רוי:קנישין

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

קנישין (פּויליש: Knyszyn; רוסיש: Кнышин) איז א שטאט אין צפון-מזרח פוילן, וואס געפינט זיך אין פאדלאסיע גובערניע (זייט 1999), פריער אין ביאליסטאק גובערניע (1975-1998). זי איז 25 ק"מ צפון-מערב פון ביאליסטאק.

א טייל פון פאדלאכיע, זי האט געהערט צו דער גרויס הערצאגשאפט פון ליטע. אין 1569 זי איז געווארן אנעקסירט צום פוילישן קרוין. אין 1795 זי איז געווארן אנעקסירט צו פרייסן; אין 1806 איז זי געווארן אנעקסירט צו רוסלאנד, און אין 1919 האט זי צוריקגעקערט צו פוילן.

זי איז געווען די באליבטע וואוינונג פון דעם מלך זיגיזמונד דער צווייטער פון פוילן און ער ליגט באגראבן אין קנישין.

אין ה'תר"ס איז די אידישע באפעלקערונג געווען 3542.[1] אין ה'תרפ"א האבן געוואויט דארט 1235 אידן (35% פון דער באפעלקערונג). קנישין האט געהאט צוויי שולן, א בית מדרש און א מקוה. די עלטסטע הילצענע שול איז פארברענט געווארן אין ה'תרע"ה.

דער לעצטער רב פון קנישין איז געווען הרב מישקינסקי.[2]

נאך דער צווייטער וועלט מלחמה זענען געבליבן נאר 50 אידן פון קנישין.[3]

געבוירן אין קנישין

רעפערענצן

  1. קנישין אויף יידישגען וועב ארט
  2. יידישע קנישין (ענגליש)
  3. יידישגען וועב ארט (ענגליש)

53°19′N 22°55′E / 53.317°N 22.917°E / 53.317; 22.917 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט

Europe green light.svg דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע פון אייראפע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!