כהושעת אלים
כְּהוֹשַֽׁעְתָּ אֵלִֽים[א] בְּלֽוּד[ב] עִמָּֽךְ[ג]. |
כְּהוֹשַׁעְתָּ אֵלִים איז א הושענות פיוט וואס ווערט געזאגט אלס א טייל פונעם מנהג הושענות אום סוכות, לויט די מנהגי אשכנז און איטאליע. אינעם פיוט, בעטן די מתפללים פונעם באשעפער אז ער זאל זיי העלפן, פונקט ווי ער האט געהאלפן זייערע עלטערן אסאך מאל דורכאויס די אידישע היסטאריע, איבערהויפט ביי יציאת מצרים. עס ווערט געשאצט אז דער פיוט איז פארפאסט געווארן דורך רבי אלעזר הקליר פון ארץ ישראל[2][3].
אינהאלט
די צענטראלע טעמע פונעם פיוט איז געשטעלט אויפן געדאנק אז ווען דאס אידיש פאלק געפינט זיך אין א צרה, איז כביכול אויך דער אויבערשטער מיט זיי צוזאמען אין די צרה, און דערפאר ווען דער באשעפער העלפט פאר די אידן העלפט ער כביכול אויך זיך. דער געדאנק ערשיינט עטליכע מאל אין מדרשי חז"ל, און איז באזירט אויף די פסוקים "עִמּוֹ אָנֹכִי בְצָרָה"[4] און "בְּכָל צָרָתָם לוֹ צָר"[5], ווי אויך אויף אסאך דרשות פון פסוקים[6].
דער געדאנק איז ספעציעל פארבינדן צום מנהג פון הושענות נאך פון פריערדיגע צייטן: אין צייט פון בית המקדש, ווען מען האט ארומגענומען דעם מזבח מיט די הושענות, פלעגט מען אויסרופן (לויט רבי יהודה) "אני והו הושיעה נא"[7], וואס לויט איין ערקלערונג ווערט דאס ווארט "והו" געטייטשט ווי "והוא", מיינענדיג צו בעטן דעם באשעפער ער זאל העלפן כביכול זיך אליין צוזאמען מיט'ן כלל ישראל[8]. דער פייטן האט דעריבער באזירט זיין פיוט אויף דעם אויסרוף, ווייטער צו פארברייטערן אויף די טעמע, און ער רעכנט אויס א רייע מיט צרות וואס איז אדורך אויף כלל ישראל, און ער דרש'נט פון די פסוקים וואו מען זעט אז ס'איז אויך א געווען א צרה פאר כביכול[9]. דער מנהג איז טאקע צו זאגן דעם "אני והו הושיעה נא" איידער דעם פיוט און נאכדעם, און עס ווערט שוין געברענגט אזוי אין א גרויסע צאל מחזורים פון די ראשונים.
געבוי
יעדער פאל אינעם פיוט פאנגט זיך אן מיט די ווארט "כהושעת", דערמאנענדיג די ישועה פונעם פארגאנגענהייט, און ענדיגט זיך מיט די געבעט ווערטער "כן הושע נא". אינדערמיט ערשיינען צוויי שורות וועלכע גראמען, און וואס שטעלן אויך אויס אן אַקראָסטיך פון די אלף-בית.
דער סארט געבוי פון הושענות, לויטן מוסטער פון "כהושעת... כן הושע נא", איז געווארן זייער פאפולער, און נאך פייטנים האבן געשריבן אזעלכע הושענות; צווישן זיי רבי יוסף אבן אביתור, רבי מנחם ברבי מכיר, און רבי שמואל החסיד. אין א מערהייט קהילות איז געווארן דער מנהג צו אויספירן די הושענות יעדן טאג מיט אזא סארט פיוט[10].
אין די מנהגים פון דאווענען
אין נוסח אשכנז ווערט די הושענא געזאגט יעדן טאג פון סוכות נאכן ארומנעמען די בימה (ביים ארומנעמען זאגט מען א אנדער הושענא), אריינגערעכנט הושענא רבה, אויסער אין שבת. אין פארגאנגענהייט זענען געווען קהילות (צווישן זיי ווירמייזא) וואס האבן זיך געפירט צו זאגן די הושענא יעדן צווייטן טאג, און די הושענא "כהושעת אב המון" פון רבי שמואל החסיד אין די אנדערע טעג[11][12]. אזוי האט מען זיך געפירט אויך ביי אסאך פון די קהילות פון צרפת, ווי געברענגט אין סדר טרוייש[13].
אין נוסח אשכנז, איז אנגענומען צו זאגן נאך די הושענא די לעצטע שורה פון די הושענא "כהושעת אב": "כְּהוֹשַֽׁעְתָּ שֽׁוֹמְרֵֽי מִצְוֹֽת וְחוֹכֵֽי יְשׁוּעֽוֹת. אֵֽ-ל לְמֽוֹשָׁעֽוֹת וְהוֹשִֽׁיעָה נָּֽא:"[12] אין די קהילות וואו מען האט זיך געפירט צו זאגן לסירוגין די צוויי הושענות, האט מען געזאגט די לעצטע שורה פון כהושעת אלים ("כהושעת שבות...") אין די טעג וואס מען האט געזאגט "כהושעת אב"[11].
אין נוסח איטאליע, ווערט די הושענא געזאגט ביים ארומנעמען די בימה (ווי א איינציגע הושענא) האלב פון די טעג, און די הושענא "אנא אזון חין" די אנדערע; ווען יעדע פון זיי ווערט געזאגט יעדן צווייטן טאג. דערצו, ווערט די הושענא געזאגט אין שבת חול המועד, און הושענא רבה נאך די הקפות[14]. אויך ביי די ראמאניאטן איז איינגעפירט צו זאגן די הושענא[15].
דרויסנדיגע לינקס
![ויקיטקסט ויקיטקסט](https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/4/4c/Wikisource-logo.svg/langyi-16px-Wikisource-logo.svg.png)
- סדר הושענות המבואר מתיבתא, מערכת עוז והדר
- כהושעת אלים בלוד עמך, אין היסטאָרישער ווערטערבוך פּראָיעקט פון דער אקאדעמיע פאר דער העברעאישער שפראך, מיט לעקסיקאלע אנאליטיק.
- דניאל גאלדשמידט און יונה פרענקל, "כהושעת אלים", מחזור לסוכות, שמיני עצרת ושמחת תורה, לויט מנהגי בני אשכנז לכל ענפיהם, ירושלים תשמ"א, עמ' 181–182
- יעקב רוטשילד, לסדר ההושענות בסוכות - "אני והו הושיעה נא!", מחניים לו (תשי"ט), אויף "דעת"
- זוך אויף כהושעת אלים אינעם מדינת ישראל נאציאנאלע ביבליאטעק
ביאורים
- ↑ צונאמען פאר אידן, לויט ישעיהו סא, ג.
- ↑ צונאמען פאר מצרים, לויט בראשית י, יג.
- ↑ כביכול האסטו געהאלפן אויך זיך.
- ↑ לויט ”עַמְּךָ אֲשֶׁר פָּדִיתָ לְּךָ מִמִּצְרַיִם גּוֹיִם וֵאלֹהָיו” (שמואל ב' ז, כג) און דער דרש פון רבי עקיבא אויפן פסוק אין תלמוד ירושלמי, מסכת סוכה, פרק ד', הלכה ג'.
- ↑ די ישועה איז נישט נאר געווען פאר צבאות ישראל (לויט שמות יב, מא), נאר אויך פאר מלאכים.
- ↑ גזרי הים. "צול" איז א צונאמען צו די טיפענישן פון ים, לויט ישעיהו מד, כח. ווען דו האסט געהאלפן די אידן וועלכע זענען אריבער ביים קריעת ים סוף.
- ↑ איז דער כבוד פונעם באשעפער אויך אריבער מיט זיי.
- ↑ צונאמען פאר אידן, לויט תהלים פ, טז.
- ↑ דער ווארט "וַיּוֹשַׁע", (שמות יד, ל), ווערט גע'דרש'נט כאילו עס ווערט געליינט "וַיִּוָּשַׁע", און באציט זיך צו "גוחה", דער באשעפער. דאס איז לויט דער דרש פון רבי מאיר אין מדרש תנחומא פרשת אחרי מות, אות י"ב.
- ↑ "והוצאתי אתכם מתחת סבלות מצרים" (שמות ו, ו).
- ↑ ווערט גע'דרש'נט כאילו עס ווערט געליינט "וְהוּצֵאתִי אִתְּכֶם", וואס טייטשט אז דער באשעפער איז ארויס צוזאמען מיט די אידן פון מצרים.
- ↑ ווען דער ארון הברית איז געפאנגען געווארן דורך די פלשתים אלס א טייל פון באזיגן אידן ביי מלחמת אבן העזר.
- ↑ זענען זיי געצווינגען עס צוריקצוקערן נאך וואס זיי זענען געווארן געשטראפט (שמואל א' ה).
- ↑ לויטן פסוק ”לְמַעַנְכֶם שִׁלַּחְתִּי בָבֶלָה” (ישעיהו מג, יד), וואס ווערט גע'דרש'נט כאילו עס ווערט געליינט "שֻׁלַּחְתִּי", אז אין גלות בבל איז די שכינה געגאנגען אין גלות צוזאמען מיט די אידן[1].
- ↑ ווי דו האסט געהאלפן די גולי בבל און זיי צוריקגעקערט.
- ↑ לויט "הנני שב את שבות אהלי יעקב" (ירמיהו ל, יח). "תשוב ותשיב" איז לויט דרשת חז"ל אויף "ושב ה' את שבותך" (דברים ל, ג), אז דער לשון ווערט באנוצט אנשטאט "והשיב" צו לערנען אז ביי די גאולה קערט זיך צוריק אויך דער באשעפער זעלבסט, כביכול, און נישט נאר אז ער קערט צוריק די אידן.
רעפערענצן
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת תענית, פרק א', הלכה א'; מגילה כט, א.
- ↑ רבי יהודה החסיד, פירושי התורה לר' יהודה החסיד, ירושלים, תשל"ה, עמ' 18, לך יב, ו: "שייסד הקליר בהושענות"
- ↑ יונה פרענקל, מחזור לסוכות ושמע"צ, ירושלים, תשמ"א, עמ' לט, מבוא
- ↑ תהלים צא, טו
- ↑ ישעיהו סג, ט
- ↑ מכילתא דרבי ישמעאל, פרשתא דפסחא, פרק י"ב, פסוק מ
- ↑ משנה, סוכה ד, ה
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת סוכה, פרק ד', הלכה ג'; תוספות, סוכה מה, א, ד"ה אני.
- ↑ ראבי"ה, חלק שני סימן ת"ש; ריקאנטי, בראשית ג, יב.
- ↑ יונה פרענקל, מחזור לסוכות ושמע"צ, ירושלים תשמ"א, מבוא, עמ' מ–מא.
- ↑ ארויפשפרינגען קיין: 11.0 11.1 רבי יוזפא שמש, מנהגים דק"ק וורמיישא, מכון ירושלים תשמ"ח, סי' קג (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
- ↑ ארויפשפרינגען קיין: 12.0 12.1 אברהם אפשטיין, ר' שמואל החסיד בר' קלונימוס הזקן, בארדיטשוב תרס"ד, עמ' 17–18
- ↑ סדר טרוייש, פרנקפורט דמיין תרס"ה, עמ' 34. אויך אין מחזור ויטרי ערשיינען די צוויי הושענות צו זאגן נאך די הושענות וואס טוישן זיך (מחזור ויטרי, מקיצי נרדמים, בערלין תרנ"א, חלק ב', סי' שצא–שצב).
- ↑ איבער די פונקטליכע סדר פון די הושענות צווישן די טעג זענען פארהאן חילוקי מנהגים, זעט: מנחם עמנואל הרטום, מחזור איטלייני כמנהג כל הקהילות, ירושלים תשס"ה, כרך ב' עמ' 851 ואילך (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן); הלל משה סרמוניטה און אנג'לו מרדכי פיאטלי, מחזור לסוכות כמנהג בני רומה, ירושלים תשע"ה, עמ' קמז.
- ↑ סדור תפלות השנה כמנהג קהלות רומניא, ונציה רפ"ג, דף ת"י ע"א
סוכות | ||
---|---|---|
טעג | יום טוב ראשון • חול המועד סוכות • הושענא רבא • שמיני עצרת • שמחת תורה | |
סוכה | סכך • עסן אין סוכה • שלאפן אין סוכה • לישב בסוכה • אושפיזין • מצטער פטור מן הסוכה • תשבו כעין תדורו • מעמיד • דופן עקומה • הלכות סוכה | |
ארבעה מינים | אתרוג, לולב, הדס און ערבה • הלכות ארבעת המינים • קיישעלע | |
מנהגים | הושענות • הקפות • חיבוט ערבה • זכר לשמחת בית השואבה • תיקון ליל הושענא רבא | |
מצוות בזמן בית המקדש |
מצוות ערבה במקדש • הקפת המזבח • ניסוך המים • שמחת בית השואבה • הקהל • שלמי שמחה | |
שמיני עצרת און שמחת תורה | תפילת גשם • וזאת הברכה • שמחת תורה פאן • הקפות פון שמחת תורה • הקפות שניות | |
תפילות און פיוטים | הושענות (כהושעת אלים) • פיוטי הגשם (אף ברי · זכור אב · שפעת רביבים) • מפי קל • סוכה ולולב לעם סגולה • משה אמת | |
פארשידנס | שמחת יום טוב • מסכת סוכה • סהרנה | |