רוי:רבי משה פון קאברין

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:רבי משה קאברינער)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי משה פאליער
אמרות טהורות רבי משה פון קאברין.jpg
טעטיגקייט אָרט קאברין
תקופת הפעילות ה'תקצ"גכ”ט ניסן ה'תרי”ח
רבי'ס רבי מרדכי מלעכאוויטש
ובנו רבי נח מלעכאוויטש
ספרים אמרות טהורות
דינאסטיע קאברין
קינדער רבי ישראל יעקב פאליער
חתנים רבי ישראל פאליער
רבי אברהם ציילינגאלד

רבי משה פאַליער (ט"ז כסלו תקמ"ד, 11טן דעצעמבער 1783כ"ט ניסן תרי"ח, 13טן אפריל 1858), באוואוסט ווי רבי משה קאברינער, איז געווען דער ערשטער קאברינער רבי. ער איז געווען א לעכאוויטשער תלמיד.

ביאגראפיע

רבי משה איז געבוירן געווארן אין פיעסק נעבן הוראדנא (נישט ווייט פון קאברין) צו זיין פאטער ישראל אליעזר, וועלכער צוזאמען מיט זיין ווייב, טראץ זייער גרויס ארעמקייט און ענגשאפט, האבן זיי געבאקן יעדן טאג ברויט און געקאכט געקעכטס צו שפייזן די פיהלע ארעמעלייט וואס האבן געוואנדערט ארום די שטעט און דערפער אין ליטא.

רבי משה איז א חתן געווארן ביי די דרייצן יאר. ער האט געלערנט ביי רבי משה שערעשאווער און שפּעטער ביי רבי מרדכי לעכאוויטשער. עס ווערט דערציילט אז צוליב זיין איבערגעגעבנקייט צו זיין דאזיגער רבי האט אים זיין שווער פארטריבן פון זיין הויז. אזוי אויך האט זיין רבי עדות געזאגט אויף אים אז יעדן טאָג טוט ער אנטדעקן אַ נייע וועג וועגן אין "בכל דרכיך דעהו". ער האט שטרענג מקפיד געווען אויף טבילה אין מקוה, אפילו ווען עס איז געווען קאַלט ווי אייז.

נאָך זיין רבינ'ס פטירה, האט ער זיך מדבק געווען אין זיין זון, רבי נח לעכאוויטשער. ווען ער איז אויך נפטר געווארן, אין תקצ"ג, איז רבי משה געווארן רבי אנשטאט אים. כאָטש ער איז געווען א רבי, איז ער אויך געפארן צו רבי ישראל פון רוזשין, ווי ער איז געווארן אויפגענומען מיט גרויס כבוד.

הרה”ק רבי משה מקאברין איז נפטר געווארן כ”ט ניסן תרי”ח, אין עלטער פון פיהר און זיבעציג יאר.

באַקאַנט מיט זיין ענווה. אויף זיין קבר שטייט געשריבן אז ווער עס וועט איבערטרייבן אין זיין שבח "וועל איך אויפשטיין און נקמה נעמען בזה ובבא, אבער ס'איז מותר צו זאָגן אויף מיר אז איך בין אַן אוהב ישראל". 

נאָך זיין פטירה האבן רוב פון זיינע אנהענגערס זיך געווענדעט צו רבי אברהם וויינבערג, דער גרינדער פון דער סלאנימער דינאַסטיע. און א קליינער טייל זענען ווייטער געפארן צו זיין אייניקל רבי נח נפתלי פון קאברין.

זיין השקפה

אזוי ווי זיינע רביס, האט ער ווייטער געצויגן די דרך פון קאַרלין, ארויסהייבנדיג די וויכטיגקייט פון תפילה מיט ענטוזיאַזם. אזוי אויך האט ער מדגיש געווען צווישן זיינע אנהענגערס אז "אַיעדע חבורה ביי אידן האָבן אַ טויער אין הימל און אונזער טויער איז אונזער אמונה ושפלות".

זיינע תורות זענען געווארן צוזאמגענומען אין ספר אמרות טהורות, ווארשע תר"ע, און אין אמרות משה, בני ברק תשמ"ט.

קינדער

  • בנו: רבי ישראל יעקב.
  • חתניו: הרה”ח רבי ישראל פאליער.
  • רבי אברהם ציילינגאלד

תלמידים

  • ממלא מקומו רבי אברהם מסלאנים בעל ”יסוד העבודה”
  • רבי יהושע מאוסטרובצא בעל ”תולדות אדם”

ביבליאגראפיע

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!