מאטערסדארף
מאַטערסדאָרף[1], (Mattersdorf; אפיציעלער נאמען זינט 1924: מאטערסבורג דייטש: Mattersburg; אונגאריש: Nagymárton, נאדימארטאָן; אין גיטין: מאטרשטורף[2]), איז א שטאָט אין בורגנלאנד, די מערסט מזרח'דיגע פראווינץ פון עסטרייך. ביז תר"פ איז די שטאט געווען א טייל פון קעניגרייך פון אונגארן אין דער עסטרייך-אונגארישער אימפעריע. די שטאָט איז געווען איינע פון די חשוב'ע "שבע קהילות" אונטער דער שוץ פון דער עסטערהאזי פאמיליע. מאטערסדארף איז געווען א צענטער פון תורה און יראת שמים פאר הונדערטער יארן, מיט א בארימטע ישיבה.
היסטאריע
די געגנט פון מאטערסדארף איז געווען באזעצט שוין אין דער אוראלטער צייט, ווי ארכעאלאגישע אויסגראבונגען ווייזן. די ערשטע דערמאנונג פון דער שטאט איז געווען אין 1202, אונטערן נאמען "ווילאַ מאַרטיני". דער נאמען מאַטערסדארף שטאמט פונעם מענער־נאמען מאַרטין. אין 1354 האט מאטערסדארף באקומען מאַרק־רעכט. די אייזנבאן פון ווינער נוישטאָט קיין מאטערסדארף איז געעפנט געווארן אין 1847, וואס האט בייגעטראגן צו דער אנטוויקלונג פון דער געגנט. נאך דער ערשטער וועלט־מלחמה איז מאטערסדארף צוגעטיילט געווארן צו עסטרייך אין 1921. אין 1926 איז מאטערסבורג דערקלערט געווארן א שטאט. אין 1971 זענען מאטערסבורג און וואַלבערסדארף פאראייניגט געווארן אין איין געמיינדע.
די אידישע קהילה
מאטערסדארף איז געווען איינע פון די שבע קהילות אין בורגנלאנד, וואס זענען געווען בארימט פאר זייער פרומקייט און די בארימטע רבנים וואס זיי האָבן פּראדוצירט. די שטאט איז טראדיציאנעל געווען צעטיילט אין צוויי דיסטריקטן: Izraelita-Nagymarton ("אידישע נאדימארטאָן") און Keresztény Nagymarton ("קריסטליכע נאדימארטאָן").
די אידישע גענגט איז געווען אַן אויטאָנאָמע אַדמיניסטראַטיווע איינהייט פון 1694 ביז 1902, מיט אייגענע אדמיניסטראציע, געריכט, פאליציי און פייערלעשער. די אידישע פייערלעשער בריגאדע איז געווען זייער עפעקטיוו און האט אפט געגעבן הילף אפילו אין די שכנותדיגע דערפער. ביז 1902 איז די אידישע געגנט געווען א באזונדערע אדמיניסטראטיווע איינהייט[3].
פריע יארן און אונטער דער עסטערהאזי הערשאפט
אידן זענען געגלייבט זיך צו האבן באזעצט אין מאטערסדארף שוין בערך אין יאר ד'תק"ס אדער ד'תתקפ"ב. א פּלאטע אויף דער וואנט פון שול זאל האבן געוויזן אז עס איז געבויט געווארן אין 1354 (ה'קי"ד)[4]. לויט א לעגענדע, האבן זעקס ברידער, וועלכע זענען אנטלאפן פון שפּאניע אינעם 14טן אדער 15טן יארהונדערט, געגרינדעט די אידישע קהילה פון מאטערסדארף, און זיך שפּעטער גערופן מיטן נאמען שישא (פון ששה)[5]. אלנפאלס, אידן האבן שוין געוואוינט דארט איידער די טערקן האבן איבערגענומען די געגנט אין 1526 (רפ"ז), ווען מאטערסדארף האט אריינגענומען פילע פליטים פון שאָפּראָן. אין שכ"ט האבן געוואוינט דארט 67 אידן אין 11 הייזער[4].
אין 1622 (שפ"ב) איז די קהילה געקומען אונטער דער שוץ פון דער עסטערהאַזי פאמיליע, אונגארישע אדעל וואס זענען געווען געטריי צום עסטרייכישן האפסבורג מלוכה. באלד נאך וואס לעאָפּאָלד דער ערשטער האט פארטריבן די אידן פון וויען אין 1670 (ת"ל), האבן די אידן געמוזט פארלאזן אויך מאטערסדארף אין 1671. אין 1678 האט מען זיי ערלויבט צוריקצוקומען אויף דער איינלאדונג פון פירשט עסטערהאזי, אבער זיי האבן געמוזט צוריקקויפן זייערע פארמעגנס. אין 1694 (תנ"ד) האט פּאול עסטערהאַזי ארויסגעגעבן פאר די שבע קהילות א באשיצונגס-בריוו, וואס איז געווארן באנייט פיר מאל, און אין 1800 (תק"ס) איז עס פונדאסניי פארמולירט געווארן[4].
יאר ת"ק ביזן חורבן
אין תק"ד (1744) האבן דארט געוואוינט בערך 352 אידן אין 30 הייזער[4]. זיי האבן זיך פארנומען מיט 45% האנדל, 23% האנטווערק, 21% סערוויסן, און 13% בילדונגס פאכן (שרייבער, לערער)[6]. אין תק"ל זענען געווען רעגיסטרירט 179 אידישע משפחות; אין תקמ"ה זענען געווען בערך 767 מענטשן אין 43 הייזער. די אידן האבן געדארפט צאלן צינזן צו די שטעט שאפּראן און וויענער ניישטאַדט פארן רעכט צו האנדלען אין זייערע גרעניצן[4].
די אידישע באפעלקערונג איז געווען באגרעניצט אין בויען נייע וואוינונגען אויסער די פופציג הייזער וואס זיי האָבן געהאט (38 אין 1816 און 12 געבויט אין 1819). ביז 1819 איז זיי אויך געווען פארבאטן צו דינגען הייזער פון דער קריסטליכער באפעלקערונג. א מענטש האט געקענט חתונה האבן נאר אויב ער האט געהאט א וואוינונג. אין 1819 האבן די אידן באַקומען ערלויבעניש צו בויען די צווייפאכיגע הייזער, אויסערן געטא, און זיי זענען גערופן געווארן נייהויזל (Neuhausel). צוליב די דאזיגע באגרעניצונגען האט די אידישע באפעלקערונג געליטן פון איבערבאפעלקערונג אין די הייזער[3].
עס זענען געווען עטליכע שווערע פייערן אין מאַטערסדאָרף. אום י"ח אדר ב' תקס"ב האט א פייער פארניכטעט דעם אידישן פערטל אין מאטערסדארף, און פיל מענטשן האבן פארלוירן זייערע הייזער און פארמעגנס, און מענטשן פון די דערנעבנדע שטעט האבן געשיקט נדבות צו שטיצן די ליידנדע. דער רב פון מאטערסדארף אין יענער צייט, דער חתם סופר, האט אין א תשובה זיך באשעפטיגט אויסצורעכענען וויאזוי צו צעטיילן די נדבות צווישן די מענטשן[7]. אַן אַנדער פייער, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אין דער קריסטליכער שטאָט אין 1837, האט זיך צעשפּרייט אין דער אידישער שטאָט און צעשטערט פיל הייזער. נאָך א פייער, אין דער נאכט צווישן 7טן און 8טן יולי 1853, ביים הויז פון אברהם קאָפּעל, האט פארברענט 35 הייזער אין דער יודענגאסע און באַטראָפן 77 משפּחות[3].
א כאָלערע עפּידעמיע, וואס האט אויסגעבראכן כ' תשרי תקצ"ב (1831), האט אויך געהאט א שווערן אפעקט אויף דער אידישער קהילה, וואס האט געפירט צו א רעדוקציע אין דער צאל איינוואוינער. די קריסטליכע באפעלקערונג האט געהאלפן די אידישע קהילה מיט עסן און אנדערע נויטיגע זאכן בשעת דער קוואראנטין. א דענקמאל איז אויפגעשטעלט געווארן פאר די 116 אידישע קרבנות פון דער כאָלערע[8].
אין תר"ח האבן געוואוינט אין דער שטאט 1,500 אידן (א דריטל פון דער גאנצער באפעלקערונג)[4].
אידישע ווירטשאפט
די הונדערטער-יאריגע אויטאנאמיע האט געשאפן א שטארקע קהל'ישע רעגירונג, וואס האט רעגולירט נישט נאר רעליגיעזע ענינים, נאר אויך עקאנאמישע און געזעלשאפטליכע ענינים. אין תס"ח איז אין מאטערסדארף פארגעקומען אַן אינטערעסאנטע דין תורה איבער א בחור יעקב, דער זון פון משה, א רייכער בירגער, וועלכער האט אלס אינגער בחור איבערגעגעבן א רינגל ("פינגרל") פאר א מיידל, און פאר א וויץ זיך אנגערופן "הרי את מקודשת לי". די פאל איז געשיקט געווארן צו רבי דוד אופנהיים, רב פון פּראג[9].
די מאטערסדארפער ישיבה איז געווען בארימט און געצויגן תלמידים פון גאנץ אייראפּע, צווישן זיי רבי שמחה בונם פון פשיסחא, וועלכער האט געלערנט אין מאטערסדארף ביי רבי ירמיה. אויך האט דארט געלערנט אהרן חארינער, שפּעטער א משכיל'ישער רב. דעם ערשטן חדר־בנין איז געבויט געווארן אין 1883; אנהייב האט מען געלערנט אין שול און אין פּריוואטע הייזער[3].
מאטערסדארף האט געהאט אירע אייגנארטיגע מנהגים. אין טאג פון א ברית איז מען אויפגעשטאנען פריער, און די מוהל, סנדק, און אבי הבן האבן אנגעטון א קיטל צום ברית[10]. רבי שמעון סופר דרוקט זיך אויס אז "אלע מנהגי ק"ק מאטערסדארף זענען לויט ותיקין קדושי עליונים הגאון בעל פנים מאירות, והגאון המקובל איש אלקים מורינו רבי גרשון חיות זצ"ל, והגאון המקובל האלקי מורינו רבי ליב בן הגאון רבי שמואל חיים ישעי' זצ"ל, והגאון הקדוש המקובל מורינו רבי בער חסיד זצ"ל, בנו של הגאון מוהר"ש חסיד בעל המחבר ספר תוספות חדשים על גליון המשניות, ואאמ"ו מאור הגולה זצ"ל זכותם יגן עלינו"[11].
די שפראך וואס די אידן פון מאטערסדארף האבן גערעדט איז געווען אידיש, און זיי האבן גענוצט אידישע נעמען. מיט דער צייט האבן די מאטערסדארפער אידן אנגעהויבן רעדן דייטש אין שטוב אבער האבן געהאלטן די באנוץ פון אידישע נעמען ווייט אין דעם 19טן יארהונדערט אריין[12].
די זעלבסטשטענדיגע אידישע קהילה איז ערשט אין מערץ 1902 (תרמ"ב) צוזאמענגעשטעלט געווארן מיט דער גוי'אישע מאַרק געמיינדע. אבער, די אידישע פייערלעשער האט געהאלטן איר אויטאנאמיע און איז געווען מער עפעקטיוו ווי די קריסטליכע פייערלעשער פון דער שטאט. פון דאן איז די צאל אידן געשרינקען צוליב עמיגראציע צו גרעסערע שטעט; אין 1902 זענען זיי געפאלן צו 752, און ביי די צייט פונעם אנשלוס פון עסטרייך דורך דייטשלאנד (1938) צו 511.
רבנים
צווישן די בארימטע רבנים וואס האבן געדינט אין דער קהילה זענען געווען:
- רבי יהודה לייב פראנקפורטער (רב בערך ת"צ–תצ"ז)
- זיין זון רבי נתן נטע פראנקפורטער (תק"ו–תקכ"ח)
- רבי גרשון ב"ר אברהם חיות (תקכ"ח–תקל"ח)
- רבי ירמיה מאטערסדארף (תק"מ–תקנ"ז)
- רבי יששכר בער ב"ר שמשון בלאך (תקנ"ח)
- רבי משה סופר (חתם סופר; תקנ"ח–תקס"ז)
- רבי צבי הירש חריף (תקס"ז–תק"ע)
- רבי שמחה בונם גינז שלעזינגער (תק"ע–תקפ"ט), ברודער פון רבי עקיבא אייגער
- רבי שמעון סופר (תר"ד–תר"כ), זון פון חתם סופר
- רבי שמואל עהרנפעלד ("חתן סופר"; תרל"ז–תרמ"ג), אייניקל פון חתם סופר
- זיין זון רבי שמחה בונם עהרנפעלד
- זיין זון רבי שמואל עהרנפעלד, לעצטער רב פון מאַטערסדאָרף (תרפ"ו–תרצ"ח) און גרינדער פון קרית מאטערסדארף אין ירושלים.
חורבן
אין 1938 האבן די נאציס חרוב געמאכט די שול און אנדערע קהל'ישע אינסטיטוציעס, געשעדיגט דעם אידישן קווארטאל, און פארניכטעט פילע אידישע מציבות. א טייל פון די קהילה האט עמיגרירט, און די איבריגע, בערך 100, זענען געווארן דעפּארטירט צו די פארניכטונגס־לאגערן.
די איבערבלייבענישן פון די אידישע געגנט איז שפּעטער חרוב געווארן דורכאויס מאדערניזירונג-פּראיעקטן, און ביז 1970 איז בלויז אַן אלטער בית-עולם איבערגעבליבן אלס זכר פון דער אלטער קהילה. בערך 7,000 דאקומענטן פון די קהילה-ארכיוון זענען פּרעזערווירט געווארן אין די צענטראלע שטאַט-אַרכיוון אין אייזענשטאַדט.
נאך דער גרינדונג פון מדינת ישראל האט רבי שמואל עהרנפעלד, אַן אייניקל פונעם חתם סופר, געגרינדעט אין ירושלים דעם קווארטאל קרית מאטערסדארף צום אנדענק פון זיין בורגנלאַנדער שטאַם. די אנגעזעענע ישיבה פון מאטערסדארף ווערט דארטן ווייטערגעפירט ביזן היינטיגן טאג.
א דענקמאל צום אנדענק פון דער געוועזענע אידישער קהילה פון מאטערסבורג איז געבויט געווארן אויפן ארט פון דער צעשטערטער שול און איז געעפנט געווארן אין 2017[13]. א גאס אין מאטערסבורג איז גערופן געווארן נאך דעם לעצטן רב, רבי שמואל עהרנפעלד.
געאגראַפיע
מאַטערסבורג געפינט זיך אין צפונ'דיגן טייל פון בורגנלאַנד, מזרח פון ווינער נוישטאָט, אין וואולקאַטאַל (Wulkatal).
ביבליאגראפיע
- יקותיאל יהודה גרינוואלד, מצבת קודש, ניו יארק, תשי"ב
- ר' יואל בונם טויסיג, מנהגי הקהילות, תשס"ה
- שלמה שפיצר, קהילות אוסטריה, תשע"ו
- יצחק נחמן שטראה, קרית סופרים: קטעים מפנקסי קהילת עתיקת היומין מאטערסדארף, תשע”ד
- Anna Mayer-Benedek. (2017). Jüdisches Mattersburg Leben und Vertreibung jüdischer Mitbürger.
- Carole Garbuny Vogel, Constructing a Town-Wide Genealogy: Jewish Mattersdorf, Hungary, 1698–1939. Avotaynu, April 1, 2007
דרויסנדיגע לינקס
- מטרסדורף (אוסטריה), אויפ'ן וועבזייטל פון דער מדינת ישראל נאציאנאלער ביבליאטעק
- Die jüdische Gemeinde Mattersburg
- "מאטערסדארף", אויף JewishGen (ענגליש)
- גאלעריע פון מציבות פון בית החיים אין מאטערסדארף, דער טראנסקיבירער
- מיר עראינערן, וועבזייטל צו געדענקן די אידישע מאטערסדארף (דייטש)
- 70er Haus
רעפערענצן
- ↑ אלטערנאטיווע נעמען: מט"ד, מאַטטערסדאָרף, מאַטעסבורג, מאַטסדאָרף, מאַדרסדאָרף, מאַטעסדאָרף, מוטערסדאָרף. בערל כהן, ספר הפרענומעראנטן, תשל"ה, עמ' 159
- ↑ שו"ת חתם סופר, ליקוטי שו"ת סי' מא
- ↑ 3.0 3.1 3.2 3.3 מאיר דויטש, On the history of Mattersdorf – pitputim
- ↑ 4.0 4.1 4.2 4.3 4.4 4.5 Yehouda Marton, "Mattersdorf", Encyclopaedia Judaica, 2007.
- ↑ Lilli Tauber, Centropa
- ↑ Mayer-Benedek, A. (2017). Jüdisches Mattersburg Leben und Vertreibung jüdischer Mitbürger.
- ↑ שו"ת חתם סופר, חלק ב' יורה דעה, סי' רלט
- ↑ Vogel, C. G. (2020). Mattersdorf, Hungary During Cholera, 1831–1832, And the 1836 Jewish Census Created in Its Wake. Avotaynu, XXXVI(2)
- ↑ רבי דוד אופנהיים, נשאל דוד, רעדאגירט דורך יצחק דוב פעלד, תשל"ב, עמ' קיד–קיט, אורח חיים סי' כג
- ↑ שמואל בדורו, געברענגט אין א שמועס פון וויענער רב, ג' ויצא תשע"ה, מיט א טעם פון רבי ישכר דוב פון בעלזא.
- ↑ רבי שמעון סופר, מכתב סופר ב, יו"ד סי' כח, אין א בריוו צו רבי יהודה לייב אייגער
- ↑ זעט: ד. סטאלעק, "מאַטעריאַלן צום בורגנלענדער יידיש" אין פילאָלאָגישע שריפטן, באַנד 2, ווילנער פאַרלאַג פון ב. קלעצקין, 1928 זז' 265–279
- ↑ Wolfgang Weisgram, Jüdische Geschichte: Mattersburg erinnert sich an sich selber, אויף DER STANDARD, נאוועמבער 2, 2017