אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פרשת משפטים"
ק (החלפת טקסט – "|קצר=כן" ב־"") |
ק (החלפת טקסט – "[[קובץ:" ב־"[[טעקע:") |
||
| שורה 25: | שורה 25: | ||
==פרשה אינהאלט== | ==פרשה אינהאלט== | ||
[[ | [[טעקע:Davis The Covenant Confirmed.jpg|שמאל|ממוזער|300px|די בונד פון די אידן מיטן באשעפער, געמאלן דורך דזשאן סטיפל דעיוויס]] | ||
נאך די [[מעמד הר סיני]], וואו ס'זענען געגעבן געווארן פאר כלל ישראל די [[עשרת הדברות]], געבט דער באשעפער פאר כלל ישראל דורך משה רבינו נאך א לאנגע ליסטע פון מצוות און דינים<ref>אזוי קומט אויס פון די סדר הפרשיות, אבער טייל [[מפרשים]] לערנען אז די אלע דינים פון פרשה זענען געגעבן געווארן אין [[מרה]], אזוי אויך זענען דא וואס לערנען אז זיי זענען א זאמלונג פון מצוות און דינים וואס זענען געזאגט געווארן אין פארשידענע אומשטענדן און פלעצער, און זענען נאר געשריבן געווארן צוזאמען דא.</ref>. דאס מערהייט פון די מצוות זענען איבער די געזעצן וואס זענען נוגע צווישן א מענטש און זיין פריינד, צווישן זיי ווי פאלגנד: | נאך די [[מעמד הר סיני]], וואו ס'זענען געגעבן געווארן פאר כלל ישראל די [[עשרת הדברות]], געבט דער באשעפער פאר כלל ישראל דורך משה רבינו נאך א לאנגע ליסטע פון מצוות און דינים<ref>אזוי קומט אויס פון די סדר הפרשיות, אבער טייל [[מפרשים]] לערנען אז די אלע דינים פון פרשה זענען געגעבן געווארן אין [[מרה]], אזוי אויך זענען דא וואס לערנען אז זיי זענען א זאמלונג פון מצוות און דינים וואס זענען געזאגט געווארן אין פארשידענע אומשטענדן און פלעצער, און זענען נאר געשריבן געווארן צוזאמען דא.</ref>. דאס מערהייט פון די מצוות זענען איבער די געזעצן וואס זענען נוגע צווישן א מענטש און זיין פריינד, צווישן זיי ווי פאלגנד: | ||
* דיני [[עבד עברי]] און [[אמה עבריה]]. | * דיני [[עבד עברי]] און [[אמה עבריה]]. | ||
רעוויזיע פון 13:50, 21 יולי 2023
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פרשת שבוע
פאראמעטער [ הפטרה1, הפטרה3, הפטרה2 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
פרשת מִשְׁפָּטִים איז די זעקסטע פרשה אין ספר שמות. די פרשה גייט פון כא, א ביז כד, יח, לויטן אנגענומענעם וועג פון רעכענען די קאפיטלען. אין מערהייט פרשה ווערט אויסגערעכנט אסאך מצוות און דינים, בעיקר וואס האט מיט דיני ממונות. אין סוף פרשה ווערט דערציילט איבער די בונד פון די אידן מיטן באשעפער, און דאס ארויפגיין פון משה צום בארג סיני.
פרשת משפטים ווערט געליינט צווישן כ"ד שבט און א' אדר]]. א מערהייט פון די יארן - שנים פשוטות (אויסער אהשא יאר) ווערט פרשת משפטים געליינט אין שבת בעפאר ראש חודש אדר, וואס דען ליינט מען אויך די ערשטע פרשה פון די "ארבע פרשיות" - פרשת שקלים.
אין טייל פון ראשונים[1] ווערט גברענגט אז סאיז דא וואס האבן זיך געפירט אנצוטיילן די פרשה אויף צוויי - "משפטים" און "אם כסף תלוה", און אזוי האבן זיך געפירט די אידן אין טוניסיע ביז שפעטערע יארן[2]. טראץ דעם האבן אפילו די קהילות אין מערערע יארן צאמגעשטעלט ביידע פרשיות אינאיינעם, אויסער אין א השג יאר און החא יאר וואס דען האבן זיי יא איינגעטיילט די פרשה אין צוויי, אנשטאט איינטיילן פרשיות מטות און מסעי.
פרשה אינהאלט
נאך די מעמד הר סיני, וואו ס'זענען געגעבן געווארן פאר כלל ישראל די עשרת הדברות, געבט דער באשעפער פאר כלל ישראל דורך משה רבינו נאך א לאנגע ליסטע פון מצוות און דינים[3]. דאס מערהייט פון די מצוות זענען איבער די געזעצן וואס זענען נוגע צווישן א מענטש און זיין פריינד, צווישן זיי ווי פאלגנד:
- דיני עבד עברי און אמה עבריה.
- הארגענען אדער שעדיגן א צווייטן.
- זיין פארמעגן וואס האט געשעדיגט (ארבעה אבות נזיקין): זיין אקס אדער גרוב אדער פייער וואס האט געשעדיגט.
- דיני גנב, גזלן, און דער דין פון הבא במחתרת.
- דיני שומרים.
- דער דין פון א מפתה.
- איסור צו פייניגן אן אלמנה און יתום, און פאפן א גר.
- דיני הלוואה - איסור ריבית און די מצוה צוריקצוגעבן א משכון.
- איסור צו פארדרייען א משפט, עדות שקר און נעמען שוחד.
- מצווה פון השבת אבדה און פריקה וטעינה.
אזוי אויך אפאר אנדערע מצוות:
- בכור פון א טהור'ע בהמה, איסור טריפה און איסור בשר בחלב.
- מצוות שבת, שמיטה און די שלוש רגלים.
- אנווייזונגען פאר די אריינגאנג אין ארץ ישראל - א צוזאג פון הימלישע הילף, און אַ ווארענונג נישט צו נאָכפאָלגן די עבודה זרה פון די פעלקער וואס וואוינען יעצט אין דעם לאַנד.
נאך וואס משה רבינו האט איבער געגעבן פאר די אידן די אלע מצוות[4] ווערט געבינדן א בונד צווישן די אידן מיט דער באשעפער, דערנאך בויט משה א מזבח צופיסנס פון בארג סיני, און איז מקריב קרבנות צוזאמען מיט אהרן און די זקנים, דערנאך גייט ער ארויף צום בארג סיני באקומען די לוחות הברית, און האלט זיך אויף דארט פערציג טעג און פערציג נעכט.
מפטיר און הפטורה
- אין א מערהייט פון יארן שנים פשוטות ווערט פרשת תרומה געליינט א שבת בעפאר ראש חודש אדר, און דאן ליינט מען די הפטורה פון שבת שקלים.
- אין אן עיבור יאר ווערט פרשת משפטים געליינט אין שבת ראש חודש אדר, אדער צום ביישפיל שבת ערב ראש חודש, וואס דאן ליינט מען די הפטורה פון שבת ראש חודש אדער - אין שבת ערב ראש חודש - "מחר חודש".
- אין די יארן ווי פאלגנד: השא יאר, השג יאר, החא יאר, בשז יאר און גכז יאר, ווערט געליינט די הפטורה פון פרשת משפטים אין ירמיהו לד, דארט דערמאנט ירמיה הנביא די געזעצן פון אן עבד עברי, און מוסר'ט די אידן פארוואס זיי האבן דאס נישט אויסגעפאלגט, איבער די ענדע פון די הפטורה זענען פארהאן עטליכע מנהגים, די תימנ'ע פירן אויס ביז צום סוף פרק ל"ה, די אשכנז'ישע און ספרד'ישע גייען צוריק צו די לעצטע פסוקים פון פרק לג (אין משנה ברורה[5] ווערט געברענגט א מחלוקת צו מ'מעג אזוי טאהן, אין רש"ש [6] ברענגט ער אז אזוי איז די מנהג למעשה. אין ספר טעמא דקרא (פרשת משפטים) שרייבט ער, אז ביי די פלעצער וואו מ'ליינט די הפטורה פון קלף, זאל מען נישט צוריקגיין).
דרויסנדע לינקס
| וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
|---|
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פרשה לינקס
פאראמעטער [ בר-אילן, ממרא, ישיבה, תורת אמת פרשה, נחמה, תורת אמת ספר, פרשה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע טעקסט
פרשת משפטים, אויף שיתופתא
פרשת משפטים, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל - פרשת משפטים - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת משפטים, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- "פרשת משפטים", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד, איבערזעצט אין אידיש דורך ח. ש. נײהױזען, א. הײמאן (חרל“פּ) און אנדערע.
פארברייטערונג
- שיעורים אויף פרשת משפטים אויף קול הלשון
- פרשת משפטים, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- פרשת משפטים, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת משפטים, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת משפטים, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת משפטים", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת משפטים אויפ'ן "על התורה" זייטל
- פרשת משפטים – טעקסטן און מקור-בלעטער פון תורה, גמרא און אנדערע מקורות, אויף ספריא
איבער די הפטורה פון פרשת משפטים זעט אין פורום אוצר החכמה
רעפערענצן
- ↑ זעט ספר החינוך וואס טיילט איין די מצוות אין פרשה פאר צוויי פרשיות.
- ↑ זעט ממנהגי יהדות תוניסיה אין דעת זייטל.
- ↑ אזוי קומט אויס פון די סדר הפרשיות, אבער טייל מפרשים לערנען אז די אלע דינים פון פרשה זענען געגעבן געווארן אין מרה, אזוי אויך זענען דא וואס לערנען אז זיי זענען א זאמלונג פון מצוות און דינים וואס זענען געזאגט געווארן אין פארשידענע אומשטענדן און פלעצער, און זענען נאר געשריבן געווארן צוזאמען דא.
- ↑ אזוי לויט די סדר הפסוקים, אבער אין רש"י שטייט אז ס'איז געווען נאך פאר מתן תורה.
- ↑ אורח חיים סימן קמד ס"ק ט
- ↑ יומא ע ע"א
| פרשיות | ||
|---|---|---|
| ספר בראשית | בראשית • נח • לך לך • וירא • חיי שרה • תולדות • ויצא • וישלח • וישב • מקץ • ויגש • ויחי | |
| ספר שמות | שמות • וארא • בא • בשלח • יתרו • משפטים • תרומה • תצוה • כי תשא • ויקהל • פקודי | |
| ספר ויקרא | ויקרא • צו • שמיני • תזריע • מצורע • אחרי • קדושים • אמור • בהר • בחוקותי | |
| ספר במדבר | במדבר • נשא • בהעלותך • שלח • קרח • חקת • בלק • פינחס • מטות • מסעי | |
| ספר דברים | דברים • ואתחנן • עקב • ראה • שופטים • כי תצא • כי תבוא • נצבים • וילך • האזינו • וזאת הברכה | |
משפטים קאטעגאריע:משפט עברי משפטים
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער