כ"ב חשון
(אַריבערגעפירט פון כ"ב מרחשון)
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' חשון
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
כ"ב חשון איז דער צוויי־און־צוואנציגסטער טאג פונעם צווייטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער צוויי־און־צוואנציגסטער טאג פונעם אכטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
זשה זחא זשג זחג |
מאנטאג | חיי שרה |
בשה בחה בשז בחג |
מיטוואך | חיי שרה |
גכה גכז |
דאנערשטאג | חיי שרה |
הכז השא החא השג |
שבת | חיי שרה |
חגים וזמנים
געשעענישן
- ה'שע"ז – רבי יום-טוב ליפמאן העלער ענדיגט זיין חיבור אויף משניות, תוספות יום טוב
- ה'תרי"ד – ווערט פארעפנטליכט דער בוררות-פסק איבער דער וואלאזשינער ישיבה, לויט וועלכע רבי נפתלי צבי יהודה בערלין וועט דינען אלס ראש ישיבה און דער בית הלוי אונטער אים
- ה'תרס"ו – זעצט פאר דער צווייטער קעשענעוו פאגראם
- ה'תרע"ח – הייבט זיך אן די אקטאבער רעוואלוציע אין רוסלאנד
- ה'תרע"ח – ערשטע וועלט-מלחמה: די קרעפטן פון בריטישער גענעראל אלענבי נעמען איין עזה, ביים ענדע פון דער דריטער שלאכט פון עזה
- ה'תרפ"ט – פלאקערט אויף דער פולמוס הרבנים אין ווילנע, ווען די קהילה-ראט וועלט אויס הרב יצחק רובינשטיין אלס רב אנשטאט רבי חיים עוזר גראדזענסקי
- ה'תש"ג – חורבן אייראפע: ליקווידאציעס אין וואלקאוויסק, טארנאגראד, סקידל, פיעסק, סיסלעוויטש
- ה'תש"ט – ווערט באנייט דער בן גוריון פליפעלד
- ה'תשנ"ב – הייבט זיך אן דער מאדריד קאנפערענץ, געווידמעט צו ברענגען שלום צווישן מדינת ישראל און די אראבישע לענדער
- ה'תשס"א – אטאקע אויף א קינדער-באס אין כפר דרום
געבוירן
- ה'תקס"ו – רבי ברוך שלום שניאורסאהן, עלטסטער זון פון דער צמח צדק (נפטר ה'תרכ"ט)
- ה'תרע"ב – רבי אברהם דוד הורוויץ, שטראסבורגער רב און א דיין אין די עדה החרדית (נפטר ה'תשס"ד)
- ה'תרפ"ז – רבי עמרם יצחק זאקס, ראש ישיבת סלאבאדקע במשך ארום דרייסיג יאר (נפטר ה'תשע"ג)
- ה'תרצ"א – רבי שמואל סיראט, הויפט רב פון פראנקרייך (נפטר ה'תשפ"ג)
יארצייטן
- ה'תק"ה – רבי ישכר דוב בעריש פון פודהייץ, א זון פון דער פני יהושע, מחבר פון "חזקת אבהתא"
- ה'תי"ז – רבי משה לימא, רב אין ווילנע און בריסק, מחבר פון "חלקת מחוקק" אויף שלחן ערוך אבן העזר (געבוירן ה'שס"ד)
- ה'תקע"ד – רבי דוד שלמה אייבשיץ, רב פון סאראקע, מחבר פון "ערבי נחל" און "לבושי שרד" (געבוירן ה'תקט"ו)
- ה'תקע"ט – רבי עזריאל הורוויץ, רב פון לובלין, באקאנט אלס דער "אייזערנער קאפ" (געבוירן ה'תקי"ז)
- ה'תר"ט – רבי מאיר בנימין מנחם דאנון, רב אין סאראיעווא און דיין אין ירושלים, מחבר פון "באר בשדה" אויף פירוש רש"י על התורה[1]
- ה'תרכ"א – רבי יעקב יוסף עטינגער, ראב"ד פון בערלין און פאקטישער הויפט-רב במשך 35 יאר, דער לעצטער וואס האט געפירט די פאראייניגטע קהילה (געבוירן ה'תק"מ)
- ה'תרכ"א – רבי צבי אריה שטיין, דיין אין סיגוט, מחבר פון "אמרי בינה" אויף שיר השירים
- ה'תר"פ – רבי ישעיה טווערסקי פון מאקארוב
- ה'תרפ"ז – רבי ישכר דוב רוקח, דער דריטער בעלזער אדמו"ר (געבוירן ה'תרי"ד[2])
- ה'תרצ"ד – רבי שמואל שמעלקא עזריאל תאומים-פרענקל, רב אין קלאסנא-וויעליטשקא (געבוירן ה'תרכ"ז)
- ה'תש"ג – רבי יעקב פראנקפורטער, אן אדמו"ר אין קאשוי, שווער פון רבי יחזקאל שרגא מערץ
- ה'תש"ג – רבי חיים יעקב מישקינסקי, רב אין קנישין און סיסלעוויטש, אומגעברענגט אויף קידוש השם (געבוירן ה'תרמ"ג)
- ה'תש"ל – רבי חיים חייקל גרינבערג, רב פון קענע אין ליטא, דיין און מיטגליד פון ועד הרבנים אין ווילנע, מחבר פון "ברכת חיים" (געבוירן ה'תרס"ט)