י"ב חשון
(אַריבערגעפירט פון י"ב חשוון)
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' חשון
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
י"ב חשון איז דער צוועלפטער טאג פונעם צווייטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער צוועלפטער טאג פונעם אכטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
בשה בחה בשז בחג |
זונטאג | וירא |
גכה גכז |
מאנטאג | וירא |
הכז השא החא השג |
מיטוואך | וירא |
זשה זחא זשג זחג |
פרייטאג | לך לך |
חגים וזמנים
געשעענישן
- ה'מ"ו – בלוט בלבול אין מינכן, וואו פילע אידן זענען אומגעברענגט געווארן אויף קידוש השם
- ה'נ"ט – אידן פון היילברון ווערן אומגעברענגט דורכאויס די רינדפלייש פאגראמען
- ה'תרל"ה – געשטארבן אברהם גייגער, פון די גרינדער פון רעפארם באוועגונג
- ה'תרס"ב – כפר תבור געגרינדעט
- ה'תשי"ב – געגרינדעט די אגד אויטאבוס פירמע
- ה'תש"נ – דייטשלאנד ווערט פאראייניגט, מיטן פאלן פון דער בערלינער וואנט
- ה'תשנ"ו – יצחק רבין, פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל, ווערט אומגעברענגט דורך יגאל עמיר ביי א שלום דעמאנסטראציע
געבוירן
- ה'תרכ"ט – רבי יעקב שמשון קאנער, רב און אדמו"ר אין טשחויב (נפטר ה'תש"א)
- ה'תרמ"א – זאב זשאבאטינסקי, א ציוניסטישער פאליטיקער און פערזענליכקייט (געשטארבן ה'ת"ש)
- ה'תר"נ – רבי אברהם אליהו קאפלאן, ראש בית המדרש לרבנים אין בערלין (נפטר ה'תרפ"ד)
- ה'תרע"ה – רבי משה טייטלבוים, צווייטער סאטמארער רבי, מחבר פון "ברך משה" (נפטר ה'תשס"ו)
- ה'תרצ"א – רבי שלום כהן, ראש ישיבה פון פורת יוסף און נשיא פון מועצת חכמי התורה (נפטר ה'תשפ"ב)
- ה'תשט"ז – ביל געיטס, גרינדער פון די מייקראסאפט פירמע און פון די רייכסטע מענטשן אויף דער וועלט
יארצייטן
- ה'תס"ח – רבי נתן נטע, דער רב פון אייבשיץ, פאטער פון רבי יהונתן אייבשיץ
- ה'תקט"ו – רבי יוסף אוסעדון, פוסק, ראש בית דין און רב פון מאראקעש
- ה'תקמ"ח אדער ה'תקמ"ט[1] – רבי וואלף קיצעס פון מעזשיבוזש, תלמיד און שטוב-מענטש ביים בעל שם טוב (געבוירן ה'תנ"ה)
- ה'תרי"ד – רבי ישראל דוב בער פון סטעפין, א תלמיד פון רבי מרדכי פון נעשכיז און זון פון רבי דוד הלוי פון סטעפין
- ה'תרכ"ו – רבי נחום שאדיקער, רב אין שאדיק און מנהיג פון כולל ווארשע אין ירושלים (געבוירן ה'תקע"א)
- ה'תרכ"ח – רבי שלמה זלמן קליין, רב אין קאלמאר (געבוירן ה'תקע"ה)
- ה'תרכ"ט – רבי אהרן זינגער פון מאטערסדארף, מחבר פון "תפארת אהרן"
- ה'תרמ"ה – רבי אברהם יצחק וויינבערגער, רב פון קליינווארדיין, מחבר פון "פני יצחק" און "מלל לאברהם"
- ה'תרע"ג – יואל משה סאלאמאן, פון די גרינדער פון נחלת שבעה און פתח תקוה (געבוירן ה'תקצ"ח)
- ה'תרע"ט – רבי משה האלבערשטאם פון שינאווא (געבוירן ה'תר"ב)
- ה'תרפ"א – רבי יעקב חיים פון באגדאד, א רב און מקובל, פון די מנהיגים פון די אידישע קהילה אין באגדאד, זון פון דער בן איש חי (געבוירן ה'תרי"ד)
- ה'תרצ"ו – רבי יצחק ציף, פון די לעצטע רבנים פון לעמבערג
- ה'תרצ"ז – רבי אליעזר ליפמאן קאהן, גרינדער און רב פון די אידישע קהילה אין ווייסבאדן (געבוירן ה'תר"ג)
- ה'תשי"ב – רבי בן ציון חזן, דער ספרד'ישער רב פון אידישן פערטל אין אלטשטאט ירושלים, גרינדער און מנהל פון ישיבת פורת יוסף (געבוירן ה'תרל"ז)
- ה'תשמ"ז – רבי ישכר בער ראטנבערג, וואוידיסלאווער רב (געבוירן ה'תרס"ו)
- ה'תשמ"ט – רבי טוביה ליסיצין, ראש ישיבת היכל התלמוד, מחבר פון "כרם טוביה"
- ה'תשנ"ב – רבי יהודה צדקה, ראש ישיבת פורת יוסף (געבוירן ה'תר"ע)
- ה'תשע"ה – רבי שלמה שלוש, רב אין חיפה (געבוירן ה'תש"ב)
- ה'תשפ"ג – רבי חיים וואלקין, א משגיח אין עטליכע ישיבות (געבוירן ה'תש"ו)
רעפערענצן
- ↑ קובץ היכל הבעש"ט, תשרי תשס"ה