אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ליקוטי אמרים תניא"
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
|||
(7 מיטלסטע ווערסיעס פון 3 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|חסיד'ישע ספר פונעם בעל התניא}} | |||
{{ספר | {{ספר | ||
|שם= | |שם=ליקוטי אמרים תניא | ||
|תמונה=[[טעקע:Faid1.jpg|200px]] | |תמונה=[[טעקע:Faid1.jpg|200px]] | ||
|כיתוב=ספר התניא געדרוקט אין פאיד, מצרים סוף [[מלחמת יום הכיפורים]], דורך חסידי חב"ד (הוצאה 78). | |כיתוב=ספר התניא געדרוקט אין פאיד, מצרים סוף [[מלחמת יום הכיפורים]], דורך חסידי חב"ד (הוצאה 78). | ||
שורה 64: | שורה 65: | ||
==גדולי ישראל אויפן ספר== | ==גדולי ישראל אויפן ספר== | ||
==== די התנגדות ==== | ==== די התנגדות ==== | ||
ווען דער ספר איז ערשינען, איז [[רבי אברהם פון קאליסק|רבי אברהם קאליסקער]], א נאנטער פריינט פון דער בעל התניא, ארויסגעקומען אנטקעגן דעם ספר מיט די טענה אז נישט דאס איז דער דרך החסידות{{הערה|אגרות קודש לרבי שניאור זלמן, נספחים 22 - 23, עמוד תצ"ח}}, און אז זייערע רבי'ס - דהיינו דער [[מעזריטשער מגיד]] און [[רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק]] - פלעגן אכט געבן אז פאר רוב חסידים האבן זיי נאר גערעדט דברי מוסר און אמונת חכמים, ווייל פנימיות התורה, ווי דאס וואס ווערט דערמאנט אין ספר, דארף מען רעדן נאר פאר בני עלייה{{הערה|אגרות קודש סוף ספר [[פרי הארץ]], אגרת מ"ו}}. די מחלוקת האט זיך פארגרעסערט מיט דער צייט און נאך צדיקים זענען געווארן אריינגעמישט, ווי [[רבי ברוך פון | ווען דער ספר איז ערשינען, איז [[רבי אברהם פון קאליסק|רבי אברהם קאליסקער]], א נאנטער פריינט פון דער בעל התניא, ארויסגעקומען אנטקעגן דעם ספר מיט די טענה אז נישט דאס איז דער דרך החסידות{{הערה|אגרות קודש לרבי שניאור זלמן, נספחים 22 - 23, עמוד תצ"ח}}, און אז זייערע רבי'ס - דהיינו דער [[מעזריטשער מגיד]] און [[רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק]] - פלעגן אכט געבן אז פאר רוב חסידים האבן זיי נאר גערעדט דברי מוסר און אמונת חכמים, ווייל פנימיות התורה, ווי דאס וואס ווערט דערמאנט אין ספר, דארף מען רעדן נאר פאר בני עלייה{{הערה|אגרות קודש סוף ספר [[פרי הארץ]], אגרת מ"ו}}. די מחלוקת האט זיך פארגרעסערט מיט דער צייט און נאך צדיקים זענען געווארן אריינגעמישט, ווי [[רבי ברוך פון מעזשיבוזש]] און [[רבי אשר פון סטאלין]]. ווען [[רבי נחמן פון ברסלב]] האט באזוכט אין ארץ ישראל, אין יאר [[ה'תקנ"ט]] (1799 למנינם), האט ער פרובירט צו מאכן שלום{{הערה|שבחי הר"ן, סימן כ'; חיי מוהר"ן, סימן ט'}}. | ||
ארום פופצן משפחות פון חב"ד וועלכע האבן געוואוינט אין [[טבריה]] האבן זיך געצויגן צוליב די מחלוקת קיין [[חברון]], וואו זיי האבן אויפגעשטעלט דער [[חב"ד]]'סקער געגנט{{הערה|זעט: ח' שטימן כ"ץ, '''ראשיתן של עליות החסידים''', [[יד בן צבי]], עמ' 111}}. | ארום פופצן משפחות פון חב"ד וועלכע האבן געוואוינט אין [[טבריה]] האבן זיך געצויגן צוליב די מחלוקת קיין [[חברון]], וואו זיי האבן אויפגעשטעלט דער [[חב"ד]]'סקער געגנט{{הערה|זעט: ח' שטימן כ"ץ, '''ראשיתן של עליות החסידים''', [[יד בן צבי]], עמ' 111}}. | ||
==== די שעצונג ==== | ==== די שעצונג ==== | ||
פון די צווייטע זייט, האט דער ספר באקומען אסאך שעצונג פון אנדערע חסיד'ישע גדולים. לויט ווי מען פארציילט אין חב"ד, האט זיך [[רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב]] אנגערופן ווען ער האט געזען דעם ספר: "איך וואונדער זיך וויאזוי מען קען אריינלייגן אזא גרויסן באשעפער אין אזא קליין ספר"{{הערה|שמועס פון רבי'ן פון ליובאוויטש, כ"ד טבת תשל"ט; אגרות בעל התניא ובני דורו, עמוד קס"ט}}; [[רבי ברוך פון | פון די צווייטע זייט, האט דער ספר באקומען אסאך שעצונג פון אנדערע חסיד'ישע גדולים. לויט ווי מען פארציילט אין חב"ד, האט זיך [[רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב]] אנגערופן ווען ער האט געזען דעם ספר: "איך וואונדער זיך וויאזוי מען קען אריינלייגן אזא גרויסן באשעפער אין אזא קליין ספר"{{הערה|שמועס פון רבי'ן פון ליובאוויטש, כ"ד טבת תשל"ט; אגרות בעל התניא ובני דורו, עמוד קס"ט}}; [[רבי ברוך פון מעזשיבוזש]] האט געזאגט: "תניא איז דער ספר פארן שכל"{{הערה|בית רבי פרק כ"א הערה ד'}}; [[רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא)|דער אוהב ישראל פון אפטא]] האט געזאגט: "אויך אונזערע עלטערן, [[אברהם]] [[יצחק]] און [[יעקב]], האבן זיך געפירט לויט דער דרך וואס עס שטייט אין תניא"{{הערה|הקדמה צו [[אמרי יוסף]], מאמר שביעי אות י'}}; [[רבי ישראל האפשטיין|דער קאזשניצער מגיד]] פלעגט דערין לערנען יעדן טאג אנגעטון מיט די [[תפילין דרבינו תם]], זאגנדיג אז עס איז א ספר פון [[גן עדן]]{{הערה|[[רבי שמעון זעליכאווער]], '''נהרי אש''', עמוד רי"ג}}; [[רבי מנחם מענדיל מארגנשטערן|רבי מנחם מענדל פון קאצק]] האט זיך אויסגעדרוקט אז דער ספר איז אלוקות{{הערה|אמת ואמונה, עמוד ק"פ}}. אפילו ביי אזא נישט-חסיד'ישער גדול ווי [[רבי עקיבא אייגער]] פלעגט ליגן דער ספר אויפן טיש{{הערה|אגרות סופרים עמ' 56, בשם זיין איידעם}}. לויט געוויסע, האט אויך [[רבי חיים וואלאזשינער]] דורכגעלערנט דעם ספר התניא און דערפון אנגענומען פילע פרטים פון זיין שיטה{{הערה|תורה שלמה חלק שמיני, מילואים עמוד רמ"ט. זעט אויך: קובץ היכל העש"ט, גליון ה' (כסלו תשס"ד), עמוד כ"ה}}. | ||
אין חב"ד בפרט איז עס באזונדער געשעצט. דער [[ריי"ץ]] פלעגט עס רופן 'דער תורה שבכתב פון חסידות'{{הערה|אגרות קודש להריי"צ, חלק ד' עמוד רס"א}}. אין חב"ד לערנט מען שוין דעם ספר פון יונגערהייט, און עס איז אנגענומען אז עס איז א סגולה אויף: [[אמונה]] און באשיצן פון מחשבות זרות און הרהורי כפירה{{הערה|אגרות קודש, חלק ו' עמוד קכ"ג}}; ווי [[קטורת]] קעגן אלע רוחניות'דיגע מגפות{{הערה|קיצורים והערות לספר לקוטי אמרים, עמוד קכ"ה}}; שפע ברכה און הצלחה{{הערה|קיצורים והערות לספר לקוטי אמרים, עמוד קכח}}. די רבי'ס פון חב"ד האבן געזאגט אז מען זאל מיטנעמען דעם ספר וואוהין מען פארט, אלס סגולה צו שמירה און הצלה{{הערה|זעט: אגרות קודש חלק י"ג אגרת ד'תרמט; אגרות קודש חלק י"ט אגרת ז'רסח; ליקוט מענות תשנ"ב, מענה של"א}}. | אין חב"ד בפרט איז עס באזונדער געשעצט. דער [[ריי"ץ]] פלעגט עס רופן 'דער תורה שבכתב פון חסידות'{{הערה|אגרות קודש להריי"צ, חלק ד' עמוד רס"א}}. אין חב"ד לערנט מען שוין דעם ספר פון יונגערהייט, און עס איז אנגענומען אז עס איז א סגולה אויף: [[אמונה]] און באשיצן פון מחשבות זרות און הרהורי כפירה{{הערה|אגרות קודש, חלק ו' עמוד קכ"ג}}; ווי [[קטורת]] קעגן אלע רוחניות'דיגע מגפות{{הערה|קיצורים והערות לספר לקוטי אמרים, עמוד קכ"ה}}; שפע ברכה און הצלחה{{הערה|קיצורים והערות לספר לקוטי אמרים, עמוד קכח}}. די רבי'ס פון חב"ד האבן געזאגט אז מען זאל מיטנעמען דעם ספר וואוהין מען פארט, אלס סגולה צו שמירה און הצלה{{הערה|זעט: אגרות קודש חלק י"ג אגרת ד'תרמט; אגרות קודש חלק י"ט אגרת ז'רסח; ליקוט מענות תשנ"ב, מענה של"א}}. | ||
שורה 82: | שורה 83: | ||
==צו ליינען מער== | ==צו ליינען מער== | ||
* [[יהושע מונדשיין]], '''תורת חב"ד ביבליוגרפיות''', ספרי אדמו"ר הזקן נבג"מ, לקוטי אמרים הוא ספר התניא, מהדורותיו תרגומיו וביאוריו, הוצאת קה"ת, כפר חב"ד תשמ"ב | * [[יהושע מונדשיין]], '''תורת חב"ד ביבליוגרפיות''', ספרי אדמו"ר הזקן נבג"מ, לקוטי אמרים הוא ספר התניא, מהדורותיו תרגומיו וביאוריו, הוצאת קה"ת, כפר חב"ד תשמ"ב | ||
* | * אברהם שמואל בוקיעט, '''נזר התניא''', כפר חב"ד אדר תשס"ז | ||
* | * אברהם שמואל בוקיעט, '''התניא - נחלת העם''', תשע"א | ||
* | * יצחק נחמן שטראה און משה מרינובסקי, '''תולדות ספר התניא: כתיבתו, הדפסתו, התפשטותו''', ניו יארק תשע"ז | ||
== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
* {{היברובוקס|2=ספר התניא|3=49432|4= | * {{היברובוקס|2=ספר התניא|3=49432|4=צורת הדף, ניו יארק תשט"ז|סופיקס=יא}} | ||
* [https://www.chabadlibrary.org/books/adhaz/tanya/1/index.htm ספר התניא] אין טעקסט, אויפן וועבזייטל פון חב"ד ביבליאטעק | * [https://www.chabadlibrary.org/books/adhaz/tanya/1/index.htm ספר התניא] אין טעקסט, אויפן וועבזייטל פון חב"ד ביבליאטעק | ||
* [https://he.chabad.org/article.asp?aid=677822 דער שיעור היומי] מיט דער פירוש "שיעורים בספר התניא", אויף "Chabad.org" | * [https://he.chabad.org/article.asp?aid=677822 דער שיעור היומי] מיט דער פירוש "שיעורים בספר התניא", אויף "Chabad.org" | ||
שורה 103: | שורה 104: | ||
[[קאַטעגאָריע:חב"ד]] | [[קאַטעגאָריע:חב"ד]] | ||
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | [[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | ||
[[קאַטעגאָריע:קבלה ספרים]] | |||
[[קאַטעגאָריע:מחשבה ספרים]] | |||
[[HE:ספר התניא]] | [[HE:ספר התניא]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:21, 8 יולי 2024
ספר התניא געדרוקט אין פאיד, מצרים סוף מלחמת יום הכיפורים, דורך חסידי חב"ד (הוצאה 78). | |
אלגעמיינע אינפארמאציע | |
---|---|
דורך | אדמו"ר הזקן |
שפת המקור | לשון הקודש |
תורגם לשפות | ענגליש, פראנצויזיש, רוסיש, אידיש, שפאניש, איטאליעניש, גרוזיניש, דייטש און העברעיש. |
סוגה | ספרי חסידות, חב"ד |
הוצאה | |
הוצאה | סלאוויטא |
מספר עמודים | 503 |
נאך אויסגאבעס | |
דאטום פון ערשטער אויסגאבע | ה'תקנ"ז |
דרויסנדיגע לינקס | |
היברובוקס | 49432 |
ספר התניא, וואס ווערט אויך גערופן לקוטי אמרים אדער ספר של בינונים אויפן נאמען פונעם ערשטן חלק, איז א ספר יסוד אין חב"ד בפרט, און אין חסידות בכלל. עס איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל אין יאר ה'תקנ"ז אין סלאוויטא, דורכן מחבר, דער גרינדער פון חסידות חב"ד רבי שניאור זלמן פון לאדי. דער ספר ווערט גערופן "תניא" לויטן ווארט מיט וואס עס הייבט זיך אן, און אויף דעם נאמען ווערט דער מחבר גערופן דער "בעל התניא".
דער ספר דינט אלס דער ספר יסוד פון חסידות חב"ד, און אנטהאלט אנווייזונגען צום לעבן און עבודת הבורא, באזירט אויף געמיינזאמע ארבעט פון הארץ און מח. עס ווערן דערין אנאליזירט דריי סארט אידן - "צדיק", "רשע" און "בינוני", און דער מחבר שמועסט אויס דער וועג אין עבודת ה' פאר'ן "בינוני", וואס יעדער איד קען זיין (אנדערש ווי די מדריגה פון "צדיק", וואס איז נישט פאר יעדן).
דאס איז דער ערשטער ספר וואו עס זענען סיסטעמאטיש אראפגעשריבן געווארן די פרינציפן פון חסידות, און עס האט משפיע געווען אויך אויף די נישט-חסידישע וועלט. ווען דער ספר איז ארויס האט עס אויסגערופן א קאנטראווערסיע אויך אינערהאלב די חסיד'ישע קרייזן, וואס טייל האבן זיך קעגנגעשטעלט צום מהלך פון חב"ד, און בכלל צום פארשפרייטן טיפע חסידות אפענערהייט.
געבוי
דער נוסח פון שער בלאט איז געשריבן געווארן דורכ'ן מחבר. נאכדעם איז דא הסכמות פון רבי משולם זושא פון האניפאלי און רבי יהודה לייב הכהן וואס זיי האבן געגעבן פארן מחבר צום ערשטן דרוק; די הסכמה צו א נאכפאלגנדע דרוק פון די קינדער פונעם מחבר: דער מיטלער רבי, רבי חיים אברהם, און רבי משה. דערנאך קומט די "הקדמת המלקט", וואס איז א בריוו פונעם מחבר וואס ער האט צוגעפאסט אלס הקדמה צום ערשטן חלק, לקוטי אמרים.
ערשטער חלק: לקוטי אמרים
דאס איז דער עיקר חלק פון ספר, און דעם גאנצן ספר רופט מען אפט אויף דעם נאמען. ביים שער בלאט רופט דאס דער מחבר: "ספר של בינונים". ווארשיינליך צוליב באשיידנהייט באצייכנט ער דעם ספר אלס א "ליקוט" - "מלוקט מפי ספרים ומפי סופרים", טראץ וואס עס אנטהאלט א אריגינעלע און אייגנארטיגע צוגאנג. דער חלק איז געשטעלט אויפן פסוק "כי קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו", און במשך די פרקים ווערט אויספירליך ערקלערט יעדער ווארט פונעם פסוק.
מען קען צעטיילן די 53 פרקים פון דעם חלק אין זעקס טיילן: א. ביאורים וואס איז דאס א בינוני (פרקים א'-י"ב); ב. די עבודה פון א בינוני (י"ג-כ"ה); ג. עצות אין עבודת השם (כ"ו-ל"ד); ד. דער רצון ה' אז עס זאל זיין א "דירה בתחתונים" (ל"ה-מ'), ה. אהבת השם (מ"א-נ'), ו. די מעלה פון טון מצוות דווקא אויף דער וועלט (נ"א-נ"ג). דרך אגב ווערט אויך ערקלערט אין ספר אנדערע נושאים אין עבודת השם אויפן דרך החסידות, ווי גאולה, אהבת ישראל, און נאך.
דער בינוני און זיין געראנגל
אין דעם חלק שטעלט פאר דער מחבר דאס געשטאלט פון א "בינוני", אלס א מדרגה צו וועלכע רוב מענטשן דארפן שטרעבן. אנדערש פון א "צדיק", וואס דינט דעם באשעפער מיט תענוג, איז דער בינוני פארנומען זיין גאנצן לעבן זיך צו ראנגלען. עס אמפערן זיך די צוויי נפשות וואס זענען אין אים - דער "נפש האלוקית" און דער "נפש הבהמית"[א].
דער נפש האלוקית איז א "חלק אלוקה ממעל ממש", און וויל נאר טון דעם רצון ה'. דער נפש הבהמית וויל די רצונות וואס אלע בעלי חיים ווילן, ווי עסן, שלאפן, און לעבן. יעדער פון די נפשות ציט דעם מענטש צו זיין זייט און וויל אליין געוועלטיגן אויפן גאנצן מענטש, "שתהא היא לבדה המושלת עליו ומנהיגתו, וכל האיברים יהיו סרים למשמעתה" (פרק ט').
דער נפש הבהמית ווערט אויך גערופן מיט די נעמען "הנפש הטבעית" אדער "החיונית", אויסצוקלארן אז דער נפש איז נישט דווקא שלעכט. אין נפש הבהמית פון א איד געפונט זיך נאטירליך אויך גוטע אייגנשאפטן, ווי רחמנות און גמילות חסדים. די אויפגאבע פון דער נפש האלוקית איז דעריבער נישט צו מבטל זיין דעם נפש הבהמית, נאר עס צו פאררעכטן.
זיג פון נפש האלוקית
דער מחבר געבט אפאר עצות, וויאזוי צו שטארקן דעם נפש האלוקית אז ער זאל געוועלטיגן אליין אויפן גוף. דער עיקר עצה איז "התבוננות". דער מחבר ערקלערט, אז דער עיקר פלאץ פונעם נפש הבהמית איז אינעם לינקן זייט פונעם הארץ, און דער נפש האלוקית רוהט בעיקר אין מח. וויבאלד "המוח שליט על הלב מתולדתו" (דאס הייסט, דער טבע פון א מענטש איז אז זיין מוח קען געוועלטיגן איבער זיין הארץ), דארף דער בינוני משקיע זיין אלע כוחות פון זיין שכל צו אריינקלערן אין די גרויסקייט פון די מעשים פון באשעפער. די התבוננות וועט משפיע זיין אויפן הארץ, וואס דארט איז דער נפש הבהמית, און ער וועט אויך וועלן טון דעם רצון השם.
אויך ווערט פארגעשטעלט דער כח פון תורה און מצוות, איבערצודרייען דעם נפש הבהמית און דעם גוף, אז זיי זאלן העלפן טון דעם רצון השם.
צווייטער חלק: חינוך קטן - שער היחוד והאמונה
דער צווייטער חלק הייבט זיך אן מיט א הקדמה וואס רופט זיך "חינוך קטן", וואס רעדט איבער די אהבה וואס א איד וועקט אויף אין זיין הארץ צום באשעפער. דער מחבר ערקלערט אז עס איז פארהאן "אהבה עצמית" אין יעדער איד פון זיין נשמה, און עס איז פארהאן "אהבה שבלב" וואס מען ברענגט זיך דערצו דורך די אייגענע מחשבות. כאטש די אהבה עצמית איז א העכערע דרגה, פארט דארף מען ארבעטן צו אויפוועקן אייגענע אהבה צוליב עטליכע טעמים. דער וועג איז דורך אמונה, וואס דאס איז דער תוכן פון "שער היחוד והאמונה".
אין די 12 פרקים פון שער היחוד והאמונה ווערט אויסגעשמועסט די שיטה פונעם בעל שם טוב אז אחדות השם באדייט נישט בלויז אז עס איז נישטא נאך א גאט אדער א פארמיטלער צווישן אונז און השי"ת, נאר אז דער גאנצער בריאה איז נאר א חלק פונעם התגלות האלוקית. דער מחבר בארירט יסודות'דיגע נושאים אין אידישקייט און קבלה, ווי דער באקאנטער פולמוס איבער דער "צמצום".
צוערשט האט דער מחבר געוואלט אנהייבן דעם ספר מיט דעם חלק[ב], ווייל כדי צו אנקומען צו אהבת השם און יראת השם, וואס דאס איז דער תוכן פונעם ערשטן חלק, דארף מען קודם אמונה אין יחוד השם - וואס דאס איז דער תוכן פון שער היחוד והאמונה[1]. אבער שוין ביים ערשטן דרוק האט דער מחבר אויפגעטוישט דעם סדר פון די צוויי חלקים[ג], צוליב באהאלטענע טעמים[2].
דריטער חלק: אגרת התשובה
אין די 12 פרקים פון אגרת התשובה איז דער מחבר מבאר די מצוה פון תשובה, אין הלכה און חסידות. לויט ווי ער שרייבט איז תשובה נישט נאר אויף עבירות, נאר עס באדייט אז דער איד דערנענטערט זיך צום באשעפער, ווי עס שטייט אין פסוק "והרוח תשוב אל האלוקים אשר נתנה". מען קען נישט תשובה טון אויף איין באזונדערע עבירה, אן תשובה טון אין אלגעמיין און צוריקקערן דעם גאנצן מענטש. דרך אגב איז ער אויך מבאר די סוגיות פון תעניתים און סיגופים על-פי התורה, און נאך.
די צוועלף פרקים קען מען צעטיילן אין דריי חלקים: אין די ערשטע דריי פרקים (א-ג) איז ער מבאר תשובה על פי נגלה; די קומענדיגע פינף (ד-ח) ערקלערן תשובה על פי חסידות; אין די לעצטע פיר (ט-י"ב) איז ער משלב דעם חסיד'ישן ביאור מיטן נגלה'דיגן ביאור.
פערטער חלק: אגרת הקודש און קונטרס אחרון
אגרת הקודש
דער חלק אנטהאלט 32 סימנים, וואס 26 פון זיי זענען כלליות'דיגע בריוון פונעם מחבר און די אנדערע זעקס זענען איבער ענינים פון חסידות. די סימנים באהאנדלען אסאך נושאים, צווישן זיי ביאורים אין מאמרים פון ספר הזוהר, סוגיות אין קבלת האר"י, בקשות צו שטיצן די אידן פון ארץ ישראל, און אויף צדקה בכלל, חיזוק אין עבודת השם, און נאך.
קונטרס אחרון
דער חלק באשטייט פון ניין סימנים. אין די ערשטע פינף זענען פארהאן עיונים און ערקלערונגען בנוגע צו סתירות אין זוהר און קבלה, וואס דער מחבר האט געשריבן אין די צייט וואס ער האט פארפאסט דעם ספר התניא. די לעצטע דריי זענען בריוון פונעם מחבר.
קונטרס אחרון ווערט געווענליך גערעכנט אין כלל פון אגרת הקודש, וואס איז דער פערטער און לעצטער פון די חלקים פון תניא.
גדולי ישראל אויפן ספר
די התנגדות
ווען דער ספר איז ערשינען, איז רבי אברהם קאליסקער, א נאנטער פריינט פון דער בעל התניא, ארויסגעקומען אנטקעגן דעם ספר מיט די טענה אז נישט דאס איז דער דרך החסידות[3], און אז זייערע רבי'ס - דהיינו דער מעזריטשער מגיד און רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק - פלעגן אכט געבן אז פאר רוב חסידים האבן זיי נאר גערעדט דברי מוסר און אמונת חכמים, ווייל פנימיות התורה, ווי דאס וואס ווערט דערמאנט אין ספר, דארף מען רעדן נאר פאר בני עלייה[4]. די מחלוקת האט זיך פארגרעסערט מיט דער צייט און נאך צדיקים זענען געווארן אריינגעמישט, ווי רבי ברוך פון מעזשיבוזש און רבי אשר פון סטאלין. ווען רבי נחמן פון ברסלב האט באזוכט אין ארץ ישראל, אין יאר ה'תקנ"ט (1799 למנינם), האט ער פרובירט צו מאכן שלום[5].
ארום פופצן משפחות פון חב"ד וועלכע האבן געוואוינט אין טבריה האבן זיך געצויגן צוליב די מחלוקת קיין חברון, וואו זיי האבן אויפגעשטעלט דער חב"ד'סקער געגנט[6].
די שעצונג
פון די צווייטע זייט, האט דער ספר באקומען אסאך שעצונג פון אנדערע חסיד'ישע גדולים. לויט ווי מען פארציילט אין חב"ד, האט זיך רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב אנגערופן ווען ער האט געזען דעם ספר: "איך וואונדער זיך וויאזוי מען קען אריינלייגן אזא גרויסן באשעפער אין אזא קליין ספר"[7]; רבי ברוך פון מעזשיבוזש האט געזאגט: "תניא איז דער ספר פארן שכל"[8]; דער אוהב ישראל פון אפטא האט געזאגט: "אויך אונזערע עלטערן, אברהם יצחק און יעקב, האבן זיך געפירט לויט דער דרך וואס עס שטייט אין תניא"[9]; דער קאזשניצער מגיד פלעגט דערין לערנען יעדן טאג אנגעטון מיט די תפילין דרבינו תם, זאגנדיג אז עס איז א ספר פון גן עדן[10]; רבי מנחם מענדל פון קאצק האט זיך אויסגעדרוקט אז דער ספר איז אלוקות[11]. אפילו ביי אזא נישט-חסיד'ישער גדול ווי רבי עקיבא אייגער פלעגט ליגן דער ספר אויפן טיש[12]. לויט געוויסע, האט אויך רבי חיים וואלאזשינער דורכגעלערנט דעם ספר התניא און דערפון אנגענומען פילע פרטים פון זיין שיטה[13].
אין חב"ד בפרט איז עס באזונדער געשעצט. דער ריי"ץ פלעגט עס רופן 'דער תורה שבכתב פון חסידות'[14]. אין חב"ד לערנט מען שוין דעם ספר פון יונגערהייט, און עס איז אנגענומען אז עס איז א סגולה אויף: אמונה און באשיצן פון מחשבות זרות און הרהורי כפירה[15]; ווי קטורת קעגן אלע רוחניות'דיגע מגפות[16]; שפע ברכה און הצלחה[17]. די רבי'ס פון חב"ד האבן געזאגט אז מען זאל מיטנעמען דעם ספר וואוהין מען פארט, אלס סגולה צו שמירה און הצלה[18].
אויפלאגעס און ביאורים
איידער דער ספר איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל, פלעגן די חסידים זיך אליין נאכשרייבן העתקות דערפון. אבער וויבאלד עס זענען געשאפן געווארן אסאך טעותים צוליב די פילע העתקות[ד], האט רבי שניאור זלמן מחליט געווען צו דרוקן דעם ספר[20]. דער מחבר האט צום ערשטן מאל געדרוקט דעם ספר אין סלאוויטא אין יאר ה'תקנ"ז, אבער דארט איז נאר געדרוקט געווארן די ערשטע צוויי חלקים, לקוטי אמרים און שער היחוד והאמונה. אין יאר תקס"ה איז עס געווארן איבערגעדרוקט דורכן מחבר אין זאלקווא, און ביי די אויפלאגע איז צוגעלייגט געווארן א צווייטע מהדורא פון אגרת התשובה צום ספר, נאך וואס א ערשטע ווערסיע דערפון איז שוין געווארן געדרוקט באזונדער אין יאר תקנ"ט. אין יאר ה'תקע"ד, א קורצע צייט נאך די פטירה פונעם מחבר, האבן זיינע קינדער צוגעלייגט די לעצטע צוויי חלקים, אגרת הקודש און קונטרס אחרון[21]. דערנאך איז עס געדרוקט געווארן נאך צענדליגע מאל.
אין יאר תר"ס איז דער ספר געדרוקט געווארן דורך דפוס ראם אין ווילנא. אין די אויפלאגע האט מען מגיה געווען דעם גאנצן ספר לויט אריגינעלע כתבי ידות, און עס זענען צוגעלייגט געווארן נאך השלמות פון די בריוון. די רעכטן אויף די אויפלאגע זענען שפעטער געווארן פארקויפט פאר רבי שלום דובער שניאורסאהן פון ליובאוויטש, און אלע ווייטערדיגע דרוקן זענען קאפירט פון דעם דרוק.
ביי חסידי חב"ד איז אנגענומען בשם דער מחבר, אז ביים שרייבן דעם ספר האט ער מדייק געווען אין יעדע ווארט און אפילו אין יעדע אות[22]. אסאך ספרים זענען געשטעלט צו ערקלערן און פארברייטערן די רייד פון תניא, אריינגערעכנט: קונטרס ההתפעלות (פון מיטלער רבי); "נר מצווה ותורה אור - שער האמונה ושער היחוד" (פון מיטלער רבי); "דרך חיים" און "שער התשובה" - ספרים באזירט אויף "אגרת התשובה" אין תניא (פון מיטלער רבי); "שערי עבודה" און "שערי היחוד והאמונה" (פון רבי אהרן פון סטראשעלא, א תלמיד מובהק פון דער בעל התניא); "קיצורים והערות לספר התניא" (פון דער צמח צדק); "מאמר האמנת אלקות" (אין ספר דרך מצותיך, פון דער צמח צדק); "רשימות על התניא: מראי מקומות, הערות וציונים בספר של בינונים" (פון רבי מנחם מענדל שניאורסאהן).
צו ליינען מער
- יהושע מונדשיין, תורת חב"ד ביבליוגרפיות, ספרי אדמו"ר הזקן נבג"מ, לקוטי אמרים הוא ספר התניא, מהדורותיו תרגומיו וביאוריו, הוצאת קה"ת, כפר חב"ד תשמ"ב
- אברהם שמואל בוקיעט, נזר התניא, כפר חב"ד אדר תשס"ז
- אברהם שמואל בוקיעט, התניא - נחלת העם, תשע"א
- יצחק נחמן שטראה און משה מרינובסקי, תולדות ספר התניא: כתיבתו, הדפסתו, התפשטותו, ניו יארק תשע"ז
דרויסנדיגע לינקס
- ספר התניא, צורת הדף, ניו יארק תשט"ז, אויף היברובוקס
- ספר התניא אין טעקסט, אויפן וועבזייטל פון חב"ד ביבליאטעק
- דער שיעור היומי מיט דער פירוש "שיעורים בספר התניא", אויף "Chabad.org"
- לקוטי אמרים-תניא, ערשטער דרוק, סלאוויטא תקנ"ו, במאגר הספרים הסרוקים של הספרייה הלאומית
נאטיצן
- ↑ דער כלל איז אז א צדיק האט שוין נישט קיין שלעכטע נייגונגען; א בינוני האט נאך יא, אבער ער שטארקט זיך איבער זיי; און א רשע געבט זיך נאך זיינע שלעכטע רצונות.
- ↑ לויט הרב פרץ יצחקי (ספר "הרב", תשע"ה, עמוד שסא) איז שער היחוד והאמונה געשריבן געווארן נאכן ערשטן חלק, און מען האט עס נאר געוואלט דרוקן די ערשטע. לויט הרב נחום גרינוואלד (דארט, עמוד שסו) איז עס אויך געשריבן געווארן פריער.
- ↑ א רמז איז געבליבן צום אריגינעלן פלאן, מיט דעם וואס אין צווייטן חלק איז געדרוקט דער לשון "כמו שיתבאר" ווען דער מחבר באציט זיך צו עפעס ערקלערט אין ערשטן חלק, און נישט "כמו שנתבאר".
- ↑ אין חב"ד פארציילט מען, אז עס זענען אויך געווען דירעקטע זיופים דורך די מתנגדים אויף חסידות, און אז דערפאר שטייט אין די הסכמה פון רבי משולם זושא פון האניפאלי און אין הקדמה פונעם מחבר "סופרים משונים"[19].
רעפערענצן
- ↑ לקוטי שיחות כ"ה עמוד 200
- ↑ אגרות קודש כ"ב עמוד שצט. זעט אפאר השערות: "הלקח והלבוב", עמוד ר; "נר למשיחי" עמוד לח; "הרב", עמוד שעד והערה 29
- ↑ אגרות קודש לרבי שניאור זלמן, נספחים 22 - 23, עמוד תצ"ח
- ↑ אגרות קודש סוף ספר פרי הארץ, אגרת מ"ו
- ↑ שבחי הר"ן, סימן כ'; חיי מוהר"ן, סימן ט'
- ↑ זעט: ח' שטימן כ"ץ, ראשיתן של עליות החסידים, יד בן צבי, עמ' 111
- ↑ שמועס פון רבי'ן פון ליובאוויטש, כ"ד טבת תשל"ט; אגרות בעל התניא ובני דורו, עמוד קס"ט
- ↑ בית רבי פרק כ"א הערה ד'
- ↑ הקדמה צו אמרי יוסף, מאמר שביעי אות י'
- ↑ רבי שמעון זעליכאווער, נהרי אש, עמוד רי"ג
- ↑ אמת ואמונה, עמוד ק"פ
- ↑ אגרות סופרים עמ' 56, בשם זיין איידעם
- ↑ תורה שלמה חלק שמיני, מילואים עמוד רמ"ט. זעט אויך: קובץ היכל העש"ט, גליון ה' (כסלו תשס"ד), עמוד כ"ה
- ↑ אגרות קודש להריי"צ, חלק ד' עמוד רס"א
- ↑ אגרות קודש, חלק ו' עמוד קכ"ג
- ↑ קיצורים והערות לספר לקוטי אמרים, עמוד קכ"ה
- ↑ קיצורים והערות לספר לקוטי אמרים, עמוד קכח
- ↑ זעט: אגרות קודש חלק י"ג אגרת ד'תרמט; אגרות קודש חלק י"ט אגרת ז'רסח; ליקוט מענות תשנ"ב, מענה של"א
- ↑ הרב יוסף וויינבערג, שיעורים בספר התניא, הסכמות; דארט, הקדמת המלקט
- ↑ לקוטי אמרים תניא, הסכמת רבי משולם זושא פון האניפאלי; דארט, הקדמת המלקט
- ↑ נזר התניא, פרק שביעי; מפתח העניינים לספר התניא; און נאך
- ↑ רשימת היומן, תורת מנחם, עמ' רלו