רבי גרשון חיות

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי גרשון חיות
געבורט ה'תע"ב
פטירה ט"ו אדר ה'תקמ"ט (אלט: 77 בערך)
ניקלשבורגער רב
תקל"ח–תקמ"ט
מאטערסדארפער רב
תקכ"ח–תקל"ח
→ רבי נתן נטע פראנקפורטער
רבי ירמיה מאטערסדארף ←

רבי גרשון בן אברהם חיות (מב"ש, ראשי תיבות פאר מבורקנשטאדט; תע"ב–תקמ"ט) איז געווען א בארימטער גאון און מקובל, רב אין ניקלשבורג און הויפט רב פון מעהרן. ער איז געווען אן אייניקל פון רבי מנחם מענדל קראכמאל.

ביאגראפיע

רבי גרשון חיות איז געבוירן אין דער שטאט בורגקונשטאט (Burgkunstadt) אין צפון בייערן אין תע"ב צו זיין פאטער רבי אברהם ב"ר יוסף באקשטט, איידעם פון רבי מנחם מענדל, אייניקל פון רבי מנחם מענדל קראכמאל, ניקלשבורגער רב.

רבי גרשון האט געדינט אין עטליכע רבנישע שטעלעס דורכאויס זיין לעבן. אין תק"י איז ער געווען דער רב פון האָצענפּלאָץ (Osoblaha) אויף דער גרעניץ פון שלעזיע און מעהרן. דארט האט ער געשטיצט רבי יהונתן אייבעשיץ אין זיין מחלוקת מיט רבי יעקב עמדין און ז' מרחשון תקי"ב האט ער אויסגערופן א חרם אויף דער יעב"ץ[1].

אין יאר תקי"ג (בערך) האבן די איינוואוינער פון צילץ (Zülz) אים געוואלט אננעמען אלס זייער רב, אבער ער איז קראנק געווארן, און געהאט א חלום וואו מ'ווארנט אים פון הימל אז די רבנות קומט זיך פאר רבי יעקב יצחק לאנדא פון דוקלא, און אויב וועט ער עס צונעמען וועט ער נפטר ווערן פון די קרענק[2].

אין תקכ"ח איז רבי גרשון געווארן דער רב פון מאטערסדארף. אין זומער תקל"ח איז ער ערוועלט געווארן צו ווערן רב פון ניקלשבורג, אויפ'ן ארט פון רבי שמעלקא, צו וואו ער איז אנגעקומען צוויי יאר שפעטער, אין דאנערשטאג, ט' אדר ב' תק"מ[3]. שפּעטער איז ער געקרוינט געווארן מיט דער פאזיציע פון "לאַנדעסראַבינער" (הויפט רב) פון מעהרן.

טראץ זיין אנגעזעענער שטעלע, האט רבי גרשון געליטן פון קאנפליקטן מיט די ניקלשבורגער ראשי קהילה, אבער צוליב דער "יודענאָרדנונג" פון 1753, וואס האט באשטימט ניקלשבורג אלס זיץ פון לאַנדעס-ראַבינאַט, איז אים נישט ערלויבט געווען צו גיין אין אן אנדער קהילה טראץ די קאנפליקטן[4].

אויסער זיין גרויסקייט אין נגלה, איז ער געווען אויך א געטליכער מקובל, און א וואונדערליכער געשיכטע ווערט דערציילט וויאזוי ס'איז אים געלונגען צוזאמען מיט זיין בית דין – צווישן זיי דער יונגער דיין רבי מרדכי בנעט (וואס איז דאן געווען בערך 32 יאר אלט און שפעטער איבערגענומען רבי גרשון אין די רבנות) – צו ארויסטרייבן א דיבוק פון א בחור אין ניקלשבורג. די מעשה וואס איז דעמאלט געווארן זייער נתפרסם, איז געדרוקט געווארן אין ביכלעך אין לשון-קודש און אידיש 'רוח חיים' אין תקמ"ה, מיטן הסכמה פון רבי גרשון אין זיין בית דין[5].

אין זיינע לעצטע יארן איז אים צוגעגעבן געווארן דעם נאמען יוסף, און ער איז נפטר געווארן אין פרייטאג, שושן פורים תקמ"ט.

ביבליאגראפיע

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. געדרוקט אין ספר 'לוחת עדות', אלטונא תקט"ו, דף כט:
  2. ר' פנחס קאצינלבויגן, יש מנחילין, ירושלים: מכון חת"ס, תשמ"ו, עמ' קסו, סי' סו
  3. רבי אברהם טרעביטש, קורות העתים, ברין, תקס"א, אות מז
  4. מילער, אורקונדליכע בייטראגע צו מעהרישע יודענשאפט, ז' 164–165.
  5. ספר רוח חיים (אידיש), געסקענטע ספר אויף מד"י ביבליאטעק וועבזייטל; ספר רוח חיים (לשון קודש), געסקענטע ספר אויף מד"י ביבליאטעק וועבזייטל