רוי:חיה מושקא שניאורסאן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רעבעצין חיה מושקא שניאורסאן (כ"ה אדר ה'תרס"א 16טן מערץ 1901 - כ"ב שבט ה'תשמ"ח, 10טן פעברואר 1988) איז געווען די טאכטער פון רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, דער זעקסטער רבי פון חב"ד-ליובאוויטש, און די ווייב פון רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, דער זיבעטער רבי פון של חסידות חב"ד.

קבר פון רביצין חיה מושקא שניאורסאן אין ניו-יארק

לעבנסגעשיכטע

חיה מושקא שניאורסאן איז געבוירן געווארן כ"ה אדר תרס"א אינעם שטעטל באבינאוויטש לעבן ליובאוויטש, א טאכטער צו רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, דער זעקסטער רבי פון חב"ד-ליובאוויטש און זיין רביצין נחמה דינה. מען האט איר געגעבן א נאמען נאך דער רביצין פונעם צמח צדק, חיה מושקא.

אין יאר תרפ"ט (1928) האט זי חתונה געהאט צו רבי מנחם מענדל שניאורסאהן אין  ווארשע און זיי האבן זיך געצויגן קיין בערלין. ווען די נאציס האבן איבערגענומען די הערשאפט זענען זיי אנטלאפן קיין פאריז, און אין תש"א (1941), ווען פראנקרייך איז איינגענומען געווארן דורך די נאציס  האבן זיי זיך געראטעוועט צו די פאראייניגטע שטאטן צו איר פאטער אינעם קרוין הייטס פערטל פון ברוקלין, ניו יארק. א שטיק צייט נאך איר פאטערס פטירה האט מען באשטימט איר מאן צו פירן דאס חב"ד-ליובאוויטשער הויף.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!