלווייז ברייטערט זיך אויס איבער אשור, יזרעאל, אפרים, און בנימין{{הערה|{{תנ"ך|שמואל ב|ב|ט}}, מצודות און אברבנאל.}}. אין דער זעלבער צייט האט שבט יהודה געקרוינט [[דוד]] אלס קעניג איבער זיי אין חברון{{הערה|{{תנ"ך|שמואל ב|ב|ד}}}}.
איש בושת איז געווען פערציג יאר אלט ווען ער האט אנגעהויבן קעניגן, און זיין אפיציעלע רעגירונג האט געדויערט צוויי יאר{{הערה|שם=שמובבי|{{תנ"ך|שמואל ב|ב|י}}}}. ער ווערט געשילדערט אלס א שוואכער הערשער וואס איז געווען שטארק אפהענגיג אין אבנר בן נר פאר זיין מאכט און לעגיטימיטעט.


דוד האט לכתחילה נישט געזוכט זיך צו טשעפען מיט איש בושת, און יעדער האט זיך געקעניגט אויף זיין חלק, ביז אבנר בן נר האט אנגערייצט דוד'ס לייט צו א קריג{{הערה|שם=רלבים|[[רלב"ג]] און [[מלבי"ם]] אויף {{תנ"ך|שמואל ב|ב|י}}.}}. אבנר'ס קעמפער האבן זיך אנגעטראפן מיט דוד'ס מענטשן אונטער [[יואב בן צרויה]] ביי א באסיין נעבן [[גבעון]], און אבנר האט אנגעבאטן אז 12 יונגען פון יעדער זייט זאלן שטיפן א שלאכט, אבער דער שפיל האט זיך געענדיגט מיט א טויטליכער קריג און אַ בלוטיגער מפלה פאַר איש בושת'ס לאַגער{{הערה|{{תנ"ך|שמואל ב|ב|יא|לב}}.}}.
דוד האט לכתחילה נישט געזוכט זיך צו טשעפען מיט איש בושת, און יעדער האט זיך געקעניגט אויף זיין חלק, ביז אבנר בן נר האט אנגערייצט דוד'ס לייט צו א קריג{{הערה|שם=רלבים|[[רלב"ג]] און [[מלבי"ם]] אויף {{תנ"ך|שמואל ב|ב|י}}.}}. אבנר'ס קעמפער האבן זיך אנגעטראפן מיט דוד'ס מענטשן אונטער [[יואב בן צרויה]] ביי א באסיין נעבן [[גבעון]], און אבנר האט אנגעבאטן אז 12 יונגען פון יעדער זייט זאלן שטיפן א שלאכט, אבער דער שפיל האט זיך געענדיגט מיט א טויטליכער קריג און אַ בלוטיגער מפלה פאַר איש בושת'ס לאַגער{{הערה|{{תנ"ך|שמואל ב|ב|יא|לב}}.}}.
שורה 69: שורה 71:
*{{היברובוקס|ר' משולם קאמינער|יודישע געשיכטע לויט דער תורה: די ערשטע מלכים ביי יודען|44103|page=52|עמ=51–59}}
*{{היברובוקס|ר' משולם קאמינער|יודישע געשיכטע לויט דער תורה: די ערשטע מלכים ביי יודען|44103|page=52|עמ=51–59}}
*חיים שויס, '''[https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=mdp.39015051590993&seq=48 די גרויסע אידישע געשיכטע]''': פון די עלטסטע צייטען ביז אויף היינט, באנד 2, ניו יארק, 1919, זז' 44–59
*חיים שויס, '''[https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=mdp.39015051590993&seq=48 די גרויסע אידישע געשיכטע]''': פון די עלטסטע צייטען ביז אויף היינט, באנד 2, ניו יארק, 1919, זז' 44–59
* '''געשיכטע פון כלל ישראל''', תקופת שמואל הנביא - 2, מאנסי: געוואלדיג, תשפ"ה, עמ' 365–404


==דרויסנדיגע לינקס==
==דרויסנדיגע לינקס==

רעוויזיע פון 02:49, 12 פעברואר 2026


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:באאמטער

פאראמעטער [ קבורה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

אִישׁ-בֹּשֶׁת
געבורט ב'תתמ"ו
נהרג ב'תתצ"ב (אלט: 46 בערך)
מחניים
קבורה חברון (בלויז זיין קאפ)
מדינה ארץ ישראל
פאטער שאול
מוטער אחינועם בת אחימעץ
מלך ישראל
ב'תתפ"וב'תתפ"ז
דוד

איש בושת מלך ישראל (אריגינעל אֶשְׁבַּעַל) איז געווען א זון פון שאול המלך, און האט געהערשט איבער דעם פאלק נאך זיין פאטער בשעת דוד האט געקעניגט בלויז אויף שבט יהודה. ער איז געקומען צו דער פאזיציע דורך די באמיאונגען פון אבנר בן נר. ער איז געווען א שוואכער מלך, אבער דער איינציגער יורש פון שאול, נאך וואס זיינע ברידער זענען אומגעקומען אין גלבוע. נאך צוויי יאר קעניגן, ווען ער האט זיך צעקריגט מיט אבנר, איז זיין מלוכה אונטערגעגאנגען. ער איז פאררעטעריש ערמארדעט געווארן דורך צוויי פון זיינע אייגענע אפיצירן.

אפשטאם און נאמען

"אשבעל בן בדע" אויפשריפט אויף קריגל

איש בושת איז געווען דער פערטער און יונגסטער זון פון שאול ווארשיינליך דורך זיין ווייב אחינועם בת אחימעץ, כאטש טייל מפרשים ברענגען אויף א מעגליכקייט אז ער איז געווען א זון פון אן אנדער פרוי[1]. זיינע ברידער זענען געווען יהונתן, אבינדב, און מלכי-שוע, וועלכע זענען אלע אומגעקומען צוזאמען מיט שאול אין דער שלאכט קעגן די פלשתים.

דער נאמען "איש בושת", וויאזוי ער ווערט אנגערופן דורכאויס ספר שמואל, מיינט בוכשטעבליך "מאן פון שאנד". אין ספר דברי הימים וואו עס ווערן אויסגערעכנט די קינדער פון שאול ווערט ער גערופן "אֶשְׁבָּעַל"[2] (דאס איז לויט רוב מפרשים; רבינו תם האלט אז אשבעל איז מפיבושת[3]). די מפרשים זענען מסביר אז דער אריגינעלער נאמען איז געווען אשבעל, אבער שפעטער, ווען דער כנענישער אפגאט בעל איז געווארן פארשפרייט ביי אידן, האט די נביא האט געטוישט פון "בעל" צו "בושת" כדי נישט צו דערמאנען דעם נאמען פון עבודה זרה[א][6]. אין דער באדייט פונעם נאמען אשבעל זאגן טייל, אז בעל איז אין יענע צייטן געווען א כינוי פאר'ן אויבערשטן, און דער נאמען באדייט "יש-בעל", דהיינו "ס'איז דא א האַר"[7]. טייל זאגן אז דער נאמען "איש בושת" איז גענוצט געווארן אלס א נידעריגע באצייכענונג צו ווייזן זיין אומבאדייטנדע און שוואכע פערזענליכקייט[8].

טייל מפרשים אידענטיפיצירן אים אויך מיט ישְׁוִי וועלכע ווערט דערמאנט צווישן שאול'ס זין אין ספר שמואל[9]. עס ווערט ערקלערט אז 'ישוי' איז פארקירצט פון 'יֵשְׁיָהוּ', און עס איז אויב אזוי סינאנים מיט "אשבעל"[10].

אין יאר תשע"ב (2012) האבן ארכעאלאגן אנטדעקט אין חורבת קייאפה (עמק האלה) אן אויפשריפט אויף א 3,000-יאר-אלטן קריגל וואס טראגט דעם נאמען "אשבעל בן בדע". הגם די פארשער גלויבן אז דאס מיינט נישט דעם קעניג איש בושת אליין, איז דאס די ערשטע מאל וואס דער נאמען "אשבעל" איז געפונען געווארן אין אן ארכעאלאגישן אויפשריפט פון יענער תקופה[11][12][13].

קעניגרייך

פאנטשער ביים שאפן דאס קליינבילד:
קאַמף צווישן די זעלנער פון איש-בושת און דוד, דורך גוסטאוו דארעי

נאך וואס שאול המלך און זיין ארמיי האבן געליטן א ביטערער מפלה דורכאויס א שלאכט קעגן די פלשתים אויפן בארג גלבוע, אין וועלכע ער איז אומגעקומען מיט זיינע דריי עלטערע זין, איז איש בושת, וועלכער האט נישט טיילגענומען ביים שלאכט, געבליבן דער איינציגער יורש פון שאול'ס דינאסטיע. אבנר בן נר, שאול'ס פעטער און הויפט-גענעראל, האט אריבערגעפירט איש בושת קיין מחניים. אנשטאט אים פירן קיין גבעת שאול, וואס איז נישט געווען פארזיכערט פון די פלשתים וואס האבן דאן קאנטראלירט טיילן פון לאנד, האט אבנר אויסגעקליבן אלס זיין רעזידענץ מחניים וואס איז געווען אין עבר הירדן, ווייט פון די פלשתים[14].

דארט האט אבנר פראקלאמירט איש בושת אלס קעניג, ווען זיין הערשאפט הייבט זיך אן איבער גלעד און שטאפּלווייז ברייטערט זיך אויס איבער אשור, יזרעאל, אפרים, און בנימין[15]. אין דער זעלבער צייט האט שבט יהודה געקרוינט דוד אלס קעניג איבער זיי אין חברון[16]. איש בושת איז געווען פערציג יאר אלט ווען ער האט אנגעהויבן קעניגן, און זיין אפיציעלע רעגירונג האט געדויערט צוויי יאר[17]. ער ווערט געשילדערט אלס א שוואכער הערשער וואס איז געווען שטארק אפהענגיג אין אבנר בן נר פאר זיין מאכט און לעגיטימיטעט.

דוד האט לכתחילה נישט געזוכט זיך צו טשעפען מיט איש בושת, און יעדער האט זיך געקעניגט אויף זיין חלק, ביז אבנר בן נר האט אנגערייצט דוד'ס לייט צו א קריג[18]. אבנר'ס קעמפער האבן זיך אנגעטראפן מיט דוד'ס מענטשן אונטער יואב בן צרויה ביי א באסיין נעבן גבעון, און אבנר האט אנגעבאטן אז 12 יונגען פון יעדער זייט זאלן שטיפן א שלאכט, אבער דער שפיל האט זיך געענדיגט מיט א טויטליכער קריג און אַ בלוטיגער מפלה פאַר איש בושת'ס לאַגער[19].

פון דאן איז אנטשטאנען א פארצויגענער ברודער-קריג צווישן בית שאול און בית דוד[20]; יואב מיט זיינע ברידער זענען געשטאנען איז שפיץ פון דוד'ס לייט, און אבנר איז געשטאנען אין שפיץ פון איש בושת'ס לאגער. דוד'ס לייט זענען אלץ געווארן שטערקער, ווען איש בשת'ס לאגער ווערט אלץ שוואכער[20].

סכסוך מיט אבנר

דער ווענדפּונקט פון זיין מלוכה איז געווען א פּערזענליכער סכסוך מיט אבנר בן נר. איש בושת האט באשולדיגט אבנר פארן זיין מיט רצפה בת איה, שאול'ס א קעפּסווייב (פילגש). איש בושת האט דאס אנגעקוקט אלס פארשעמונג אין שאול און אלס מרידה במלכות, ווייל נאר א קעניג מעג חתונה האבן מיט די אלמנה אדער פילגש פון א פריערדיגן קעניג[21]. אבנר איז געווארן שטארק באליידיגט פון דער חשד און האט געטענה'ט אז ער איז געווען אינגאנצן געטריי צו שאול'ס הויז, און האט האט דערקלערט אז ער וועט אריבערגיין צו דוד'ס זייט און העלפן פאראייניגן דאס גאנצע פאלק אונטער דוד. איש בושת האט נישט געקענט ענטפערן קיין ווארט ווייל ער האט מורא געהאט פון אבנר[22].

אבנר האט טאקע אנגעהויבן פארהאנדלונגען מיט דוד, און אלס באדינג פאר א שלום אפמאך האט דוד געפאדערט מען זאל אים צוריקגעבן זיין ווייב מיכל בת שאול, איש בושת'ס שוועסטער. איש בושת האט בלית ברירה נאכגעגעבן די פאדערונג און האט איר צוגענומען פון איר דעמאלטדיגן מאן, פלטיאל בן ליש[23]. אבנר האט אנגעהויבן ארומגיין ביי די שבטים זיי אריבערצוברענגען צו דוד'ס זייט, אבער יואב און אבישי, די זין פון צרויה, האבן אים אומגעברענגט אלס נקמה אויף וואס ער האט פריער גע'הרג'עט זייער ברודער עשאהל[24].

מארד

פאנטשער ביים שאפן דאס קליינבילד:
"רכב און בענה ווערן געהאנגען" דורך רודאלף פון עמס (14טער י"ה).

ווען איש בושת האט געהערט אז אבנר איז טויט, איז איש בושת'ס שטאנד גאר אפגעשוואכט געווארן און ער איז געבליבן אן קיין שטיצע און זיין מוט איז געפאלן ("ויִרְפּוּ יָדָיו"). זעענדיג זיין שוואכקייט, האבן צוויי פון זיין אייגענע מיליטערישע הויפטן, די ברידער בַעֲנָה און רֵכָב, די זין פון רימון פון דער שטאט בארות, וועלכע האבן אויסגענוצט זיין שוואכקייט. זיי האבן זיך אריינגעכאפט אין זיין הויז אין מחנים אינמיטן א הייסן טאג, בשעת ער איז געלעגן אויף זיין בעט פאר א מיטאג-רו[25]. לויט טייל מפרשים, האבן זיי זיך פארשטעלט ווי ווייץ-הענדלער[26]. דער "תרגום השבעים" (סעפּטואגינט) גיט אן אנדערע ווערסיע, אז די טיר-היטערקע איז איינגעשלאפן בשעת זי האט געקליבן ווייץ, און אזוי האבן זיי זיך אריינגעכאפט[27]. זיי האבן אים ערמארדעט, אפגעשניטן זיין קאפ, און עס געברענגט צו דוד אין חברון, האפנדיג צו באקומען א באלוינונג פאר'ן אומברענגען דוד'ס שונא.

ווען רכב און בענה האבן געברענגט דעם קאפ פון איש בושת פאר דוד, האבן זיי דאס באצייכנט אלס א נקמה פון גאט קעגן שאול'ס זון. אבער דוד המלך, וואס האט שטענדיג געהאט רעספעקט פאר שאול'ס הויז, אנשטאט זיי צו דאנקען, איז געווארן זייער בייז און האט שארף פארדאמט זייער טאט. ער האָט געזאָגט אַז אויב ער האָט געשטראָפט דעם עמלקי וואָס האָט בלויז דערציילט וועגן שאול'ס טויט, איז אַודאי דאַרף ער שטראָפן "רשעים" פארן הרג'ענען אן אומשולדיגן מענטש ("איש צדיק") אין זיין אייגענעם הויז אויף זיין געלעגער. דוד האט באלד געהייסן הינריכטן רכב און בענה אלס שטראף פאר זייער רציחה. מען האט אפגעשניטן זייערע הענט און פיס, און זיי געהאנגען לעבן דעם באסיין אין חברון אלס א ווארענונג. דעם קאפ פון איש בושת איז באגראבן געווארן מיט כבוד אינעם קבר פון אבנר אין חברון[28].

מיט זיין טויט איז פראקטיש געקומען א סוף צו דער הערשאפט פון שאול'ס דינאסטיע איבער ישראל, ווייל דער איינציגער וואס איז געבליבן איז געווען יהונתן'ס זון מפיבושת, וואס איז געווען א קריפל און האט נישט געקענט זיין קיין קעניג[29]. דאס האט געעפענט דעם וועג פאר אלע שבטים זיך צו פאראייניגן אונטער דוד המלך[30].

כראנאלאגיע

אין די פסוקים שטייט אז פון ווען שאול המלך איז אומגעברענגט געווארן ביז דוד המלך איז געקרוינט געווארן אין ירושלים האט דוד געוויילט אין חברון פאר א משך פון זיבן יאר און זעקס חדשים[31]. ערגעץ אין יענע צייט האט איש בושת געקעניגט צוויי יאר[17]. ישראל איז אויב אזוי געווען אן א קעניג פאר פינף יאר אינצווישן[32]. די מפרשים דינגען זיך גענוי וואס דער סדר הדברים איז געווען:

  • רש"י לערנט אז צוערשט זענען געווען פינף יאר אן קיין קעניג, דערנאך מלכות איש בשת פאר צוויי יאר (ב'תתצ"א-ב'תתצ"ב), און דערנאך איז געווען זעקס חדשים ביז דוד איז געווארן קעניג איבער גאנץ כלל ישראל[33].
  • תוספות לערנט אז אבנר האט גע'שתדל'ט א האלב יאר צו קרוינען איש בושת, צוויי יאר איז ער געווען קעניג (ב'תתפ"ו-ב'תתפ"ז), און דערנאך זענען געווען פינף ליידיגע יארן[34].
  • טייל מפרשים לערנען אז איש בושת האט פאקטיש געקעניגט די גאנצע זיבן יאר; די צוויי יאר וואס דער פסוק דערמאנט זענען ווען ס'איז נאך געווען שלום און זיין מלוכה איז געווען פעסט, און די לעצטע פינף יאר איז געווען א מלחמה[18].

ביבליאגראפיע

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. פארגלייך: וַיִּנָּזְרוּ לַבֹּשֶׁת (הושע ט, י); מִזְבְּחוֹת לַבֹּשֶׁת מִזְבְּחוֹת לְקַטֵּר לַבָּעַל (ירמיה יא, יג). ענליך טרעפט מען ביי "ירובעל", דער צונאמען פון גדעון[4], וואס ווערט דערמאנט אין ספר שמואל אלס "ירובושת"[5]. דאס זעלבע געפינט מען ביי יונתן'ס זון מריב-בעל, וואס איז געטוישט געווארן צו מפיבושת.
  1. אברבנאל און אלשיך אויף שמואל א יד.
  2. דברי הימים א' ח, לג.
  3. תוספות, יבמות עט, א, ד"ה ארמוני ומפיבושת.
  4. שופטים ו, לב.
  5. שמואל ב' יא, כא.
  6. רד"ק, דברי הימים א' ח, לג.
  7. קיל זייט שכו.
  8. Michael Avioz, ‏"“A Man of Shame”: Ridiculing Saul’s Son, Ishbosheth", Characters and Characterization in the Book of Samuel, 2020.
  9. מצודות אויף שמואל א' יד, מט און אין דברי הימים א' ח, לג.
  10. ליונשטאם.
  11. Robin Ngo, Biblical Name Eshbaal Found Outside of the Bible, Biblical Archaeology Society, ‏June 5, 2015.
  12. אבי בליזובסקי, ‏מי אתה אשבעל בן בדע? האם התגלתה מזכרת מתקופת המלוכה הקדומה?, באתר "הידען", יוני 16, 2015.
  13. Yosef Garfinkel, Mitka R. Golub, Haggai Misgav and Saar Ganor, ‏"The ʾIšbaʿal Inscription from Khirbet Qeiyafa", BASOR, 373 (2015): 217–33.
  14. שמואל א' לא, ז, רד"ק און רלב"ג.
  15. שמואל ב' ב, ט, מצודות און אברבנאל.
  16. שמואל ב' ב, ד.
  17. 17.0 17.1 שמואל ב' ב, י.
  18. 18.0 18.1 רלב"ג און מלבי"ם אויף שמואל ב' ב, י.
  19. שמואל ב' ב, יא–לב.
  20. 20.0 20.1 שמואל ב' ג, א.
  21. שמואל ב' ג, ז.
  22. שמואל ב' ג, ח–יא.
  23. שמואל ב' ג, יב–טו.
  24. שמואל ב' ג, יז–ל.
  25. שמואל ב' ד, א און ה.
  26. ר"י קרא און מצודת דוד אויף שמואל ב' ד, ו.
  27. אמנון בזק, שמואל ב | פרק ד' | הריגת איש בושת, אויף ישיבת הר עציון, ‏פעברואר 6, 2020.
  28. שמואל ב' ד, ט–יב.
  29. שמואל ב' ד, ד.
  30. שמואל ב' ה, א–ג.
  31. שמואל ב' ה, ה.
  32. סנהדרין קז, א; סדר עולם פרק י"ג.
  33. רש"י, סנהדרין כ, א, ד"ה ששהה מלכות בית דוד. זעט אדרת אליהו לגר"א, דברי הימים א ח, לג.
  34. דאטומען לויט אברהם אריה ליב עקביא, סדרי זמנים לפי המסרת, תל אביב, תש"ג, עמ' 118, אויף אוצר החכמה (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע), פארראכטן לויט די "כללי השוואה" דארט זייט 3.