רוי:רבי צבי הירש גרינוואלד

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי צבי הירש גרינוואלד פון אפאטשנא, באקאנט אלס רבי צבי הירש דישקעס, איז געווען א קאצקער חסיד און דער שווער פון דעם צווייטן קאצקער רבי'ן.

ער איז געבוירן צו זיין פאטער דוב בער און זיין מוטער דישקא[מקור פארלאנגט]. ער האט אפגעשטאמט פון רבי צבי הירש פון ריישא, דער מחבר פון "גאון צבי", אן אייניקל פון דער מגיני שלמה[1].

נאך זיין חתונה האט ער אנגעהויבן פארן צום חוזה פון לובלין. דאס ערשטע מאל וואס ער איז געווען אין לובלין האט דער חוזה געבעטן פונעם בארימטן סופר רבי משה פון פשעווארסק צו שרייבן תפילין פאר רבי צבי הירש.

נאכדעם איז ער געווארן נאנט צו דער איד הקדוש; נאך זיין פטירה איז ער געווארן א חסיד פונעם רבי'ן ר' בונים פון פרשיסחא און פונעם קאצקער רבי'ן.

פערזענליכקייט

רבי הערשל איז געווען א רייכער סוחר, וועלכער האט געברענגט וויין פון אונגארן קיין פוילן, ווען פון די אנדערע זייט איז ער געווען אנערקענט אלס א תלמיד חכם און בעל מדריגות וועלכער האט פארנומען א מכובד'יגן ארט נאך ביים חוזה פון לובלין[2].

משפחה

זיין טאכטער חיה טויבע האט חתונה געהאט מיט רבי דוד, דעם קאצקער'ס זון, אין אלול תקפ"ז.

רבי דוד האט גערופן זיין דריטן זון, רבי צבי הירש פון לומאזש, אויפן נאמען פון זיין שווער וועלכער איז נפטר געווארן קורץ בעפאר זיין געבורט.

ער איז נפטר געווארן ט"ז אלול ה'תרי"ב (אור זרוע לצדיק[מקור פארלאנגט: גענויע מקור?]).

רעפערענצן

  1. הסבא קדישא מראזדימין, חלק שני עמ' תפ"ו
  2. יצחק אלפסי, הרבי מקוצק, שער שני פרק י'

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!