רוי:רבי יעקב יהושע פאלק

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
שער בלאט פון פני יהושע אויף די בבא'ס, געדרוקט אין סודילקאוו

הרב יעקב יהושע פאַלק (כ"ח כסלו ה'תמ"אי"ד שבט ה'תקט"ז) איז געווען רב אין לעמבערג, בערלין און פראנקפורט. און פון די גרעסטע אחרונים. ער האט מחבר געווען דעם בארימטן ספר פני יהושע אויף גמרא, רש"י, תוספות וואס איז מפלפל אוועקצושטעלן פשט אין רש"י.

ביאגראפיע

יעקב יהושע פאלק איז געבוירן אין קראקע[1], פוילן, כ"ח כסלו, תמ"א (19טן דעצעמבער 1680), צו זיין פאטער דעם נגיד און מנהיג רבי צבי הירש, א דיין אין דעם שטאטישן בית דין, און צו זיין מוטער מרים, א טאכטער פון הרב אברהם הלוי, איידעם ביי רבי יהושע העשיל בעל "מגיני שלמה".

ער האט געלערנט ביי זיין פעטער, הר"ר משה, ראש בית דין אין קראקע.

נאך זיין חתונה מיט לאה, די טאכטער פון רבי שלמה סג"ל לאנדא פון לעמבערג, איז ער באשטימט געווארן משגיח איבער די מלמדים אין די חדרים. ער האט אויסגעהאלטן א ישיבה אין זיין הויז.

אום ג' כסלו ה'תס"ג (1702) האט אויסגעבראכן א שריפה, און עטליכע פעסער פון פולווער האבן זיך אויפגעריסן. אין דער שריפה זענען אומגעקומען זיין מאמע, ווייב און קליינע טאכטער. נאר ר' פאלק אליין איז געבליבן לעבן. אין דער הקדמה פון זיין ספר "פני יהושע" שרייבט ער אז ווען ער איז געליגן אונטער דער חורבה האט ער געמאכט א נדר אין זיין הארץ אז טאמער ער וועט ווערן געראטעוועט וועט ער דרוקן זיין חידושים.

ער האט חתונה געהאט בזיווג שני מיט מרת טויבע, טאכטער פונעם גביר ישכר פון לעמבערג, וואס האט אים אויסגעהאלטן. טויבע האט געליטן פון א אויסגעצויגענע מחלה.

נאך איר פטירה האט ר' פאלק חתונה געהאט נאכאמאל, צו גיטא אייגער. דער חיד"א שרייבט אז ווען ער איז געווען אין ווארמז איז ער איינגעשטאנען ביים פני יהושע, און ער דערציילט אז די רביצין איז געווען א גרויסע למדנ'טע, און זיי האבן גערעדט איינס אנאנד אין לערנען.[2]


רבנות

נאך דער שריפה אין לעמבערג איז ר' פאלק אויפגענומען אלס שטאטס רב אין לינסק. ווען ער איז געווען אלט פערציג יאר איז ער געווארן אב"ד פון לעמבערג. אין ת"צ איז ער אויפגענומען אלס אב"ד בערלין, אין תצ"ד אין מעץ, און אין ת"ק אין פראנקפורט.[3]

פטירה

י"ד שבט תקט"ז איז ער נפטר געווארן אין אפנבאך, און מ'האט אים געברענגט צו קבורה אין פראנקפורט.

זיינע ספרים

  • דער באקאנטער ספר "פני יהושע" אויף תלמוד בבלי, נאך וועלכע ער ווערט גערופן.
  • מנחת עני
  • כלל גדול אויף עניני רובא און חזקה.

משפחה

  • טאכטער גיטל וועלכע איז נפטר געווארן ביים שריפה מיט איר מוטער.
  • טאכטער מייטל
  • זון רבי נתן וואס האט געדרוקט די ספרים
  • זון רבי בער
  • זון רבי אריה לייב רב און ראטערדאם און האנאווער, און מח"ס "פני אריה".

רעפערענצן

http://www.zadikim.net/?p=797

http://www.daat.ac.il/encyclopedia/value.asp?id1=2240

http://www.mytzadik.com/index.asp?lid=6&page=tzadik&kid=227

  1. אנדערע זאגן אינעם שטעטל ווענדזימשל נעבן ריישע.
  2. ספר "מעגל טוב" פון חיד"א
  3. "שבת בשבתו",833, ט' שבט תשע"א, רבי יעקב יהושע פלק זצ"ל

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!