אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יוחנן הורקנוס דער ערשטער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
 
שורה 29: שורה 29:
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:יוחנן הורקנוס הראשון]]
[[he:יוחנן הורקנוס הראשון]]
[[קאַטעגאָריע:כהנים פון תקופת בית שני]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 07:51, 27 יוני 2024

יוחנן הורקנוס דער ערשטער, איז געווען הערשער איבער ארץ יהודה, פון די חשמונאים דינאסטיע, אויך איז ער געווען כהן גדול. א זון פון שמעון התרסי, און אן אייניקל פון מתתיהו הכהן. ער האט געהערשט איבער די אידן, פון יאר 134 איידער די ציווילע ציילונג, ביז 104 יאר א"צ.

לויט טייל פארשער, איז ער יוחנן וואס איז געווען כהן גדול אכציג יאר, און געווארן א צדוקי אויף דער עלטער.

שמעון איז געווען דער לעצטער זון פון מתתיהו וואס איז געבליבן לעבן, און די סנהדרין, און די פאלקס עלטסטע, האבן אים אויסגעקליבן אלס הערשער און כהן גדול, וואס וועט אריבערגיין בירושה צו זיינע קינדער. אין די יארן פון שמעונס הערשאפט, האבן זיך די חשמונאים אפגעגעבן אסאך מיט מלחמות, קעגן די סעלוקן, און מיט די גויישע שכנים אין ארץ ישראל, ווי אויך איבערבויען די יידישע לאנד. אין איינע פון די מלחמות, ווי אנטיוכוס סידעטס האט געשיקט זיין ארמיי קעגן די יידישע מיליטער, נאכן פארלאנגען פון שמעון אפצוגעבן די פעסטונג אין ירושלים, און אנדערע שטעט וואס שמעון האט איינגענומען, שמעון האט געשיקט זיינע קינדער יוחנן מיט יהודה, קעגן די סולעקישע ארמיי, און זיי האבן באזיגט די פיינט.

אנטיוכוס, האט נאך די דורכפאל, אנגעקניפט פארבינדונגען מיט שמעונס איידעם תלמי, הערשער איבער יריחו. און אים צוגערעדט ער זאל אומברענגען זיין שווער, תלמי האט צוגעגרייט א סעודה פאר זיין שווער, און אינמיטן סעודה האט תלמי אומגעברענגט שמעון, און צוויי זון פון שמעון, יהודה און מתתיהו וואס זענען אויך דארט געווען.

יוחנן איז דעמאלט געווען מיט די מיליטער אין גזר, און גלייך ווי ער האט געהערט וואס עס האט פאסירט, איז ער געפארן קיין ירושלים, איבערצונעמען די הערשאפט. תלמי האט געבעטן פון אנטיוכוס, ער זאל אים שיקן סאלדאטן אים ארויסצוהעלפן, אבער די הילף האט זיך פארזוימט. תלמי איז אנטלאפן און זיך באזעצט אין א פעסטונג נישט ווייט פון יריחו, יוחנן איז געקומען מיט די מיליטער באלאגערן די פעסטונג, תלמי אבער האט געהאט מיט זיך יוחננס מאמע, און א ברודער וואס זענען געבליבן לעבן, און יעדע מאל ווען יוחנן האט זיך געגרייט צו אייננעמען די פעסטונג, האט תלמי ארויס געברענגט יוחננס מאמע און ברודער, און זיי געפייניקט, אין די ענדע האט ער זיי אומגעברענגט, און באוויזן צו אנטלויפן קיין פילאדעלפיע, אמאן (יארדן) פון היינט.

אנטיוכוס האט געשיקט זיין מיליטער קעגן יהודה, און יוחנן האט זיך געמוזט אפגעבן מיט דעם. נאכן באלאגערן ירושלים, און יידישע משכונות זענען גענומען געווארן צו דמשק, ווי אויך ריזיקע פארמעגנס, זענען צוגענומען געווארן פון יהודה, יוחנן האט זיך געמוזט פארפליכטן פאר אנטיוכוס, צו שיקן סאלדאטן ווען אימער אנטיוכוס וועט זיי דארפן. אזוי האט עס אנגעהאלטן, ביז אנטיוכוס איז געשטארבן, אין א קריג אין יאר 129-. דעמאלט האט יוחנן פארשטארקט די יידישע זעלבסטשטענדיגקייט, און מער נישט זיך געפארכט פון די יוונים, ווייל אנטיוכוס' נאכפאלגער, זענען נישט געווען שטארק, און האבן קיין כח נישט געהאט, צו גיין אין א מלחמה קעגן יהודה. יוחנן האט דעמאלט געלאזט גיסן מטבעות, די ערשטע עס צו טון, זינטן חורבן פון ערשטע בית המקדש.

יוחנן האט אנגעפירט א רייע מלחמות, קעגן די שכנים פון יהודה, ער האט איינגענומען אדום, די שומרון, און חרוב געמאכט זייער טעמפל אויף הר גריזים, ווי אויך אויף די אנדערע זייט ירדן טייך, האט ער איינגענומען שטחים. ער איז אנגעקומען ביז צום אונטער גליל, און די יזרעאל טאל. ער האט אויך איינגענומען בית שאן.

יוחנן האט מגייר געווען די אדומים, אנדערש ווי זיין טאטע וואס וואלט זיי פארטריבן, די אורזאך צו דעם איז ווארשיינליך, ווייזן די כח פון די אידן.

יוחנן איז געווען זייער אקטיוו, אין די אויסערן פאליטיק קעגן די סעלוקן, מיט פרובירן שאפן מיליטערישע בונדן און פאקטן קעגן זיי, ער האט זיך געוואנדן צו קליינע קעניגרייכן, און צו די גרויסע, ווי די רוימישע אימפעריע, און תלמי קעניג פון עגיפטן, רוים האט זיך פארפליכטעט צו באשיצן די יידישע פארטן.

אין די צייטן פון יוחנן, זענען די פארטייען צווישן די אידן געווארן שטארק, די פרושים, און די צדוקים, און נאך אנדערע, יוחנן איז אבער געווען פראגמאטיש, און נישט געלאזט די צוויי זייטן זיך ארומקריגן צופיל, ווי עס געווען שפעטער איבערהויפט אין אלכסנדר ינאיס צייטן.

יוחנן האט ווען ער איז געשטארבן, איבערגעלאזט די קעניגרייך אין ירושה פאר זיין ווייב, זיין זון יהודה אריסטובולוס דער ערשטער, האט אבער פארכאפט די מאכט, און איינגעזעצט זיין מאמע און זיינע ברודערס, אויסער אנטיגונוס דער ערשטער, וועם ער האט געשטעלט אלס הויפט גענעראל. יהודה איז געווען הערשער און כהן גדול.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!