רוי:קאברין (חסידות)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

קאברין איז א שטאט אין ליטע (היינט בעלארוס) וואו רבי משה קאברין האט געגרינדעט זיין הויף.

די קאברינער דינאסטיע

רבי משה פאליער (ט"ז כסלו תקמ"ד - כ"ט ניסן תרי"ח), דער גרינדער פונעם קאברינער חסידות, איז געווען א תלמיד און א חסיד פון רבי מרדכי לעכאוויטשער און זיין זון רבי נח לעכאוויטשער. נאך רבי נח'ס פטירה האט די גרעסטע טייל פון זיינע חסידים מקבל געווען רבי משה קאברינער פאר זייער רבי.

נאך רבי משה'ס פטירה האבן רוב פון זיינע חסידים אויפגענומען רבי אברהם וויינבערג פון סלאנים, דער "יסוד העבודה", פאר זייער רבי. א קלענערע טייל חסידים האבן אויפגענומען רבי נח נפתלי, דער אייניקל פון רבי משה.

  • רבי משה קאברינער, מחבר פון אמרות טהורות
    • רבי נח נפתלי פאלעווסקי (תקצ"ו - כ"ו אב תרמ"ט) איז געווען א זון פון רבי ישראל יעקב, א זון פון רבי משה קאברינער, און אן איידעם פון זיין פעטער רבי ברוך חיים לעווין פון מינסק, דער איידעם פון רבי משה קאברינער. ער איז נפטר געווארן אין קאמין.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!