מען ליינט די הפטורה אין [[ספר ירמיהו]], פרק ל"ד, דארט שרייבט ירמיהו די דינים פון אן עבד עברי און זאגט דאס פאלק מוסר וואס זיי היטן נישט די דינים. רוב יארן ליינט מען נישט די הפטורה משפטים, נאר די יארן מיט א קביעות [[השא יאר|השא]], [[השג יאר|השג]], [[החא יאר|החא]], [[בשז יאר|בשז]] אדער [[גכז יאר|גכז]]. אין אנדערע פשוטע יארן ליינט מען די הפטורה פון [[פרשת שקלים]], אין אנדערע [[שנה מעוברת|עיבור יארן]] ליינט מען די הפטורה אדער פון [[ראש חודש]] אדער "מחר חודש".