אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ליקוטי אמרים תניא"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (פארראכטן לינק)
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
 
(62 מיטלסטע ווערסיעס פון 3 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע|חסיד'ישע ספר פונעם בעל התניא}}
{{ספר
{{ספר
|שם=תניא לקוטי אמרים - תניא
|שם=ליקוטי אמרים תניא
|תמונה=[[קובץ:Faid1.jpg|200px]]
|תמונה=[[טעקע:Faid1.jpg|200px]]
|כיתוב=ספר התניא געדרוקט אין פאיד, מצרים סוף [[מלחמת יום הכיפורים]], דורך חסידי חב"ד (הוצאה 78).
|כיתוב=ספר התניא געדרוקט אין פאיד, מצרים סוף [[מלחמת יום הכיפורים]], דורך חסידי חב"ד (הוצאה 78).
|דורך=[[רבי שניאור זלמן פון ליאדי|אדמו"ר הזקן]]
|דורך=[[רבי שניאור זלמן פון ליאדי|אדמו"ר הזקן]]
שורה 12: שורה 13:
|היברובוקס=49432
|היברובוקס=49432
}}
}}
'''ספר התניא''', וואס ווערט אויך גערופן '''לקוטי אמרים''' אדער '''ספר של בינונים''' אויפן נאמען פונעם ערשטן חלק, איז א ספר יסוד אין [[חב"ד]] בפרט, און אין [[חסידות]] בכלל. עס איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל אין [[ה'תקנ"ז]] אין [[סלאוויטא]], דורכן מחבר, דער מייסד פון חסידות חב"ד [[רבי שניאור זלמן פון לאדי]], און אויפן נאמען פון דעם ספר ווערט ער אויך גערופן דער "בעל התניא".
'''ספר התניא''', וואס ווערט אויך גערופן '''לקוטי אמרים''' אדער '''ספר של בינונים''' אויפן נאמען פונעם ערשטן חלק, איז א ספר יסוד אין [[חב"ד]] בפרט, און אין [[חסידות]] בכלל. עס איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל אין יאר [[ה'תקנ"ז]] אין [[סלאוויטא]], דורכן מחבר, דער גרינדער פון חסידות חב"ד [[רבי שניאור זלמן פון לאדי]]. דער ספר ווערט גערופן "תניא" לויטן ווארט מיט וואס עס הייבט זיך אן, און אויף דעם נאמען ווערט דער מחבר גערופן דער "בעל התניא".


דער ספר דינט אלס דער ספר יסוד פון חסידות חב"ד, און אנטהאלט אנווייזונגען צום לעבן און פאר עבודת הבורא, באזירט אויף געמיינזאמע ארבעט פון הארץ און מח. דאס איז דער ערשטער ספר וואו עס זענען סיסטעמאטיש אראפגעשריבן געווארן די פרינציפן פון [[חסידות]], און עס האט משפיע געווען אויך אויף די נישט-חסידישע וועלט.
דער ספר דינט אלס דער ספר יסוד פון חסידות חב"ד, און אנטהאלט אנווייזונגען צום לעבן און עבודת הבורא, באזירט אויף געמיינזאמע ארבעט פון הארץ און מח. עס ווערן דערין אנאליזירט דריי סארט אידן - "צדיק", "רשע" און "בינוני", און דער מחבר שמועסט אויס דער וועג אין עבודת ה' פאר'ן "בינוני", וואס יעדער איד קען זיין (אנדערש ווי די מדריגה פון "צדיק", וואס איז נישט פאר יעדן).


נאך וואס דער ספר איז ארויס האט עס אויסגערופן התנגדות אויך אינערהאלב טייל חסיד'ישע קרייזן, וואס האבן זיך קעגנגעשטעלט צום מהלך פון חב"ד, און בכלל צום פארשפרייטן טיפע חסידות אפענערהייט. אין שפיץ פון די קעגנער זענען געשטאנען [[רבי אברהם קאליסקער|רבי אברהם פון קאליסק]] און [[רבי ברוך מעזשביזשער]], אן אייניקל פונעם [[בעש"ט]].
דאס איז דער ערשטער ספר וואו עס זענען סיסטעמאטיש אראפגעשריבן געווארן די פרינציפן פון [[חסידות]], און עס האט משפיע געווען אויך אויף די נישט-חסידישע וועלט. ווען דער ספר איז ארויס האט עס אויסגערופן א קאנטראווערסיע אויך אינערהאלב די חסיד'ישע קרייזן, וואס טייל האבן זיך קעגנגעשטעלט צום מהלך פון חב"ד, און בכלל צום פארשפרייטן טיפע חסידות אפענערהייט.


דער ספר ווערט גערופן לויטן ווארט מיט וואס עס הייבט זיך אן. אין ספר ווערן אנאליזירט דריי סארט אידן - "צדיק", "רשע" און "בינוני", און עס ווערט אויסגעשמועסט דער וועג אין עבודת ה' פאר'ן "בינוני", וואס יעדער איד קען זיין (אנדערש ווי די מדריגה פון "צדיק", וואס איז נישט פאר יעדן).
== געבוי==
דער נוסח פון שער בלאט איז געשריבן געווארן דורכ'ן מחבר. נאכדעם איז דא [[הסכמה|הסכמות]] פון [[רבי משולם זושא פון האניפאלי]] און [[רבי יהודה לייב הכהן]] וואס זיי האבן געגעבן פארן מחבר צום ערשטן דרוק; די הסכמה צו א נאכפאלגנדע דרוק פון די קינדער פונעם מחבר: דער [[מיטלער רבי]], רבי חיים אברהם, און רבי משה. דערנאך קומט די "הקדמת המלקט", וואס איז א בריוו פונעם מחבר וואס ער האט צוגעפאסט אלס הקדמה צום ערשטן חלק, לקוטי אמרים.


== אנאייב ספר==
=== ערשטער חלק: לקוטי אמרים ===
קודעם א 'שער בלאט' וואס איז געשריבן דורכ'ן מחבר. נאכדעם איז דא הסכמות פון אפאר רבנים [[רבי משולם זוסיל פון אניפולי]] און [[רבי יהודה לייב הכהן]] וואס זיי האבן געגעבן פארן מחבר; די הסכמה פון די רבנים די קינדער פונעם מחבר [[מיטלער רבי]], הרב חיים אברהם, און הרב משה. נאכדעם איז דא 'די "הקדמת המלקט"', וואס איז א בריוו פונעם 'בעל התניא' וואס ער האט צוגעפאסט אלס הקדמה צו 'חלק א' - לקוטי אמרים,
דאס איז דער עיקר חלק פון ספר, און דעם גאנצן ספר רופט מען אפט אויף דעם נאמען. ביים שער בלאט רופט דאס דער מחבר: "'''ספר של בינונים'''". ווארשיינליך צוליב באשיידנהייט באצייכנט ער דעם ספר אלס א "ליקוט" - "מלוקט מפי ספרים ומפי סופרים", טראץ וואס עס אנטהאלט א אריגינעלע און אייגנארטיגע צוגאנג. דער חלק איז געשטעלט אויפן פסוק "כי קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו", און במשך די פרקים ווערט אויספירליך ערקלערט יעדער ווארט פונעם פסוק.


== לקוטי אמרים ==
[[טעקע:tanya_tlv.jpg|שמאל|ממוזער|250px|ספר התניא געדרוקט אין [[תל אביב]] אין יאר [[תש"ג]]. די ערשטע מהדורא געדרוקט אין [[ארץ ישראל]].]]
==== תוכן ====
דער חלק איז בעצם דער עיקר ספר, און אסאך מאל רופט מען דעם גאנצן ספר אויף דעם נאמען. דער מחבר רופט דאס (ביים 'שער בלאט'): '''"ספר של בינונים"'''. וויבאלד ער האט זיך געהאלטן קליין, רופט ער דעם ספר א "ליקוט" - "מלוקט מפי ספרים ומפי סופרים", אפילו ער שרייב דארט א נייע וועג. דער חלק איז פארנומען צו באלעבן דעם [[פסוק]]: "כי קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו", וואס במשך די פרקים איז ער מסביר באריכות יעדן ווארט פונעם פסוק.


[[קובץ:tanya_tlv.jpg|שמאל|ממוזער|250px|ספר התניא געדרוקט אין [[תל אביב]] אין יאר [[תש"ג]]. - די ערשטע מהדורה געדרוקט אין [[ארץ ישראל]].]]
מען קען צעטיילן די 53 פרקים פון דעם חלק אין זעקס טיילן: א. ביאורים וואס איז דאס א בינוני (פרקים א'-י"ב); ב. די עבודה פון א בינוני (י"ג-כ"ה); ג. עצות אין עבודת השם (כ"ו-ל"ד); ד. דער רצון ה' אז עס זאל זיין א "דירה בתחתונים" (ל"ה-מ'), ה. אהבת השם (מ"א-נ'), ו. די מעלה פון טון מצוות דווקא אויף דער וועלט (נ"א-נ"ג). דרך אגב ווערט אויך ערקלערט אין ספר אנדערע נושאים אין עבודת השם אויפן דרך החסידות, ווי גאולה, אהבת ישראל, און נאך.


==== דער בינוני ====
==== דער בינוני און זיין געראנגל ====
אין די-53 פרקים פונעם ספר איז דער מחבר מסביר אז א "בינוני" איז א מדרגה וואס יעדער איד דארף וועלן זיין. וואס אנדערש פון א צדיק, וואס דינט דעם באשעפער מתוך תענוג, איז דער בינוני פארנומען א גאנצן לעבן צו זיך אמפערן. ער איז צוריסן צווישן די צווי נפשות וואס זענען אין אים - דער נפש האלוקית און דער נפש הבהמית.{{ביאור|די כלל איז אז א 'צדיק' האט שוין בכלל נישט קיין נסיונות, און א 'בינוני' האט נאך יא - אפילו ער שטארק זיך, און א 'רשע' געבט גיך נאך זיינע רצונות.}}
אין דעם חלק שטעלט פאר דער מחבר דאס געשטאלט פון א "בינוני", אלס א מדרגה צו וועלכע רוב מענטשן דארפן שטרעבן. אנדערש פון א "צדיק", וואס דינט דעם באשעפער מיט תענוג, איז דער בינוני פארנומען זיין גאנצן לעבן זיך צו ראנגלען. עס אמפערן זיך די צוויי נפשות וואס זענען אין אים - דער "נפש האלוקית" און דער "נפש הבהמית"{{ביאור|דער כלל איז אז א צדיק האט שוין נישט קיין שלעכטע נייגונגען; א בינוני האט נאך יא, אבער ער שטארקט זיך איבער זיי; און א רשע געבט זיך נאך זיינע שלעכטע רצונות.}}.


==== קריגעריי פון 'נפש האלוקית' און 'נפש הבהמית' ====
דער נפש האלוקית איז א "חלק אלוקה ממעל ממש", און וויל נאר טון דעם רצון ה'. דער נפש הבהמית וויל די רצונות וואס אלע בעלי חיים ווילן, ווי עסן, שלאפן, און לעבן. יעדער פון די נפשות ציט דעם מענטש צו זיין זייט און וויל אליין געוועלטיגן אויפן גאנצן מענטש, "שתהא היא לבדה המושלת עליו ומנהיגתו, וכל האיברים יהיו סרים למשמעתה" (פרק ט').
דער 'נפש האלוקית' איז א "חלק אלוקה ממעל ממש", און וויל נאר טון רצון ה'. דער 'נפש הבהמית' - וויל די רצונות וואס דער מענטש מיט די אלע אנדערע בעלי חיים זענען גלייך, ווי עסן, שלאפן, לעבן וכו', יעדער ציט צו זיין זייט און וויל אליין געוועלטיגן, ווי זיין לשון אין ספר "שתהא היא לבדה המושלת עליו ומנהיגתו וכל האיברים יהיו סרים למשמעתה" (פרק ט'). דער 'נפש הבהמית' ווערט אויך גערופן מיט די נעמען - "הנפש הטבעית" אדער "החיונית", צו קלאר מאכן אז עס האט נישט נאר שלעכט, - אין נפש פון א איד איז דא בטבע אויך גוטע זאכן ווי 'רחמנות' און 'גמילות חסדים', וואס קומט פונעם 'נפש הבהמית', דערפאר איז נישט דער תפקיד פונעם 'נפש האלוקית' צו מבטל זיין די 'נפש הבהמית' נאר צו איר פארעכטן,


==== גווינס פון 'נפש האלוקית' ====
דער נפש הבהמית ווערט אויך גערופן מיט די נעמען "הנפש הטבעית" אדער "החיונית", אויסצוקלארן אז דער נפש איז נישט דווקא שלעכט. אין נפש הבהמית פון א איד געפונט זיך נאטירליך אויך גוטע אייגנשאפטן, ווי רחמנות און גמילות חסדים. די אויפגאבע פון דער נפש האלוקית איז דעריבער נישט צו מבטל זיין דעם נפש הבהמית, נאר עס צו פאררעכטן.
דער מחבר געבט אפאר עצות, וויאזוי צו מגביר זיין די 'נפש האלוקית' אז ער זאל געוועלטיגן אליין אויפן גוף. דער עיקר עצה איז התבוננות. דער 'בעל התניא' איז מסביר, אז דער עיקר פלאץ פונעם 'נפש הבהמית' איז אינעם לינקן זייט פונעם הארץ, און עיקר פלאץ פונעם 'נפש האלוקית' איז אין מח, און וויבאלד בטבע איז א מוח שולט אופן הארץ ווי דער לשון פונעם מחבר: "המוח שליט על הלב מתולדתו", דארף דער 'בינוני' משקיע זיין זיינע אלע כוחות צו זיך מתבונן זיין אין די גרויסקייט פון די מעשים פונעם באשעפער, וואס דער התבוננות, וועט משפיע זיין אופן הארץ, - וואס דארט איז דער 'נפש הבהמית' און ער וועט אויכט וועלן טון [[רצון השם]], אזוי אויך איז דער פאברייטערט דארט דער מחבר אין די כח פון תורה און מצוות וואס דאס דרייט איבער דעם 'נפש הבהמית' און דער גוף, אז זיי זאלן עלפן טון רצון השם.


דער חלק קען מען צוטיילן אין זעקס חלקים: א. ביאורים וואס איז דאס א בינוני (א-י"ב), ב. די עבודה פון א בינוני (י"ג-כ"ה), ג. עצות אין עבודת השם (כ"ו-ל"ד), ד. די רצון אז עס זאל זיין א דירה בתחתונים (ל"ה-מ), ה. אהבת השם (מ"א-נ), ו. די מעלה פון מצוות דווקא אין דער וועלט (נ"א-נ"ג), דרך אגב ווערט אויך מבואר אין ספר אנדערע נושאים אין עבודת השם אויפן דרך החסידות ווי 'גאולה', 'אהבת ישראל', און נאך.
==== זיג פון נפש האלוקית ====
דער מחבר געבט אפאר עצות, וויאזוי צו שטארקן דעם נפש האלוקית אז ער זאל געוועלטיגן אליין אויפן גוף. דער עיקר עצה איז "התבוננות". דער מחבר ערקלערט, אז דער עיקר פלאץ פונעם נפש הבהמית איז אינעם לינקן זייט פונעם [[הארץ]], און דער נפש האלוקית רוהט בעיקר אין [[מח]]. וויבאלד "המוח שליט על הלב מתולדתו" (דאס הייסט, דער טבע פון א מענטש איז אז זיין מוח קען געוועלטיגן איבער זיין הארץ), דארף דער בינוני משקיע זיין אלע כוחות פון זיין שכל צו אריינקלערן אין די גרויסקייט פון די מעשים פון באשעפער. די התבוננות וועט משפיע זיין אויפן הארץ, וואס דארט איז דער נפש הבהמית, און ער וועט אויך וועלן טון דעם רצון השם.


== שער היחוד והאמונה ==
אויך ווערט פארגעשטעלט דער כח פון [[תורה]] און [[מצוות]], איבערצודרייען דעם נפש הבהמית און דעם גוף, אז זיי זאלן העלפן טון דעם רצון השם.
==== חינוך קטן ====
קודם ברענגט ער א כעין הקדמה וואס ריפט זיך 'חינוך קטן', וואס רעדט אויף דעם וואס, עס איז פאראן אהבה וואס א יוד וועקט אויף זיין הארץ, און עס איז פאראן אהבה עצמית וואס איז דא אין ידער איד פונעם נשמה, און אפילו וואס דער אהבה עצמית איז עכער, דארף יעדער הארווען אויף די אהבה וואס קומט דורך די אייגענע מחשבות,{{ביאור|ער ברענגט דארט אפאר טעמים פארוואס}} און דער וועג איז דורך אמונה (וואס דאס איז דער תוכן פון שער היחוד והאמונה).


==== שער היחוד והאמונה ====
=== צווייטער חלק: חינוך קטן - שער היחוד והאמונה ===
אין די-12 פרקים פונעם 'שער היחוד והאמונה' איז ער פארנומען צו מסביר זיין די שיטה פונעם [[בעל שם טוב]] אז [[אחדות השם]] איז נישט נאר פשט אז עס איז נישטא נאך א גאט אדער זאך אין דער וועלט, נאר אז דער גאנצער בריאה איז נאר א חלק פונעם התגלות האלוהית. ער איז מבאר באריכות די נושאים וואס זענען פון די יסודות אין אידישקייט און [[קבלה]] ווי דער נושא פון "צמצום" {{ביאור|אין קבלה רופט מען עס 'צמצום כפשוטו' אדער 'צמצום שלא כפשוטו'}}. וואס רעדט אז דאס וואס דער באשעפער האט זיך מצמצם געווען אז א מענטשן קענען אים נישט זען, מיינט אבער נישט ח"ו אז ער איז באמת נישטא, מיט לאנגע ביאורים ווי אזוי עס שטומט.
דער צווייטער חלק הייבט זיך אן מיט א הקדמה וואס רופט זיך "חינוך קטן", וואס רעדט איבער די אהבה וואס א איד וועקט אויף אין זיין הארץ צום באשעפער. דער מחבר ערקלערט אז עס איז פארהאן "אהבה עצמית" אין יעדער איד פון זיין נשמה, און עס איז פארהאן "אהבה שבלב" וואס מען ברענגט זיך דערצו דורך די אייגענע מחשבות. כאטש די אהבה עצמית איז א העכערע דרגה, פארט דארף מען ארבעטן צו אויפוועקן אייגענע אהבה צוליב עטליכע טעמים. דער וועג איז דורך אמונה, וואס דאס איז דער תוכן פון "שער היחוד והאמונה".


אנהייב האט דער מחבר געוואלט אנהייבן דעם הספר מיט דעם חלק {{ביאור|לויט די דעה פון הרב פרץ יצחקי (ספר "הרב", תשע"ה, עמוד שסא) איז 'שער היחוד והאמונה' געשריבן געווארן נאכן ערשטן חלק, און מען האט עס נאר געוואלט דריקן די ערשטע. און לויט די דעה פון הרב נחום גרינולד (דארט, עמוד שסו) איז דאס געשריבן געווארן דער ערשטער.}} ווייל{{הערה|לקוטי שיחות כ"ה עמוד 200.}} כדי צו אנקומען צו אהבת השם און יראת השם, וואס דאס איז דער תוכן פונעם ערשטן חלק ('לקוטי אמרים'), דארף מען קודם אמונה אין יחודו ואחדותו יתברך - וואס דאס איז דער תוכן פון 'שער היחוד והאמונה' (חלק ב'), (מען קען דאס נאך היינט מערקן ווייל ביי די צוויטע חלק ווען ער רעדט פון עפעס וואס שטייט אויך אינעם ערשטן חלק שרייבט ער 'כמו שיתבאר' און נישט 'כמו שנתבאר'), האבער שוין ביים ערשטן דריק האט דער מחבר דאס פארביטן און געדרוקט ווי עס איז היינט (קודם 'לקוטי אמרים' און נאכדעם 'שער היחוד והאמונה'), וועגן בהאלטענע טעמים{{הערה|אגרות קודש כ"ב עמוד שצט. און זע אפאר השערות: "הלקח והלבוב", עמוד ר; "נר למשיחי" עמוד לח; "הרב", עמוד שעד והערה 29.}}, .
אין די 12 פרקים פון שער היחוד והאמונה ווערט אויסגעשמועסט די שיטה פונעם [[בעל שם טוב]] אז [[אחדות השם]] באדייט נישט בלויז אז עס איז נישטא נאך א גאט אדער א פארמיטלער צווישן אונז און השי"ת, נאר אז דער גאנצער בריאה איז נאר א חלק פונעם התגלות האלוקית. דער מחבר בארירט יסודות'דיגע נושאים אין אידישקייט און [[קבלה]], ווי דער באקאנטער פולמוס איבער דער "[[צמצום (קבלה)|צמצום]]".


== אגרת התשובה (מהדורה בתרא) ==
צוערשט האט דער מחבר געוואלט אנהייבן דעם ספר מיט דעם חלק{{ביאור|לויט הרב פרץ יצחקי (ספר "הרב", תשע"ה, עמוד שסא) איז שער היחוד והאמונה געשריבן געווארן נאכן ערשטן חלק, און מען האט עס נאר געוואלט דרוקן די ערשטע. לויט הרב נחום גרינוואלד (דארט, עמוד שסו) איז עס אויך געשריבן געווארן פריער.}}, ווייל כדי צו אנקומען צו [[אהבת השם]] און [[יראת השם]], וואס דאס איז דער תוכן פונעם ערשטן חלק, דארף מען קודם אמונה אין יחוד השם - וואס דאס איז דער תוכן פון שער היחוד והאמונה{{הערה|לקוטי שיחות כ"ה עמוד 200}}. אבער שוין ביים ערשטן דרוק האט דער מחבר אויפגעטוישט דעם סדר פון די צוויי חלקים{{ביאור|א רמז איז געבליבן צום אריגינעלן פלאן, מיט דעם וואס אין צווייטן חלק איז געדרוקט דער לשון "כמו שיתבאר" ווען דער מחבר באציט זיך צו עפעס ערקלערט אין ערשטן חלק, און נישט "כמו שנתבאר".}}, צוליב באהאלטענע טעמים{{הערה|אגרות קודש כ"ב עמוד שצט. זעט אפאר השערות: "הלקח והלבוב", עמוד ר; "נר למשיחי" עמוד לח; "הרב", עמוד שעד והערה 29}}.


אין די 12 פרקים פון אגרת התשובה איז דער מחבר מבאר דעם חסידי'שן מהלך אויף תשובה, וואס דאס איז, אז תשובה איז נישט נאר אויף עבירות, נאר תשובה מיינט אז א יוד הייבט זיך אויף צום באשעפער, ווי עס שטייט אין פסוק "והרוח תשוב אל האלוקים אשר נתנה", ער לייגט צו אז מען קען נישט תשובה טון אויף א עבירה אן תשובה טון און צריקערן דעם גאנצן מענטש, דרך אגב איז ער אויך מבאר די סוגיות פון תעניות און סיגופים על-פי התורה, און נאך,
=== דריטער חלק: אגרת התשובה ===
די צוועלעף פרקים קין מען צוטיילן אין דריי חלקים, די ערשטע דריי פרקים (א-ג) איז ער מבאר 'תשובה' על פי נגלה, די קומענדיגע פינעף (ד-ח) איז ער מבאר 'תשובה' על פי חסידות, די לעצטע פיר (ט-"יב) איז ער משלב דעם חסידישן ביאור מיטן נגלה'דיגן ביאור.
[[טעקע:Tania.JPG|שמאל|ממוזער|220px|א בילד פון שער בלאט פון די ערשטע מהדורא וואס האט אנטהאלטן דעם אגרת התשובה ([[זאלקווא]] [[ה'תקס"ה]])]]
אין די 12 פרקים פון אגרת התשובה איז דער מחבר מבאר די מצוה פון [[תשובה]], אין הלכה און חסידות. לויט ווי ער שרייבט איז תשובה נישט נאר אויף עבירות, נאר עס באדייט אז דער איד דערנענטערט זיך צום באשעפער, ווי עס שטייט אין פסוק "והרוח תשוב אל האלוקים אשר נתנה". מען קען נישט תשובה טון אויף איין באזונדערע עבירה, אן תשובה טון אין אלגעמיין און צוריקקערן דעם גאנצן מענטש. דרך אגב איז ער אויך מבאר די סוגיות פון [[תענית]]ים און סיגופים על-פי התורה, און נאך.


== אגרת הקודש ==
די צוועלף פרקים קען מען צעטיילן אין דריי חלקים: אין די ערשטע דריי פרקים (א-ג) איז ער מבאר תשובה על פי נגלה; די קומענדיגע פינף (ד-ח) ערקלערן תשובה על פי חסידות; אין די לעצטע פיר (ט-י"ב) איז ער משלב דעם חסיד'ישן ביאור מיטן נגלה'דיגן ביאור.
32 בריוון (וואס ווערן געריפן 32 סימנים), 26 פון זיי איז כללות'דיגע בריוון פונעם מחבר און די אנדערע 6 זענען בריוון אין ענינים פון חסידות, די סימנים רעדן פון אסאך נושאים. צווישן זיי ביאורים אין מאמרים פון [[ספר הזוהר]], סוגיות אין קבלת [[האר"י]], בקשות צו שטיצן די אידן פון [[ארץ ישראל]], און אויף [[צדקה]] בכלל, עידוד און חיזוק אין עבודת השם און נאך.


== קונטרס אחרון ==
=== פערטער חלק: אגרת הקודש און קונטרס אחרון ===
==== אגרת הקודש ====
דער חלק אנטהאלט 32 סימנים, וואס 26 פון זיי זענען כלליות'דיגע בריוון פונעם מחבר און די אנדערע זעקס זענען איבער ענינים פון חסידות. די סימנים באהאנדלען אסאך נושאים, צווישן זיי ביאורים אין מאמרים פון [[ספר הזוהר]], סוגיות אין קבלת ה[[אר"י]], בקשות צו שטיצן די אידן פון [[ארץ ישראל]], און אויף [[צדקה]] בכלל, חיזוק אין עבודת השם, און נאך.


9 פרקים (וואס ווערן געריפן 9 סימנים), אין די ערשטע פינעף איז ער מבאר בעיון סתירות אין זוהר און קבלה, - די ערשטע דריי איז אויף א סתירה פון א [[זוהר]] וואס ווערט געברענגט אין פרקים ל"ט-מ"א. די אנדערע צווי איז א ביאור אין פרי עץ חיים. די לעצטע דריי איז בריוון פונעם מחבר. (ווען מען רעכנט די חלקים פון תניא, רעכנט מען על פי רוב נאר פיר חלקים און דער חלק רעכנט מען א חלק פון 'אגרת הקודש' וואס איז דער פערדער חלק,)
==== קונטרס אחרון ====
דער חלק באשטייט פון ניין סימנים. אין די ערשטע פינף זענען פארהאן עיונים און ערקלערונגען בנוגע צו סתירות אין זוהר און קבלה, וואס דער מחבר האט געשריבן אין די צייט וואס ער האט פארפאסט דעם ספר התניא. די לעצטע דריי זענען בריוון פונעם מחבר.


די לעצטע צווי חלקים 'אגרת הקודש' און 'קונטרס אחרון' האבן די קינדער פונעם מחבר צוגעלייגט אין יאר [[ה'תקע"ד]] - נאכן פטירה פונעם מחבר,{{הערה|שם=נזר התניא|1=נזר התניא, פרק שמיני. מפתח העניינים לספר התניא. און נאך}} אין דריק פון וילנה אין יאר [[ה'תר"ס]] האט מען צוגעלייגט נאך השלמות פון די בריוון{{הערה|שם=אגק|נאך השלמות זענען געדרוקט אין ספר 'אגרות קודש' פון אלטן רבי'ן, ברוקלין [[ה'תשע"ב]]. }}.
קונטרס אחרון ווערט געווענליך גערעכנט אין כלל פון אגרת הקודש, וואס איז דער פערטער און לעצטער פון די חלקים פון תניא.


[[קובץ:Tania.JPG|שמאל|ממוזער|220pxבילד פונעם ערשטן שער פונעם ספר ספרוואס איז צוגעלייגט 'אגרת התשובה' און 'קונטרס אחרון' ([[זאלקווא]] [[ה'תקס]])
==גדולי ישראל אויפן ספר==
]]
==== די התנגדות ====
ווען דער ספר איז ערשינען, איז [[רבי אברהם פון קאליסק|רבי אברהם קאליסקער]], א נאנטער פריינט פון דער בעל התניא, ארויסגעקומען אנטקעגן דעם ספר מיט די טענה אז נישט דאס איז דער דרך החסידות{{הערה|אגרות קודש לרבי שניאור זלמן, נספחים 22 - 23, עמוד תצ"ח}}, און אז זייערע רבי'ס - דהיינו דער [[מעזריטשער מגיד]] און [[רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק]] - פלעגן אכט געבן אז פאר רוב חסידים האבן זיי נאר גערעדט דברי מוסר און אמונת חכמים, ווייל פנימיות התורה, ווי דאס וואס ווערט דערמאנט אין ספר, דארף מען רעדן נאר פאר בני עלייה{{הערה|אגרות קודש סוף ספר [[פרי הארץ]], אגרת מ"ו}}. די מחלוקת האט זיך פארגרעסערט מיט דער צייט און נאך צדיקים זענען געווארן אריינגעמישט, ווי [[רבי ברוך פון מעזשיבוזש]] און [[רבי אשר פון סטאלין]]. ווען [[רבי נחמן פון ברסלב]] האט באזוכט אין ארץ ישראל, אין יאר [[ה'תקנ"ט]] (1799 למנינם), האט ער פרובירט צו מאכן שלום{{הערה|שבחי הר"ן, סימן כ'; חיי מוהר"ן, סימן ט'}}.
 
ארום פופצן משפחות פון חב"ד וועלכע האבן געוואוינט אין [[טבריה]] האבן זיך געצויגן צוליב די מחלוקת קיין [[חברון]], וואו זיי האבן אויפגעשטעלט דער [[חב"ד]]'סקער געגנט{{הערה|זעט: ח' שטימן כ"ץ, '''ראשיתן של עליות החסידים''', [[יד בן צבי]], עמ' 111}}.
 
==== די שעצונג ====
פון די צווייטע זייט, האט דער ספר באקומען אסאך שעצונג פון אנדערע חסיד'ישע גדולים. לויט ווי מען פארציילט אין חב"ד, האט זיך [[רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב]] אנגערופן ווען ער האט געזען דעם ספר: "איך וואונדער זיך וויאזוי מען קען אריינלייגן אזא גרויסן באשעפער אין אזא קליין ספר"{{הערה|שמועס פון רבי'ן פון ליובאוויטש, כ"ד טבת תשל"ט; אגרות בעל התניא ובני דורו, עמוד קס"ט}}; [[רבי ברוך פון מעזשיבוזש]] האט געזאגט: "תניא איז דער ספר פארן שכל"{{הערה|בית רבי פרק כ"א הערה ד'}}; [[רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא)|דער אוהב ישראל פון אפטא]] האט געזאגט: "אויך אונזערע עלטערן, [[אברהם]] [[יצחק]] און [[יעקב]], האבן זיך געפירט לויט דער דרך וואס עס שטייט אין תניא"{{הערה|הקדמה צו [[אמרי יוסף]], מאמר שביעי אות י'}}; [[רבי ישראל האפשטיין|דער קאזשניצער מגיד]] פלעגט דערין לערנען יעדן טאג אנגעטון מיט די [[תפילין דרבינו תם]], זאגנדיג אז עס איז א ספר פון [[גן עדן]]{{הערה|[[רבי שמעון זעליכאווער]], '''נהרי אש''', עמוד רי"ג}}; [[רבי מנחם מענדיל מארגנשטערן|רבי מנחם מענדל פון קאצק]] האט זיך אויסגעדרוקט אז דער ספר איז אלוקות{{הערה|אמת ואמונה, עמוד ק"פ}}. אפילו ביי אזא נישט-חסיד'ישער גדול ווי [[רבי עקיבא אייגער]] פלעגט ליגן דער ספר אויפן טיש{{הערה|אגרות סופרים עמ' 56, בשם זיין איידעם}}. לויט געוויסע, האט אויך [[רבי חיים וואלאזשינער]] דורכגעלערנט דעם ספר התניא און דערפון אנגענומען פילע פרטים פון זיין שיטה{{הערה|תורה שלמה חלק שמיני, מילואים עמוד רמ"ט. זעט אויך: קובץ היכל העש"ט, גליון ה' (כסלו תשס"ד), עמוד כ}}.


==גדולי ישראל אויפן ספר==
אין חב"ד בפרט איז עס באזונדער געשעצט. דער [[ריי"ץ]] פלעגט עס רופן 'דער תורה שבכתב פון חסידות'{{הערה|אגרות קודש להריי"צ, חלק ד' עמוד רס"א}}. אין חב"ד לערנט מען שוין דעם ספר פון יונגערהייט, און עס איז אנגענומען אז עס איז א סגולה אויף: [[אמונה]] און באשיצן פון מחשבות זרות און הרהורי כפירה{{הערה|אגרות קודש, חלק ו' עמוד קכ"ג}}; ווי [[קטורת]] קעגן אלע רוחניות'דיגע מגפות{{הערה|קיצורים והערות לספר לקוטי אמרים, עמוד קכ"ה}}; שפע ברכה און הצלחה{{הערה|קיצורים והערות לספר לקוטי אמרים, עמוד קכח}}. די רבי'ס פון חב"ד האבן געזאגט אז מען זאל מיטנעמען דעם ספר וואוהין מען פארט, אלס סגולה צו שמירה און הצלה{{הערה|זעט: אגרות קודש חלק י"ג אגרת ד'תרמט; אגרות קודש חלק י"ט אגרת ז'רסח; ליקוט מענות תשנ"ב, מענה של"א}}.
====== די התנגדות ======
 
נאך וואס עס איז ארויס געקומען דער ספר, איז ארויס [[רבי אברהם פון קאליסק|רבי אברהם קאליסקער]] דער בעל התניא'ס נאנטער פריינד, אנטקעגן דעם ספר און האט געטאנעט אז נישט דאס איז דער דרך החסידות{{הערה|אגרות קודש לרבי שניאור זלמן נספחים 22 - 23, עמ' תצ"ח.}}. ער האט געטאנעט אז די רבי'ס - דהיינו דער [[מזריטשער מגיד]] און [[רבי מנחם מנדל פון וויטבסק]] "פלעגן אכטונג געבן אז פאר רוב חסידים האבן זיי גערעדט נאר דברי מוסר און אמונת חכמים" {{ביאור|אין מקור אויף לשון הקודש: שהיו נשמרים ונזהרים מאד בדבריהם שלא להשמיע לרוב החסידים ורובם ככולם, כי אם בדרך [[מוסר]] ולהכניסם בברית [[אמונת חכמים]]}}. ער האט געהאלטן אז רוב חסידות דארף זיין געבויט אויף 'אמונת חכמים' און [[יראת שמים]], אבער סודות התורה, וואס דאס האט דער 'בעל התניא' געשריבן אין ספר, דארף מען רעדן נאר פאר בני עלייה{{הערה|אגרות קודש שנדפסו בסוף ספר [[פרי הארץ]], אגרת נז.}}. דער מחלוקת איז זייער גרויס געווארן אין נאך צדיקים זענען אריינגעמישט געווארן, ווי [[רבי ברוך מעזשביזשער]] און [[רבי אשר פרלוב (הראשון)|רבי אשר פון סטולין]], אבער [[רבי לוי יצחק פון ברדיצ'וב]] איז יא געגאנגן מיטן 'בעל התניא'{{הערה|אגרות בעל התניא ובני דורו עמ' קסט.}}. און [[רבי נחמן מברסלב]] האט פראבירט מאכן שלום צווישן זיי ביי זיין באזוך אין ארץ ישראל אין יאר תקנ"ט ([[1799|1799 למנינם]]){{הערה|שבחי הר"ן, סימן כ'. חיי מוהר"ן סימן ט}}. {{ביאור|צוליב די מחלוקת איז אריבער בערך-15 משפחות פון חב"ד וואס האבן געווינט אין [[טבריה]] צו [[חברון]], אין געבויעט דארט די [[חב"ד]]'סקער געגנט, {{הערה|ראו גם: ח' שטימן כ"ץ, '''ראשיתן של עליות החסידים''', [[יד בן צבי]], עמ' 111}}}}.
==אויפלאגעס און ביאורים==
איידער דער ספר איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל, פלעגן די חסידים זיך אליין נאכשרייבן העתקות דערפון. אבער וויבאלד עס זענען געשאפן געווארן אסאך טעותים צוליב די פילע העתקות{{ביאור|אין חב"ד פארציילט מען, אז עס זענען אויך געווען דירעקטע זיופים דורך די מתנגדים אויף חסידות, און אז דערפאר שטייט אין די הסכמה פון [[רבי משולם זושא פון האניפאלי]] און אין הקדמה פונעם מחבר "סופרים '''משונים'''"{{הערה|הרב יוסף וויינבערג, '''שיעורים בספר התניא''', [https://he.chabad.org/library/article_cdo/aid/535537 הסכמות]; דארט, [https://he.chabad.org/library/article_cdo/aid/535540 הקדמת המלקט]}}.}}, האט רבי שניאור זלמן מחליט געווען צו דרוקן דעם ספר{{הערה|'''לקוטי אמרים תניא''', הסכמת [[רבי משולם זושא פון האניפאלי]]; דארט, הקדמת המלקט}}. דער מחבר האט צום ערשטן מאל געדרוקט דעם ספר אין [[זיטאמיר-סלאוויטא דרוק|סלאוויטא]] אין יאר [[ה'תקנ"ז]], אבער דארט איז נאר געדרוקט געווארן די ערשטע צוויי חלקים, לקוטי אמרים און שער היחוד והאמונה. אין יאר תקס"ה איז עס געווארן איבערגעדרוקט דורכן מחבר אין זאלקווא, און ביי די אויפלאגע איז צוגעלייגט געווארן א צווייטע מהדורא פון אגרת התשובה צום ספר, נאך וואס א ערשטע ווערסיע דערפון איז שוין געווארן געדרוקט באזונדער אין יאר תקנ"ט. אין יאר [[ה'תקע"ד]], א קורצע צייט נאך די פטירה פונעם מחבר, האבן זיינע קינדער צוגעלייגט די לעצטע צוויי חלקים, אגרת הקודש און קונטרס אחרון{{הערה|שם=נזר התניא|1=נזר התניא, פרק שביעי; מפתח העניינים לספר התניא; און נאך}}. דערנאך איז עס געדרוקט געווארן נאך צענדליגע מאל.


====== די הערצה ======
אין יאר תר"ס איז דער ספר געדרוקט געווארן דורך [[דפוס ראם]] אין ווילנא. אין די אויפלאגע האט מען מגיה געווען דעם גאנצן ספר לויט אריגינעלע כתבי ידות, און עס זענען צוגעלייגט געווארן נאך השלמות פון די בריוון. די רעכטן אויף די אויפלאגע זענען שפעטער געווארן פארקויפט פאר [[רבי שלום דובער שניאורסאהן]] פון [[ליובאוויטש (חסידות)|ליובאוויטש]], און אלע ווייטערדיגע דרוקן זענען קאפירט פון דעם דרוק.
מצד שני האט עס באקומען אסאך הערצה פון אנדערע חסיד'ישע גדולים, ווען [[רבי לוי יצחק פון ברדיצ'וב]] האט געזען דעם ספר האט ער זיך אנגערופן: "איך ווינדער זיך וויאזוי קען מען אריינלייגן אזא גרויסן באשעפער אין אזא קליין ספר"{{הערה|שמועס פון רבי'ן פון לובביץ', כ"ד בטבת תשל"ט}}, [[רבי ברוך'ל פון מעזיבוז]] האט געזאגט: אז "'תניא' איז דער 'ספר פארן שכל'" {{הערה|בית רבי פרק כ"א הערה ד'}}, דער [[אוהב ישראל]] (אפטער רב) האט געזאגט: "אויך אונזערע עלטערן [[אברהם]] [[יצחק]] און [[יעקב]] האבן זיך געפירט אין די דרך וואס עס שטייט אין 'תניא'", און אפילו ביי [[רבי עקיבא אייגער]] פלעגט ליגן דער ספר ביי אים אופן טיש{{הערה|אגרות סופרים עמ' 56 בשם זיין איידעם}}.


בפרט אין חב"ד איז עס זייער גרויס דער [[ריי"ץ]] פלעגט דאס רופן "תורה שבכתב פונעם חסידות", אין חב"ד לערנט מען שוין 'תניא' פון קליין, און עס איז מקובל אז האלטן דעם ספר מיט זיך איז א סגולה אויף: [[אמונה]] און [[מחשבות זרות]] און הרהורי כפירה{{הערה|[[אגרות קודש]] חלק ו' ע' קכג.}}, אהבת ה' און יראת ה' {{מקור}}, קטורת אויף אלע המגפות פון רוחניות{{הערה|[[קיצורים והערות לספר לקוטי אמרים]] ע' קכה.}}, שפע ברכה און הצלחה{{הערה|[[קיצורים והערות לספר לקוטי אמרים]] ע' קכח.}}, און הצלה און ישועה{{הערה|הרב שמואל נודל וואס האט געהערט פון זיין ברודער. זע "לקוטי ספורים" פרלוב הוצאה ראשונה ע' קסא.}}. די רבי'ס פון חב"ד האבן געזאגט אז מען זאל מיטנעמען דעם ספר ביי יעדע נסיעה אלס סגולה צו שמירה און הצלה{{הערה|<nowiki>לדוגמא אגרות קודש חלק י"ג אגרת ד'תרמט (במכונית, ביחד עם סידור ותהילים). אגרות קודש חלק י"ט אגרת ז'רסח (עם תהילים, ושיהיה לכל אחד הנוסעים, וגם ללמוד מתוכם). מענה משבט [תשנ"ב]] </nowiki>[[ליקוט מענות]] תשנ"ב מענה שלא (חת"ת).}}.
ביי חסידי חב"ד איז אנגענומען בשם דער מחבר, אז ביים שרייבן דעם ספר האט ער מדייק געווען אין יעדע ווארט און אפילו אין יעדע אות{{הערה|{{צ-בוך|שם=רשימת היומן|עמ=רלו|סדרה=תורת מנחם}}}}. אסאך ספרים זענען געשטעלט צו ערקלערן און פארברייטערן די רייד פון תניא, אריינגערעכנט: [[קונטרס ההתפעלות]] (פון [[מיטלער רבי]]); "נר מצווה ותורה אור - שער האמונה ושער היחוד" (פון מיטלער רבי); "דרך חיים" און "שער התשובה" - ספרים באזירט אויף "אגרת התשובה" אין תניא (פון מיטלער רבי); "שערי עבודה" און "שערי היחוד והאמונה" (פון [[רבי אהרן פון סטראשעלא]], א תלמיד מובהק פון דער בעל התניא); "קיצורים והערות לספר התניא" (פון דער [[רבי מנחם מענדל שניאורסאהן (צמח צדק)|צמח צדק]]); "מאמר האמנת אלקות" (אין ספר [[דרך מצותיך]], פון דער צמח צדק); "רשימות על התניא: מראי מקומות, הערות וציונים בספר של בינונים" (פון [[רבי מנחם מענדל שניאורסאהן]]).


==דרוק און ביאורים==
==צו ליינען מער==
פארן דרוקן פלעגן די חסידים זיך אליין נאכשרייבן ביכלעך. האבער וויבאלד עס איז אריינגעפאלן אסאך טעותים,{{ביאור|אין חב"ד איז מקובל, אז עס איז געווען וואס האבן דאס עכסטער פאדרייט (די מתנגדים אויף חסידות), און אז וועגן דעם שטייט אין הסכמה פון [[רבי זושא מאניפולי]] און אין הקדמה פונעם מחבר "סופרים ''משונים''" {{הערה|הרב יוסף ויינברג, '''שיעורים בספר התניא''', [https://he.chabad.org/library/article_cdo/aid/535537 הסכמות]; דארט, [https://he.chabad.org/library/article_cdo/aid/535540 הקדמת המלקט].}}}}.האט דער 'בעל התניא' מחליט געווען צו דריקן דעם ספר{{הערה|'''לקוטי אמרים – תניא''', הסכמת רבי [[משולם זוסיל מאניפאלי]]; שם, הקדמת המלקט.}} און דער 'בעל התניא' האט דאס געדריקט אין יאר [[ה'תקנ"ז]], אבער דארט איז נאר געדריקט געווארן די ערשטע דריי חלקים 'לקוטי אמרים' 'שער היחוד והאמונה' און 'אגרת התשובה', אין יאר [[ה'תקע]] - נאכן פטירה פונעם מחבר האבן די קינדער פונעם מחבר צוגעלייגט די לעצטע צווי חלקים 'אגרת הקודש' און 'קונטרס אחרון',{{הערה|שם=נזר התניא|1=נזר התניא, פרק שמיני. מפתח העניינים לספר התניא. און נאך}} אין דריק פון וילנה אין יאר [[ה'תר"ס]] האט מען צוגעלייגט נאך השלמות פון די בריוון{{הערה|שם=אגק}}.{{ש}}עס איז דא אפאר ספרים אין חב"ד וואס איז מיוסד אופן 'תניא' :'[[קונטרס ההתפעלות|קונטרס ההתפעלות']] (פון [[רבי דובער פון ליובאוויטש|מיטלער רבי]]), 'נר מצווה ותורה אור - שער האמונה ושער היחוד' (פון מיטלער רבי), 'דרך חיים' און 'שער התשובה' - ספרים וואס איז מבוסס אויף "אגרת התשובה" וואס איז אין תניא (פון מיטלער רבי), 'קיצורים והערות לספר התניא' פון [[רבי מנחם מנדל שניאורסאהן|צמח צדק]], 'מאמר האמנת אלקות', אין ספר [[דרך מצוותיך]] פון צמח צדק, [[רשימות (חב"ד)#רשימות על התניא|'מראי מקומות, הערות וציונים בספר של בינונים]]' ([[רבי מנחם מנדל שניאורסאהן]]). אזוי אויך די ספרים פון [[רבי אהרון פון סטרשלה]] זיין תלמיד מובהק 'שערי עבודה' און 'שערי היחוד והאמונה',
* [[יהושע מונדשיין]], '''תורת חב"ד ביבליוגרפיות''', ספרי אדמו"ר הזקן נבג"מ, לקוטי אמרים הוא ספר התניא, מהדורותיו תרגומיו וביאוריו, הוצאת קה"ת, כפר חבתשמ"ב
* אברהם שמואל בוקיעט, '''נזר התניא''', כפר חב"ד אדר תשס"ז
* אברהם שמואל בוקיעט, '''התניא - נחלת העם''', תשע"א
* יצחק נחמן שטראה און משה מרינובסקי, '''תולדות ספר התניא: כתיבתו, הדפסתו, התפשטותו''', ניו יארק תשע"ז


==דרויסנדע לינקס==
==דרויסנדיגע לינקס==
* [http://chabadlibrarybooks.com/49432 ספר התניא] , גבוי פון א ספר, אתר פון [[ספריית חב"ד]] מיט [[HebrewBooks]]
* {{היברובוקס|2=ספר התניא|3=49432|4=צורת הדף, ניו יארק תשט"ז|סופיקס=יא}}
* [https://www.chabadlibrary.org/books/adhaz/tanya/1/index.htm ספר התניא] אין טקסט, אין אתר ספריית חב"ד
* [https://www.chabadlibrary.org/books/adhaz/tanya/1/index.htm ספר התניא] אין טעקסט, אויפן וועבזייטל פון חב"ד ביבליאטעק
* [https://he.chabad.org/article.asp?aid=677822 השיעור היומי] מיט די פירוש "שיעורים בספר התניא", אין אתר "[[Chabad.org]]"
* [https://he.chabad.org/article.asp?aid=677822 דער שיעור היומי] מיט דער פירוש "שיעורים בספר התניא", אויף "Chabad.org"
* {{הספרייה הדיגיטלית||לקוטי אמרים-תניא|001351302|דפוס דב בר בן ישראל ודב בר בן פסח, סלויטה תקנ"ו}}
* {{הספרייה הדיגיטלית|2=לקוטי אמרים-תניא|3=001351302|4=ערשטער דרוק, סלאוויטא תקנ"ו}}
* [http://chabadlibrarybooks.com/24555 ספר התניא אין ערשטע דרוק], אתר שיתופי של [[ספריית חב"ד]] עם [[HebrewBooks]]


==נאטיצן==
==נאטיצן==
שורה 92: שורה 100:


{{חב"ד}}
{{חב"ד}}
[[קאטעגאריע:חסידישע ספרים]]
[[קאַטעגאָריע:חב"ד]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[קאַטעגאָריע:קבלה ספרים]]
[[קאַטעגאָריע:מחשבה ספרים]]
[[HE:ספר התניא]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:21, 8 יולי 2024

ליקוטי אמרים תניא
ספר התניא געדרוקט אין פאיד, מצרים סוף מלחמת יום הכיפורים, דורך חסידי חב"ד (הוצאה 78).
ספר התניא געדרוקט אין פאיד, מצרים סוף מלחמת יום הכיפורים, דורך חסידי חב"ד (הוצאה 78).
אלגעמיינע אינפארמאציע
דורך אדמו"ר הזקן
שפת המקור לשון הקודש
תורגם לשפות ענגליש, פראנצויזיש, רוסיש, אידיש, שפאניש, איטאליעניש, גרוזיניש, דייטש און העברעיש.
סוגה ספרי חסידות, חב"ד
הוצאה
הוצאה סלאוויטא
מספר עמודים 503
נאך אויסגאבעס
דאטום פון ערשטער אויסגאבע ה'תקנ"ז
דרויסנדיגע לינקס
היברובוקס 49432

ספר התניא, וואס ווערט אויך גערופן לקוטי אמרים אדער ספר של בינונים אויפן נאמען פונעם ערשטן חלק, איז א ספר יסוד אין חב"ד בפרט, און אין חסידות בכלל. עס איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל אין יאר ה'תקנ"ז אין סלאוויטא, דורכן מחבר, דער גרינדער פון חסידות חב"ד רבי שניאור זלמן פון לאדי. דער ספר ווערט גערופן "תניא" לויטן ווארט מיט וואס עס הייבט זיך אן, און אויף דעם נאמען ווערט דער מחבר גערופן דער "בעל התניא".

דער ספר דינט אלס דער ספר יסוד פון חסידות חב"ד, און אנטהאלט אנווייזונגען צום לעבן און עבודת הבורא, באזירט אויף געמיינזאמע ארבעט פון הארץ און מח. עס ווערן דערין אנאליזירט דריי סארט אידן - "צדיק", "רשע" און "בינוני", און דער מחבר שמועסט אויס דער וועג אין עבודת ה' פאר'ן "בינוני", וואס יעדער איד קען זיין (אנדערש ווי די מדריגה פון "צדיק", וואס איז נישט פאר יעדן).

דאס איז דער ערשטער ספר וואו עס זענען סיסטעמאטיש אראפגעשריבן געווארן די פרינציפן פון חסידות, און עס האט משפיע געווען אויך אויף די נישט-חסידישע וועלט. ווען דער ספר איז ארויס האט עס אויסגערופן א קאנטראווערסיע אויך אינערהאלב די חסיד'ישע קרייזן, וואס טייל האבן זיך קעגנגעשטעלט צום מהלך פון חב"ד, און בכלל צום פארשפרייטן טיפע חסידות אפענערהייט.

געבוי

דער נוסח פון שער בלאט איז געשריבן געווארן דורכ'ן מחבר. נאכדעם איז דא הסכמות פון רבי משולם זושא פון האניפאלי און רבי יהודה לייב הכהן וואס זיי האבן געגעבן פארן מחבר צום ערשטן דרוק; די הסכמה צו א נאכפאלגנדע דרוק פון די קינדער פונעם מחבר: דער מיטלער רבי, רבי חיים אברהם, און רבי משה. דערנאך קומט די "הקדמת המלקט", וואס איז א בריוו פונעם מחבר וואס ער האט צוגעפאסט אלס הקדמה צום ערשטן חלק, לקוטי אמרים.

ערשטער חלק: לקוטי אמרים

דאס איז דער עיקר חלק פון ספר, און דעם גאנצן ספר רופט מען אפט אויף דעם נאמען. ביים שער בלאט רופט דאס דער מחבר: "ספר של בינונים". ווארשיינליך צוליב באשיידנהייט באצייכנט ער דעם ספר אלס א "ליקוט" - "מלוקט מפי ספרים ומפי סופרים", טראץ וואס עס אנטהאלט א אריגינעלע און אייגנארטיגע צוגאנג. דער חלק איז געשטעלט אויפן פסוק "כי קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו", און במשך די פרקים ווערט אויספירליך ערקלערט יעדער ווארט פונעם פסוק.

ספר התניא געדרוקט אין תל אביב אין יאר תש"ג. די ערשטע מהדורא געדרוקט אין ארץ ישראל.

מען קען צעטיילן די 53 פרקים פון דעם חלק אין זעקס טיילן: א. ביאורים וואס איז דאס א בינוני (פרקים א'-י"ב); ב. די עבודה פון א בינוני (י"ג-כ"ה); ג. עצות אין עבודת השם (כ"ו-ל"ד); ד. דער רצון ה' אז עס זאל זיין א "דירה בתחתונים" (ל"ה-מ'), ה. אהבת השם (מ"א-נ'), ו. די מעלה פון טון מצוות דווקא אויף דער וועלט (נ"א-נ"ג). דרך אגב ווערט אויך ערקלערט אין ספר אנדערע נושאים אין עבודת השם אויפן דרך החסידות, ווי גאולה, אהבת ישראל, און נאך.

דער בינוני און זיין געראנגל

אין דעם חלק שטעלט פאר דער מחבר דאס געשטאלט פון א "בינוני", אלס א מדרגה צו וועלכע רוב מענטשן דארפן שטרעבן. אנדערש פון א "צדיק", וואס דינט דעם באשעפער מיט תענוג, איז דער בינוני פארנומען זיין גאנצן לעבן זיך צו ראנגלען. עס אמפערן זיך די צוויי נפשות וואס זענען אין אים - דער "נפש האלוקית" און דער "נפש הבהמית"[א].

דער נפש האלוקית איז א "חלק אלוקה ממעל ממש", און וויל נאר טון דעם רצון ה'. דער נפש הבהמית וויל די רצונות וואס אלע בעלי חיים ווילן, ווי עסן, שלאפן, און לעבן. יעדער פון די נפשות ציט דעם מענטש צו זיין זייט און וויל אליין געוועלטיגן אויפן גאנצן מענטש, "שתהא היא לבדה המושלת עליו ומנהיגתו, וכל האיברים יהיו סרים למשמעתה" (פרק ט').

דער נפש הבהמית ווערט אויך גערופן מיט די נעמען "הנפש הטבעית" אדער "החיונית", אויסצוקלארן אז דער נפש איז נישט דווקא שלעכט. אין נפש הבהמית פון א איד געפונט זיך נאטירליך אויך גוטע אייגנשאפטן, ווי רחמנות און גמילות חסדים. די אויפגאבע פון דער נפש האלוקית איז דעריבער נישט צו מבטל זיין דעם נפש הבהמית, נאר עס צו פאררעכטן.

זיג פון נפש האלוקית

דער מחבר געבט אפאר עצות, וויאזוי צו שטארקן דעם נפש האלוקית אז ער זאל געוועלטיגן אליין אויפן גוף. דער עיקר עצה איז "התבוננות". דער מחבר ערקלערט, אז דער עיקר פלאץ פונעם נפש הבהמית איז אינעם לינקן זייט פונעם הארץ, און דער נפש האלוקית רוהט בעיקר אין מח. וויבאלד "המוח שליט על הלב מתולדתו" (דאס הייסט, דער טבע פון א מענטש איז אז זיין מוח קען געוועלטיגן איבער זיין הארץ), דארף דער בינוני משקיע זיין אלע כוחות פון זיין שכל צו אריינקלערן אין די גרויסקייט פון די מעשים פון באשעפער. די התבוננות וועט משפיע זיין אויפן הארץ, וואס דארט איז דער נפש הבהמית, און ער וועט אויך וועלן טון דעם רצון השם.

אויך ווערט פארגעשטעלט דער כח פון תורה און מצוות, איבערצודרייען דעם נפש הבהמית און דעם גוף, אז זיי זאלן העלפן טון דעם רצון השם.

צווייטער חלק: חינוך קטן - שער היחוד והאמונה

דער צווייטער חלק הייבט זיך אן מיט א הקדמה וואס רופט זיך "חינוך קטן", וואס רעדט איבער די אהבה וואס א איד וועקט אויף אין זיין הארץ צום באשעפער. דער מחבר ערקלערט אז עס איז פארהאן "אהבה עצמית" אין יעדער איד פון זיין נשמה, און עס איז פארהאן "אהבה שבלב" וואס מען ברענגט זיך דערצו דורך די אייגענע מחשבות. כאטש די אהבה עצמית איז א העכערע דרגה, פארט דארף מען ארבעטן צו אויפוועקן אייגענע אהבה צוליב עטליכע טעמים. דער וועג איז דורך אמונה, וואס דאס איז דער תוכן פון "שער היחוד והאמונה".

אין די 12 פרקים פון שער היחוד והאמונה ווערט אויסגעשמועסט די שיטה פונעם בעל שם טוב אז אחדות השם באדייט נישט בלויז אז עס איז נישטא נאך א גאט אדער א פארמיטלער צווישן אונז און השי"ת, נאר אז דער גאנצער בריאה איז נאר א חלק פונעם התגלות האלוקית. דער מחבר בארירט יסודות'דיגע נושאים אין אידישקייט און קבלה, ווי דער באקאנטער פולמוס איבער דער "צמצום".

צוערשט האט דער מחבר געוואלט אנהייבן דעם ספר מיט דעם חלק[ב], ווייל כדי צו אנקומען צו אהבת השם און יראת השם, וואס דאס איז דער תוכן פונעם ערשטן חלק, דארף מען קודם אמונה אין יחוד השם - וואס דאס איז דער תוכן פון שער היחוד והאמונה[1]. אבער שוין ביים ערשטן דרוק האט דער מחבר אויפגעטוישט דעם סדר פון די צוויי חלקים[ג], צוליב באהאלטענע טעמים[2].

דריטער חלק: אגרת התשובה

א בילד פון שער בלאט פון די ערשטע מהדורא וואס האט אנטהאלטן דעם אגרת התשובה (זאלקווא ה'תקס"ה)

אין די 12 פרקים פון אגרת התשובה איז דער מחבר מבאר די מצוה פון תשובה, אין הלכה און חסידות. לויט ווי ער שרייבט איז תשובה נישט נאר אויף עבירות, נאר עס באדייט אז דער איד דערנענטערט זיך צום באשעפער, ווי עס שטייט אין פסוק "והרוח תשוב אל האלוקים אשר נתנה". מען קען נישט תשובה טון אויף איין באזונדערע עבירה, אן תשובה טון אין אלגעמיין און צוריקקערן דעם גאנצן מענטש. דרך אגב איז ער אויך מבאר די סוגיות פון תעניתים און סיגופים על-פי התורה, און נאך.

די צוועלף פרקים קען מען צעטיילן אין דריי חלקים: אין די ערשטע דריי פרקים (א-ג) איז ער מבאר תשובה על פי נגלה; די קומענדיגע פינף (ד-ח) ערקלערן תשובה על פי חסידות; אין די לעצטע פיר (ט-י"ב) איז ער משלב דעם חסיד'ישן ביאור מיטן נגלה'דיגן ביאור.

פערטער חלק: אגרת הקודש און קונטרס אחרון

אגרת הקודש

דער חלק אנטהאלט 32 סימנים, וואס 26 פון זיי זענען כלליות'דיגע בריוון פונעם מחבר און די אנדערע זעקס זענען איבער ענינים פון חסידות. די סימנים באהאנדלען אסאך נושאים, צווישן זיי ביאורים אין מאמרים פון ספר הזוהר, סוגיות אין קבלת האר"י, בקשות צו שטיצן די אידן פון ארץ ישראל, און אויף צדקה בכלל, חיזוק אין עבודת השם, און נאך.

קונטרס אחרון

דער חלק באשטייט פון ניין סימנים. אין די ערשטע פינף זענען פארהאן עיונים און ערקלערונגען בנוגע צו סתירות אין זוהר און קבלה, וואס דער מחבר האט געשריבן אין די צייט וואס ער האט פארפאסט דעם ספר התניא. די לעצטע דריי זענען בריוון פונעם מחבר.

קונטרס אחרון ווערט געווענליך גערעכנט אין כלל פון אגרת הקודש, וואס איז דער פערטער און לעצטער פון די חלקים פון תניא.

גדולי ישראל אויפן ספר

די התנגדות

ווען דער ספר איז ערשינען, איז רבי אברהם קאליסקער, א נאנטער פריינט פון דער בעל התניא, ארויסגעקומען אנטקעגן דעם ספר מיט די טענה אז נישט דאס איז דער דרך החסידות[3], און אז זייערע רבי'ס - דהיינו דער מעזריטשער מגיד און רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק - פלעגן אכט געבן אז פאר רוב חסידים האבן זיי נאר גערעדט דברי מוסר און אמונת חכמים, ווייל פנימיות התורה, ווי דאס וואס ווערט דערמאנט אין ספר, דארף מען רעדן נאר פאר בני עלייה[4]. די מחלוקת האט זיך פארגרעסערט מיט דער צייט און נאך צדיקים זענען געווארן אריינגעמישט, ווי רבי ברוך פון מעזשיבוזש און רבי אשר פון סטאלין. ווען רבי נחמן פון ברסלב האט באזוכט אין ארץ ישראל, אין יאר ה'תקנ"ט (1799 למנינם), האט ער פרובירט צו מאכן שלום[5].

ארום פופצן משפחות פון חב"ד וועלכע האבן געוואוינט אין טבריה האבן זיך געצויגן צוליב די מחלוקת קיין חברון, וואו זיי האבן אויפגעשטעלט דער חב"ד'סקער געגנט[6].

די שעצונג

פון די צווייטע זייט, האט דער ספר באקומען אסאך שעצונג פון אנדערע חסיד'ישע גדולים. לויט ווי מען פארציילט אין חב"ד, האט זיך רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב אנגערופן ווען ער האט געזען דעם ספר: "איך וואונדער זיך וויאזוי מען קען אריינלייגן אזא גרויסן באשעפער אין אזא קליין ספר"[7]; רבי ברוך פון מעזשיבוזש האט געזאגט: "תניא איז דער ספר פארן שכל"[8]; דער אוהב ישראל פון אפטא האט געזאגט: "אויך אונזערע עלטערן, אברהם יצחק און יעקב, האבן זיך געפירט לויט דער דרך וואס עס שטייט אין תניא"[9]; דער קאזשניצער מגיד פלעגט דערין לערנען יעדן טאג אנגעטון מיט די תפילין דרבינו תם, זאגנדיג אז עס איז א ספר פון גן עדן[10]; רבי מנחם מענדל פון קאצק האט זיך אויסגעדרוקט אז דער ספר איז אלוקות[11]. אפילו ביי אזא נישט-חסיד'ישער גדול ווי רבי עקיבא אייגער פלעגט ליגן דער ספר אויפן טיש[12]. לויט געוויסע, האט אויך רבי חיים וואלאזשינער דורכגעלערנט דעם ספר התניא און דערפון אנגענומען פילע פרטים פון זיין שיטה[13].

אין חב"ד בפרט איז עס באזונדער געשעצט. דער ריי"ץ פלעגט עס רופן 'דער תורה שבכתב פון חסידות'[14]. אין חב"ד לערנט מען שוין דעם ספר פון יונגערהייט, און עס איז אנגענומען אז עס איז א סגולה אויף: אמונה און באשיצן פון מחשבות זרות און הרהורי כפירה[15]; ווי קטורת קעגן אלע רוחניות'דיגע מגפות[16]; שפע ברכה און הצלחה[17]. די רבי'ס פון חב"ד האבן געזאגט אז מען זאל מיטנעמען דעם ספר וואוהין מען פארט, אלס סגולה צו שמירה און הצלה[18].

אויפלאגעס און ביאורים

איידער דער ספר איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל, פלעגן די חסידים זיך אליין נאכשרייבן העתקות דערפון. אבער וויבאלד עס זענען געשאפן געווארן אסאך טעותים צוליב די פילע העתקות[ד], האט רבי שניאור זלמן מחליט געווען צו דרוקן דעם ספר[20]. דער מחבר האט צום ערשטן מאל געדרוקט דעם ספר אין סלאוויטא אין יאר ה'תקנ"ז, אבער דארט איז נאר געדרוקט געווארן די ערשטע צוויי חלקים, לקוטי אמרים און שער היחוד והאמונה. אין יאר תקס"ה איז עס געווארן איבערגעדרוקט דורכן מחבר אין זאלקווא, און ביי די אויפלאגע איז צוגעלייגט געווארן א צווייטע מהדורא פון אגרת התשובה צום ספר, נאך וואס א ערשטע ווערסיע דערפון איז שוין געווארן געדרוקט באזונדער אין יאר תקנ"ט. אין יאר ה'תקע"ד, א קורצע צייט נאך די פטירה פונעם מחבר, האבן זיינע קינדער צוגעלייגט די לעצטע צוויי חלקים, אגרת הקודש און קונטרס אחרון[21]. דערנאך איז עס געדרוקט געווארן נאך צענדליגע מאל.

אין יאר תר"ס איז דער ספר געדרוקט געווארן דורך דפוס ראם אין ווילנא. אין די אויפלאגע האט מען מגיה געווען דעם גאנצן ספר לויט אריגינעלע כתבי ידות, און עס זענען צוגעלייגט געווארן נאך השלמות פון די בריוון. די רעכטן אויף די אויפלאגע זענען שפעטער געווארן פארקויפט פאר רבי שלום דובער שניאורסאהן פון ליובאוויטש, און אלע ווייטערדיגע דרוקן זענען קאפירט פון דעם דרוק.

ביי חסידי חב"ד איז אנגענומען בשם דער מחבר, אז ביים שרייבן דעם ספר האט ער מדייק געווען אין יעדע ווארט און אפילו אין יעדע אות[22]. אסאך ספרים זענען געשטעלט צו ערקלערן און פארברייטערן די רייד פון תניא, אריינגערעכנט: קונטרס ההתפעלות (פון מיטלער רבי); "נר מצווה ותורה אור - שער האמונה ושער היחוד" (פון מיטלער רבי); "דרך חיים" און "שער התשובה" - ספרים באזירט אויף "אגרת התשובה" אין תניא (פון מיטלער רבי); "שערי עבודה" און "שערי היחוד והאמונה" (פון רבי אהרן פון סטראשעלא, א תלמיד מובהק פון דער בעל התניא); "קיצורים והערות לספר התניא" (פון דער צמח צדק); "מאמר האמנת אלקות" (אין ספר דרך מצותיך, פון דער צמח צדק); "רשימות על התניא: מראי מקומות, הערות וציונים בספר של בינונים" (פון רבי מנחם מענדל שניאורסאהן).

צו ליינען מער

  • יהושע מונדשיין, תורת חב"ד ביבליוגרפיות, ספרי אדמו"ר הזקן נבג"מ, לקוטי אמרים הוא ספר התניא, מהדורותיו תרגומיו וביאוריו, הוצאת קה"ת, כפר חב"ד תשמ"ב
  • אברהם שמואל בוקיעט, נזר התניא, כפר חב"ד אדר תשס"ז
  • אברהם שמואל בוקיעט, התניא - נחלת העם, תשע"א
  • יצחק נחמן שטראה און משה מרינובסקי, תולדות ספר התניא: כתיבתו, הדפסתו, התפשטותו, ניו יארק תשע"ז

דרויסנדיגע לינקס

נאטיצן

  1. דער כלל איז אז א צדיק האט שוין נישט קיין שלעכטע נייגונגען; א בינוני האט נאך יא, אבער ער שטארקט זיך איבער זיי; און א רשע געבט זיך נאך זיינע שלעכטע רצונות.
  2. לויט הרב פרץ יצחקי (ספר "הרב", תשע"ה, עמוד שסא) איז שער היחוד והאמונה געשריבן געווארן נאכן ערשטן חלק, און מען האט עס נאר געוואלט דרוקן די ערשטע. לויט הרב נחום גרינוואלד (דארט, עמוד שסו) איז עס אויך געשריבן געווארן פריער.
  3. א רמז איז געבליבן צום אריגינעלן פלאן, מיט דעם וואס אין צווייטן חלק איז געדרוקט דער לשון "כמו שיתבאר" ווען דער מחבר באציט זיך צו עפעס ערקלערט אין ערשטן חלק, און נישט "כמו שנתבאר".
  4. אין חב"ד פארציילט מען, אז עס זענען אויך געווען דירעקטע זיופים דורך די מתנגדים אויף חסידות, און אז דערפאר שטייט אין די הסכמה פון רבי משולם זושא פון האניפאלי און אין הקדמה פונעם מחבר "סופרים משונים"[19].

רעפערענצן

  1. לקוטי שיחות כ"ה עמוד 200
  2. אגרות קודש כ"ב עמוד שצט. זעט אפאר השערות: "הלקח והלבוב", עמוד ר; "נר למשיחי" עמוד לח; "הרב", עמוד שעד והערה 29
  3. אגרות קודש לרבי שניאור זלמן, נספחים 22 - 23, עמוד תצ"ח
  4. אגרות קודש סוף ספר פרי הארץ, אגרת מ"ו
  5. שבחי הר"ן, סימן כ'; חיי מוהר"ן, סימן ט'
  6. זעט: ח' שטימן כ"ץ, ראשיתן של עליות החסידים, יד בן צבי, עמ' 111
  7. שמועס פון רבי'ן פון ליובאוויטש, כ"ד טבת תשל"ט; אגרות בעל התניא ובני דורו, עמוד קס"ט
  8. בית רבי פרק כ"א הערה ד'
  9. הקדמה צו אמרי יוסף, מאמר שביעי אות י'
  10. רבי שמעון זעליכאווער, נהרי אש, עמוד רי"ג
  11. אמת ואמונה, עמוד ק"פ
  12. אגרות סופרים עמ' 56, בשם זיין איידעם
  13. תורה שלמה חלק שמיני, מילואים עמוד רמ"ט. זעט אויך: קובץ היכל העש"ט, גליון ה' (כסלו תשס"ד), עמוד כ"ה
  14. אגרות קודש להריי"צ, חלק ד' עמוד רס"א
  15. אגרות קודש, חלק ו' עמוד קכ"ג
  16. קיצורים והערות לספר לקוטי אמרים, עמוד קכ"ה
  17. קיצורים והערות לספר לקוטי אמרים, עמוד קכח
  18. זעט: אגרות קודש חלק י"ג אגרת ד'תרמט; אגרות קודש חלק י"ט אגרת ז'רסח; ליקוט מענות תשנ"ב, מענה של"א
  19. הרב יוסף וויינבערג, שיעורים בספר התניא, הסכמות; דארט, הקדמת המלקט
  20. לקוטי אמרים תניא, הסכמת רבי משולם זושא פון האניפאלי; דארט, הקדמת המלקט
  21. נזר התניא, פרק שביעי; מפתח העניינים לספר התניא; און נאך
  22. רשימת היומן, תורת מנחם, עמ' רלו