אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יוכבד"
אין תקציר עריכה |
אין תקציר עריכה |
||
| שורה 24: | שורה 24: | ||
משה איז געבוירן זעקס חדשים נאך זייער ווידער-פאראייניגונג, ווען יוכבד איז געווען 130 יאר אלט{{הערה|שם=סוטה}}, דריי יאר נאכ'ן געבורט פון אהרן{{הערה|{{תנ"ך|שמות|ז|ז}}}}. די מצריים וועלכע האבן נאכגעפאלגט די אידישע פרויען, האבן זיך פאררעכנט, און געציילט די ניין חדשים פון ווען עמרם און יוכבד האבן זיך צוריק פאראייניגט, אבער נאך דריי חדשים אים באהאלטן, האבן די מצריים אים געזאלט אנדעקן, און דערפאר האט יוכבד אריינגעלייגט [[משה אינעם קאסטן|משה אין א קאסטן]] באשיצט פון וואסער, און דאס אריינגעשטעלט אינעם טייך. [[בתיה|בִתיה]], די טאכטער פון פרעה, האט ביים זיך גיין באדן אין טייך אפגעפינען דאס קינד וויינענדיג און פארשטאנען אז דאס איז א אידיש קינד, און זי האט רחמנות באקומען אויף אים. מרים וועלכע איז געשטאנען פונדערווייטנס און נאכגעפאלגט די פאסירונגען, האט איר פארגעשלאגן צו ברענגען א אידישע זייגערין צו זייגן דאס קינד, און געברענגט זיין מאמע יוכבד צו זיין די געדינגענע זייגערין, ביז ער איז עווענטועל איבערגעגעבן געווארן צו בתיה וועלכע האט אים אדאפטירט אין פרעה'ס הויז{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ב|א|י}}}}. | משה איז געבוירן זעקס חדשים נאך זייער ווידער-פאראייניגונג, ווען יוכבד איז געווען 130 יאר אלט{{הערה|שם=סוטה}}, דריי יאר נאכ'ן געבורט פון אהרן{{הערה|{{תנ"ך|שמות|ז|ז}}}}. די מצריים וועלכע האבן נאכגעפאלגט די אידישע פרויען, האבן זיך פאררעכנט, און געציילט די ניין חדשים פון ווען עמרם און יוכבד האבן זיך צוריק פאראייניגט, אבער נאך דריי חדשים אים באהאלטן, האבן די מצריים אים געזאלט אנדעקן, און דערפאר האט יוכבד אריינגעלייגט [[משה אינעם קאסטן|משה אין א קאסטן]] באשיצט פון וואסער, און דאס אריינגעשטעלט אינעם טייך. [[בתיה|בִתיה]], די טאכטער פון פרעה, האט ביים זיך גיין באדן אין טייך אפגעפינען דאס קינד וויינענדיג און פארשטאנען אז דאס איז א אידיש קינד, און זי האט רחמנות באקומען אויף אים. מרים וועלכע איז געשטאנען פונדערווייטנס און נאכגעפאלגט די פאסירונגען, האט איר פארגעשלאגן צו ברענגען א אידישע זייגערין צו זייגן דאס קינד, און געברענגט זיין מאמע יוכבד צו זיין די געדינגענע זייגערין, ביז ער איז עווענטועל איבערגעגעבן געווארן צו בתיה וועלכע האט אים אדאפטירט אין פרעה'ס הויז{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ב|א|י}}}}. | ||
אין {{תנ"ך|שמות|א|לאנג=יא}} ווערט געשילדערט די גזירות פון פרעה איבער ניי-געבוירענע אידישע אינגלעך, און ווי ער האט באפוילן די אידישע הייבאמס, [[שפרה און פועה]], צו הרג'ענען די אידישע קינדער איידער זייער געבורט. זיי האבן צוריקגעוויזן דעם באפעל, און דער אויבערשטער האט זיי געבענטשט פאר זייער [[יראת שמים]], "{{מנוקד|וַיַּעַשׂ לָהֶם בָּתִּים}}". חז"ל אידענטיפיצירן זיי אלס יוכבד און איר טאכטער מרים (אדער איר שנור [[אלישבע בת עמינדב]]), רעספּעקטיוו{{הערה|{{מדרש רבה|שמות|א|יג}}}}{{הערה|שם=סוטה}}{{ביאור|דער [[בני יששכר]]{{הערה|[[שית:Bnei_Yissaschar,_Nisan/4|חודש ניסן, מאמר ד']]}} ערקלערט אז פרעה איז געווען דער וואס האט געטוישט זייערע נעמען צו מצרי'שע נעמען, האלטנדיג אז דאס וועט זיי אריבערשלעפן צו זיין זייט.}}. יוכבד איז אידענטיפיצירט מיט שפרה, וויבאלד די אידן זענען געווען פרוכטבאר – שֶׁפָּרוּ – אין אירע טעג{{הערה|{{בבלי|סוטה|יא|ב}}}}, און מיט היהודיה{{הערה|{{תנ"ך|דברי הימים א|ד|יח}}}}, וויבאלד זי האט געברענגט אידן אויף דער וועלט{{הערה|{{רבה|ויקרא|א|ג}}}}. די "הייזער" וואס זענען געגעבן געווארן צו די צוויי עברי'שע הייבאמס{{הערה|{{תנ"ך|שמות|א|כא}}}} מיינט, אז זי איז געווען באשערט צו ווערן די שטאמ-מוטער פון דער כהנים־משפחה{{הערה|{{רבה|שמות|א|יז}}}}. | |||
אין {{תנ"ך|שמות|א|לאנג=יא}} ווערט געשילדערט די גזירות פון פרעה איבער ניי-געבוירענע אידישע אינגלעך, און ווי ער האט | |||
כאטש וואס אין די תורה שטייט אז יוכבד איז געבוירן אין מצרים, רעכענען איר אבער טייל שיטות אין חז"ל פון די 33 אפשטאמלינגען פון [[לאה]] וואס שטעלן צוזאם די 70 [[יורדי מצרים]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מו|כז}}}}, וויבאלד זי איז געבוירן "צווישן די מויערן" – גראד ביים אריינקומען קיין [[אוראלט מצרים|מצרים]]{{הערה|שם=סוטה|{{בבלי|סוטה|יב|א}}}}{{הערה|{{רבה|בראשית|צד|ט}}; {{בבלי|בבא בתרא|קכג|ב}}, געברענגט אין {{תנ"ך|בראשית|מו|טו|מפרש=רש"י}}}}{{ביאור|אין [[#צוה|צוואת השבטים]] שטייט אז זי איז געבוירן זעכצן יאר נאכ'ן אראפגיין קיין מצרים, ווען לוי איז געווען 64 יאר אלט.}}. זי איז דעריבער געווען 130 יאר ווען זי האט געבוירן משה. טראץ דעם ווערט זי אנגערופן די "טאכטער" פון לוי{{הערה|{{תנ"ך|שמות|ב|א}}}} ווייל איר יוגנט האט זיך צוריקגעקערט צו איר, איר הויט איז געווארן גלאט און די קנייטשן פון עלטער זענען איר פארשווינדן{{הערה|{{רבה|בראשית|צד|ט}}}}. | כאטש וואס אין די תורה שטייט אז יוכבד איז געבוירן אין מצרים, רעכענען איר אבער טייל שיטות אין חז"ל פון די 33 אפשטאמלינגען פון [[לאה]] וואס שטעלן צוזאם די 70 [[יורדי מצרים]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מו|כז}}}}, וויבאלד זי איז געבוירן "צווישן די מויערן" – גראד ביים אריינקומען קיין [[אוראלט מצרים|מצרים]]{{הערה|שם=סוטה|{{בבלי|סוטה|יב|א}}}}{{הערה|{{רבה|בראשית|צד|ט}}; {{בבלי|בבא בתרא|קכג|ב}}, געברענגט אין {{תנ"ך|בראשית|מו|טו|מפרש=רש"י}}}}{{ביאור|אין [[#צוה|צוואת השבטים]] שטייט אז זי איז געבוירן זעכצן יאר נאכ'ן אראפגיין קיין מצרים, ווען לוי איז געווען 64 יאר אלט.}}. זי איז דעריבער געווען 130 יאר ווען זי האט געבוירן משה. טראץ דעם ווערט זי אנגערופן די "טאכטער" פון לוי{{הערה|{{תנ"ך|שמות|ב|א}}}} ווייל איר יוגנט האט זיך צוריקגעקערט צו איר, איר הויט איז געווארן גלאט און די קנייטשן פון עלטער זענען איר פארשווינדן{{הערה|{{רבה|בראשית|צד|ט}}}}. | ||
| שורה 37: | שורה 30: | ||
צוליב איר צדקות זענען די שוואנגערשאפט און געבורט פון משה געווען לייכט אָן ווייטאג, וואס האט אנגעוויזן אז זי איז אויסגעשלאסן געווארן פון דער גזירה קעגן די קינדער פון [[חוה]]{{הערה|שם=סוטה}}{{הערה|{{מדרש רבה|שמות|א|כ}}; פארגלייך {{תנ"ך|בראשית|ג|טז}}}}. לויט איין שיטה האט שוואנגערשאפט פאסירט נאך איידער עמרם און יוכבד האבן זיך צעטיילט, און אנגעהאלטן גאנצע ניין חדשים{{הערה|שם=סוטה}}; די תרגום יונתן{{הערה|{{תנ"ך|שמות|ב|ב|מפרש=תרגום יונתן}}}} זאגט אז עס איז געווען סוף פון די זעקסטע חודש; און אין מדרש הגדול שטייט אז עס איז געווען 6 חדשים און צוויי טעג{{הערה|דארט, פסוק ב'|דארט=מדהג}}. דער [[ספר הישר]] שרייבט אז דער נאמען וואס יוכבד האט געגעבן משה'ן (א נאמען וואס בתיה האט אים געשאנקען{{הערה|{{תנ"ך|שמות|ב|י}}}}) איז "יקותיאל"{{הערה|{{ספר הישר|וישב|כא}}}}. | צוליב איר צדקות זענען די שוואנגערשאפט און געבורט פון משה געווען לייכט אָן ווייטאג, וואס האט אנגעוויזן אז זי איז אויסגעשלאסן געווארן פון דער גזירה קעגן די קינדער פון [[חוה]]{{הערה|שם=סוטה}}{{הערה|{{מדרש רבה|שמות|א|כ}}; פארגלייך {{תנ"ך|בראשית|ג|טז}}}}. לויט איין שיטה האט שוואנגערשאפט פאסירט נאך איידער עמרם און יוכבד האבן זיך צעטיילט, און אנגעהאלטן גאנצע ניין חדשים{{הערה|שם=סוטה}}; די תרגום יונתן{{הערה|{{תנ"ך|שמות|ב|ב|מפרש=תרגום יונתן}}}} זאגט אז עס איז געווען סוף פון די זעקסטע חודש; און אין מדרש הגדול שטייט אז עס איז געווען 6 חדשים און צוויי טעג{{הערה|דארט, פסוק ב'|דארט=מדהג}}. דער [[ספר הישר]] שרייבט אז דער נאמען וואס יוכבד האט געגעבן משה'ן (א נאמען וואס בתיה האט אים געשאנקען{{הערה|{{תנ"ך|שמות|ב|י}}}}) איז "יקותיאל"{{הערה|{{ספר הישר|וישב|כא}}}}. | ||
אין [[ילקוט שמעוני]]{{הערה|{{ילקוט שמעוני|במדבר|תרצ|ג}}}} | אין [[ילקוט שמעוני]] שטייט אז די אידן זענען אויסגעלייזט געווארן אין זכות פון עמרם און יוכבד{{הערה|{{ילקוט שמעוני|במדבר|תרצ|ג}}}}. לויט'ן סדר עולם האט זי איבערגעלעבט אלע אירע קינדער און איז ארויפגעגאנגען מיט די אידן קיין ארץ ישראל אין עלטער פון 250 יאר{{הערה|שם=סדע|{{סדר עולם|רבא|ט}}}}{{הערה|דער [[רבי ישעיה הלוי הורוויץ|של"ה]] שרייבט ענליך אין '''אגרת רבי ישעיה הלוי הורוביץ''' דף רפב, און דער {{תנ"ך|בראשית|מו|כז|מפרש=אבן עזרא}} ברענגט אויך אזוי פון א פיוט פאר שמחת תורה: "יוכבד אמי אחרי התנחמי והיא בת ר"נ שנה".}}. לויט א שפעטערע מסורה איז זי באערדיגט געווארן אין [[קבר האמהות]] אין [[טבריה]], אינאיינעם מיט מרים, [[צפורה]] און נאך פרויען{{הערה|ווערט ערשט דערמאנט אין די {{היברובוקס|2=ספר המסע|3=36832|page=57}} פון [[רבי יעקב בן נתנאל הכהן]], א תלמיד פונעם רמב"ן.}}. | ||
===איר יארגאנג=== | ===איר יארגאנג=== | ||
דער [[אבן עזרא]] איז נישט צופרידן צו לערנען אלס פשוט פשט אז יוכבד איז געבוירן "בין החומות", מיט'ן טענה אז די תורה וואלט געדארפט ארויסהייבן איר יארגאנג ביים געבוירן משה אלס נס, ווי ביי [[שרה]]'ס געבורט פון יצחק{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מו|כז|מפרש=אבן עזרא}}}}. דער [[רמב"ן]] קריטיקירט די ווערטער פון אבן עזרא קעגן חז"ל, אנצייגנדיג אז זייענדיג א טאכטער פון לוי, וואס האט געלעבט 137 יאר{{הערה|{{תנ"ך|שמות|ו|טז}}}}, און געווען 43 יאר ביים אריינקומען קיין מצרים, וועט אין יעדנפאל זיין למעלה מדרך הטבע: אדער לוי וועט דארפן זיין גאר אלט ביים געבוירן יוכבד, אדער יוכבד ביים געבוירן משה. נאר, דער תורה הייבט נאר ארויס א נס ווען עס איז געקומען אלס פארווירקליכונג פון א הבטחה, דא איז עס נאר געווען כדי צו אויסשטעלן דער געטליכער פלאן פאר די גאולה און הנהגה פון אידן{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מו|טו|מפרש=רמב"ן}}}}. | |||
==זעט אויך== | ==זעט אויך== | ||
רעוויזיע פון 02:48, 27 יאנואר 2025
| געבורט | אוראלט מצרים |
|---|---|
| פטירה | כנען |
| עיסוק | הייבאם |
| מקום קבורה |
קבר האמהות 32°48′07″N 35°31′21″E / 32.802°N 35.522611°E |
| טאטע | לוי |
| קינדער | מרים, אהרן, משה |
| בן זוג | עמרם |
| קינדער | מרים, אהרן, משה |
| עיסוק | הייבאם |
| בתנ"ך | שמות א - ב; במדבר כו, נט |
יוֹכֶבֶד איז די טאכטער פון לֵוִי; ווייב פון איר פלימעניק עמרם; און מאמע פון מרים, אהרן און משה. אין קאַפּיטל ב', וואו עס ווערט געשילדערט די געבורט פון משה, און דאס ווערן באהאלטן אין א קאסטן דורך זיין מוטער, ווערט נישט דערמאנט איר נאמען, ווי אויך נישט דער פאטער אדער שוועסטער פון משה. נאר שפעטער אין פרשת וארא[1] און פינחס[2] ווערט דערמאנט זייערע נעמען ביים אויסרעכענען די ייחוס פון די דורות. יוכבד ווערט אויך אידענטיפיצירט מיט שפרה.
ביאגראפיע
אין חומש, פרשת פינחס, ווערט יוכבד באשריבן אלס די טאכטער פון לוי, געבוירן צו אים אין מצרים[3], און אזוי איז זי געווען עמרם'ס מומע פון פאטערס-זייט[1]. אין די תורה ווערט נישט דערמאנט די נאמען פון איר מאמע, אבער אין פארשידענע מקורות ווערן אנגעגעבן עטליכע נעמען: אוֹתָהּ[4]; עדינה - טאכטער פון יובב דער זון פון יקטן[5]; אדער מילכה, אן אפשטאמלינג פון תרח[6].
אין מדרש הגדול שטייט: "פארוואס האט זי געהייסן יוכבד, ווייל איר געזיכט איז געווען ענליך צום זיו הכבוד"[7]. א לעצטיגע טעאריע איבער'ן נאמען איז אז עס איז מעגליך צעטיילט אין צוויי: די ערשטע טייל, 'יו' געפינט מען אין אסאך שפעטערדיגע נעמען אין תנ"ך אלס פארקירצונג פונעם שם ה'. 'כבד' איז א געווען א פארשפרייטע סעמיטישע נאמען יענע צייט, מיינענדיג 'מכובד'[8]. זי האט חתונה געהאט מיט איר פלימעניק[א], דער "גדול הדור" עמרם דער זון פון איר ברודער קהת, און געבוירן מיט אים מרים, און אהרן.
ווען פרעה האט ארויסגעגעבן די גזירה אריינצואווארפן די ניי-געבוירענע אינגלעך אין טייך, האט עמרם גע'גט זיין פרוי, זייענדיג אין די דריטע חודש פון די שוואנגערשאפט פון משה, זאגנדיג אז "אונזער מי איז פאר גארנישט". ווען אלע האבן אים נאכגעטון און גע'גט זייערע ווייבער, האט זיין טאכטער מרים אים איבערצייגט צוריקצונעמען זיין פרוי.
משה איז געבוירן זעקס חדשים נאך זייער ווידער-פאראייניגונג, ווען יוכבד איז געווען 130 יאר אלט[11], דריי יאר נאכ'ן געבורט פון אהרן[12]. די מצריים וועלכע האבן נאכגעפאלגט די אידישע פרויען, האבן זיך פאררעכנט, און געציילט די ניין חדשים פון ווען עמרם און יוכבד האבן זיך צוריק פאראייניגט, אבער נאך דריי חדשים אים באהאלטן, האבן די מצריים אים געזאלט אנדעקן, און דערפאר האט יוכבד אריינגעלייגט משה אין א קאסטן באשיצט פון וואסער, און דאס אריינגעשטעלט אינעם טייך. בִתיה, די טאכטער פון פרעה, האט ביים זיך גיין באדן אין טייך אפגעפינען דאס קינד וויינענדיג און פארשטאנען אז דאס איז א אידיש קינד, און זי האט רחמנות באקומען אויף אים. מרים וועלכע איז געשטאנען פונדערווייטנס און נאכגעפאלגט די פאסירונגען, האט איר פארגעשלאגן צו ברענגען א אידישע זייגערין צו זייגן דאס קינד, און געברענגט זיין מאמע יוכבד צו זיין די געדינגענע זייגערין, ביז ער איז עווענטועל איבערגעגעבן געווארן צו בתיה וועלכע האט אים אדאפטירט אין פרעה'ס הויז[13].
אין ספר שמות, קאַפּיטל א' ווערט געשילדערט די גזירות פון פרעה איבער ניי-געבוירענע אידישע אינגלעך, און ווי ער האט באפוילן די אידישע הייבאמס, שפרה און פועה, צו הרג'ענען די אידישע קינדער איידער זייער געבורט. זיי האבן צוריקגעוויזן דעם באפעל, און דער אויבערשטער האט זיי געבענטשט פאר זייער יראת שמים, " וַיַּעַשׂ לָהֶם בָּתִּים". חז"ל אידענטיפיצירן זיי אלס יוכבד און איר טאכטער מרים (אדער איר שנור אלישבע בת עמינדב), רעספּעקטיוו[14][11][ב]. יוכבד איז אידענטיפיצירט מיט שפרה, וויבאלד די אידן זענען געווען פרוכטבאר – שֶׁפָּרוּ – אין אירע טעג[16], און מיט היהודיה[17], וויבאלד זי האט געברענגט אידן אויף דער וועלט[18]. די "הייזער" וואס זענען געגעבן געווארן צו די צוויי עברי'שע הייבאמס[19] מיינט, אז זי איז געווען באשערט צו ווערן די שטאמ-מוטער פון דער כהנים־משפחה[20].
כאטש וואס אין די תורה שטייט אז יוכבד איז געבוירן אין מצרים, רעכענען איר אבער טייל שיטות אין חז"ל פון די 33 אפשטאמלינגען פון לאה וואס שטעלן צוזאם די 70 יורדי מצרים[21], וויבאלד זי איז געבוירן "צווישן די מויערן" – גראד ביים אריינקומען קיין מצרים[11][22][ג]. זי איז דעריבער געווען 130 יאר ווען זי האט געבוירן משה. טראץ דעם ווערט זי אנגערופן די "טאכטער" פון לוי[23] ווייל איר יוגנט האט זיך צוריקגעקערט צו איר, איר הויט איז געווארן גלאט און די קנייטשן פון עלטער זענען איר פארשווינדן[24].
צוליב איר צדקות זענען די שוואנגערשאפט און געבורט פון משה געווען לייכט אָן ווייטאג, וואס האט אנגעוויזן אז זי איז אויסגעשלאסן געווארן פון דער גזירה קעגן די קינדער פון חוה[11][25]. לויט איין שיטה האט שוואנגערשאפט פאסירט נאך איידער עמרם און יוכבד האבן זיך צעטיילט, און אנגעהאלטן גאנצע ניין חדשים[11]; די תרגום יונתן[26] זאגט אז עס איז געווען סוף פון די זעקסטע חודש; און אין מדרש הגדול שטייט אז עס איז געווען 6 חדשים און צוויי טעג[7.1]. דער ספר הישר שרייבט אז דער נאמען וואס יוכבד האט געגעבן משה'ן (א נאמען וואס בתיה האט אים געשאנקען[27]) איז "יקותיאל"[28].
אין ילקוט שמעוני שטייט אז די אידן זענען אויסגעלייזט געווארן אין זכות פון עמרם און יוכבד[29]. לויט'ן סדר עולם האט זי איבערגעלעבט אלע אירע קינדער און איז ארויפגעגאנגען מיט די אידן קיין ארץ ישראל אין עלטער פון 250 יאר[30][31]. לויט א שפעטערע מסורה איז זי באערדיגט געווארן אין קבר האמהות אין טבריה, אינאיינעם מיט מרים, צפורה און נאך פרויען[32].
איר יארגאנג
דער אבן עזרא איז נישט צופרידן צו לערנען אלס פשוט פשט אז יוכבד איז געבוירן "בין החומות", מיט'ן טענה אז די תורה וואלט געדארפט ארויסהייבן איר יארגאנג ביים געבוירן משה אלס נס, ווי ביי שרה'ס געבורט פון יצחק[33]. דער רמב"ן קריטיקירט די ווערטער פון אבן עזרא קעגן חז"ל, אנצייגנדיג אז זייענדיג א טאכטער פון לוי, וואס האט געלעבט 137 יאר[34], און געווען 43 יאר ביים אריינקומען קיין מצרים, וועט אין יעדנפאל זיין למעלה מדרך הטבע: אדער לוי וועט דארפן זיין גאר אלט ביים געבוירן יוכבד, אדער יוכבד ביים געבוירן משה. נאר, דער תורה הייבט נאר ארויס א נס ווען עס איז געקומען אלס פארווירקליכונג פון א הבטחה, דא איז עס נאר געווען כדי צו אויסשטעלן דער געטליכער פלאן פאר די גאולה און הנהגה פון אידן[35].
זעט אויך
דרויסנדיגע לינקס
- מאיר הלוי לטריס, "יוכבד אם משה" אין פרויקט בן-יהודה
רעפערענצן
- ↑ חתונה האבן מיט א מומע איז קעגן די הלכה פון ויקרא יח, יב. דאס איז אין איינקלאנג מיט פּרע-מתן-תורה'דיגע טראדיציעס אין וועלכע די געבורט אדער אפשטאמונג פון וויכטיגע פיגורן קומען פון שפּעטער-פארבעטענע אישות: יעקב און די צוויי שוועסטער רחל און לאה[9]; יהודה און תמר, זיין שניר[10].
- ↑ דער בני יששכר[15] ערקלערט אז פרעה איז געווען דער וואס האט געטוישט זייערע נעמען צו מצרי'שע נעמען, האלטנדיג אז דאס וועט זיי אריבערשלעפן צו זיין זייט.
- ↑ אין צוואת השבטים שטייט אז זי איז געבוירן זעכצן יאר נאכ'ן אראפגיין קיין מצרים, ווען לוי איז געווען 64 יאר אלט.
- ↑ 1.0 1.1 שמות ו, כ.
- ↑ במדבר כו, נט.
- ↑ במדבר כו, נט; פארגלייך שמות ב, א.
- ↑ דעת זקנים, במדבר כו, נט, לויט'ן פסוק וְשֵׁם אֵשֶׁת עַמְרָם יוֹכֶבֶד בַּת לֵוִי אֲשֶׁר יָלְדָה "אֹתָהּ" לְלֵוִי בְּמִצְרָיִם.
- ↑ ספר הישר, וישב כ.
- ↑ ספר היובלים, לד, כח; צוואת השבטים (צוואת לוי)..
- ↑ מדרש הגדול, שמות ב, א.
- ↑ דארט, פסוק ב'
- ↑ אנציקלופדיה מקראית, כרך ג', ערך יוכבד.
- ↑ ויקרא יח, יח.
- ↑ ויקרא טו, טו.
- ↑ 11.0 11.1 11.2 11.3 11.4 סוטה יב, א.
- ↑ שמות ז, ז.
- ↑ בראשית ב, א–י.
- ↑ שמות רבה, פרשה א', פסקה י"ג.
- ↑ חודש ניסן, מאמר ד'.
- ↑ סוטה יא, ב.
- ↑ דברי הימים א' ד, יח.
- ↑ ויקרא רבה, פרשה א', פסקה ג'.
- ↑ שמות א, כא.
- ↑ שמות רבה, פרשה א', פסקה י"ז.
- ↑ בראשית מו, כז.
- ↑ בראשית רבה, פרשה צ"ד, פסקה ט'; בבא בתרא קכג, ב, געברענגט אין רש"י, בראשית מו, טו.
- ↑ שמות ב, א.
- ↑ בראשית רבה, פרשה צ"ד, פסקה ט'.
- ↑ שמות רבה, פרשה א', פסקה כ'; פארגלייך בראשית ג, טז.
- ↑ תרגום יונתן, שמות ב, ב.
- ↑ שמות ב, י.
- ↑ ספר הישר, וישב כא.
- ↑ ילקוט שמעוני, במדבר ג, רמז תר"צ.
- ↑ סדר עולם פרק ט'.
- ↑ דער של"ה שרייבט ענליך אין אגרת רבי ישעיה הלוי הורוביץ דף רפב, און דער אבן עזרא, בראשית מו, כז ברענגט אויך אזוי פון א פיוט פאר שמחת תורה: "יוכבד אמי אחרי התנחמי והיא בת ר"נ שנה".
- ↑ ווערט ערשט דערמאנט אין די ספר המסע פון רבי יעקב בן נתנאל הכהן, א תלמיד פונעם רמב"ן.
- ↑ אבן עזרא, בראשית מו, כז.
- ↑ שמות ו, טז.
- ↑ רמב"ן, בראשית מו, טו.
קאטעגאריע:פערזאנען אין ספר שמות קאַטעגאָריע:פרויען אין דער תורה קאטעגאריע:לוויים אין תנ"ך קאטעגאריע:פרשת שמות קאטעגאריע:יורדי מצרים קאטעגאריע:פערזאנען אין תנ"ך עלטער פון 110 קאטעגאריע:משה