רוי:רבי יוסף יצחק שניאורסאהן

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:ריי"ץ)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ר' יוסף יצחק שניאורסאהן זי"ע (אדער מהריי"צ; י"ב תמוז ה'תר"ם - י' שבט ה'תש"י) איז געווען דער זעקסטער חב"ד-ליובאוויטשער רבי.

ער האט גענומען אלס עלטערן איידים, ר' שמריהו גורארי' און אלס אינגערן איידעם דעם לעצטן ליובאוויטשער רבי, רבי מנחם מענדל שניאורסאהן (הרמ"מ) זי"ע.

ער איז נסתלק געווארן י' שבט תש"י.

ער איז געווען א גרויסער בעל מסירות נפש, אין זיין מלחמה קעגן די קאמוניסטן. ער האט אויכעט געהאט מלחמה מיט די ציוניסטן.

יונגע יארן

יוסף יצחק שניאורסאהן איז געבוירן י"ב תמוז תר"ם אין ליובאוויטש, רייסן, רוסלענדישע אימפעריע (היינט אין רוסלאנד) צו זיינע עלטערן רבי שלום בער און זיין פרוי די רעבעצין שטערנא שרה נ"ע.

ביי דער עלטער פון פופצן האט זיין פאטער אים באשטימט זיין פערזענליכן סעקרעטאר.

אום י"ג אלול תרנ"ז (1897) האט ער חתונה געהאט מיט זיין קרובטע רביצין נחמה דינה, א טאכטער פון רבי אברהם שניאורסאהן פון קעשענעוו, א זון פון רבי ישראל נח פון נעזשין, א זון פונעם צמח צדק.

משפחה

רבי יוסף יצחק און זיין רביצין נחמה דינה האבן געהאט דריי טעכטער:


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!