רוי:קאצק (חסידות)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער ציון פון דעם אלטן קאצקער רבי און זיינע נאכפאלגער אינעם בית עולם אין קאצק

קאצק איז א חסידות געגרינדעט דורך רבי מנחם מענדל מארגנשטערן אינעם שטעטל קאצק, קאנגרעס פוילן, אין די סוף ת"ק יארן, וואס האט ממשיך געווען ביז דער חורבן אייראפע.

היסטאריע

דער גרינדער פונעם חסידות איז געווען דער אלטער קאצקער רבי, רבי מנחם מענדל, א חסיד פון דעם ייד הקדוש און דעם רבי ר' בונים פון פרסשיכע. רבי מנחם מענדל האט ווייטערגעפירט מיט דעם דרך פון זיין רבי'ן ר' בונים, און האט דערגעגנט אויספירן מופתים, און ווייניג געפירט טישן.

נאך זיין פטירה אין תרי"ט, האבן דער גרעסטער טייל פון זיינע חסידים (כולל צוויי זין און אן איידעם זיינע) מקבל מרות געווען פון רבי יצחק מאיר אלטער פון ווארשע אלס רבי. רבי יצחק מאיר (דער "חידושי הרי"ם") איז געווען דעם קאצקער רבי'נס א שוואגער (ווייל זיין ווייב איז געווען א שוועסטער פון דעם קאצקער רבי'נס צווייטן זיווג).

אין דער לויף פון די יארן האט דער קאצקער רבינס איידעם, רבי אברהם בארנשטיין, אויפגעשטעלט א הויף אין סאכאטשאוו, נאך דער פטירה פון רבי ר' העניך פון אלעקסאנדער, דער ממלא מקום פונעם חידושי הרי"ם, אין תרל"א.

אין גער און סאכאטשאוו, אזוי ווי אין קאצק, האט מען געלייגט א גרויסן דגש אויף לערנען.

א טייל פון די קאצקער חסידים זענען געבליבן אונטער דער הנהגה פון רבי דוד מארגנשטערן, דעם אלטן קאצקער רבינס עלצטער זון, און פון אים איז ארויסגעקומען די קאצקער דינאסטיע וואס האט זיך געצויגן ביזן חורבן אייראפע, ווען רוב קאצקער חסידים און אייניקלעך זענען אומגעקומען.

קאצקער רביס

רבי דוד קאצקער

רבי דוד מארגנשטערן (ה'תקס"טכ"ב תמוז ה'תרל"ג) איז געווען דער צווייטער קאצקער רבי. ער איז געווען א תלמיד פונעם רבין ר' בונים און פון זיין פאטער. ער האט געהייראט טויבא גרינוואלד, א טאכטער פון רבי הערשל דישקעס פון אפאטשנא, י"א אלול תקפ"ז[1]. ער האט געהאט פרנסה פון א קלייט וואס זיין ווייב האט געפירט. נאך זיין פאטער פטירה איז ער געווארן זיין ממלא מקום אין קאצק. ער האט נישט פארשריבן זיינע תורות. אין תשס"ז האט זיין אייניקל ברוך גוטער ארויסגעגעבן דעם "אהבת דוד השלם" מיט זיינע תורות, און אויך א ביאגראפיע.[2]

נאך זיין פטירה האבן צוויי פון זיינע זין אנגעהויבן פירן רעביסטעוועס, ישראל פון פילעוו און רבי צבי הירש לאמאזשער. נאך א זון זיינער, רבי יעקב יהושע (נפטר ט"ו ניסן ה'תרס"ט, 1909) האט נישט געוואלט פירן און איז געווארן א חסיד פון זיין ברודער, דער פילעווער רבי. אבער נאך דער פטירה פונעם פילעווער אין תרס"ו האט א היבשער טייל פון זיין ברודערס חסידים אים אויפגענומען פאר א רבי. רבי דוד און רבי יעקב יהושע ליגן אין דעם בית עולם אין קאצק לעבן דעם אלטן רבין, רבי מנחם מענדל.

רבי ישראל פילאווער

רבי חיים ישראל מארגנשטערן (ת"ר – י"ב סיון תרס"ה, 1905) האט געוואוינט אין קאצק און נאכהער אין פילעוו. ער האט געפירט א גרויסן הויף, כמעט אלע פון זיין פאטערס חסידים זענען געקומען צו אים. ער האט פרובירט צו גרינדן אן ארגאניזאציע צו קויפן לאנד אין ארץ ישראל בכדי שומרי תורה ומצוות זאלן קענען וואוינען דארט.

נאך זיין פטירה האבן זענען זין געפירט רעביסטעוועס.

רעפערענצן

  1. בן-ציון קלוגמן, אור זרוע לצדיק, באנד א, עמ' רכב
  2. זעט וועגן אים אינעם "אגודת אהלי צדיקים" וועבזייטל
Shtreimel2017.jpg דער ארטיקל בנוגע חסידות איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!