דרעפט:פרשת קדושים

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Arrow r.svg קדושים Arrow l.svg
פסוקים ויקרא יט, א - כ, כז
צאל פסוקים 64 (49'סטע)
צאל ווערטער 868 (49'סטע)
צאל אותיות 3229 (49'סטע)
אינהאלט לאנגע ליסטע פון מצוות
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך
עשה (13)  לא תעשה (38)
מורא פון עלטערן, איבערלאזן פאה, איבערלאזן לקט, איבערלאזן עוללות, איבערלאזן פרט, משפט'ן מיט צדק, תוכחה, אהבת חבירים, נטע רבעי ואכילתו, מורא מקדש, כבוד חכמים והידור זקן, תיקון מידות מדויקות, בית דין - מיתת שריפה פנייה לאלוהים אחרים, עשיית פסל, אכילת נותר, לקיחת פאה או לקט או עוללות או פרט, גניבה, הכחשת ממון ושבועה עליה, שבועת שקר, עשיקה, גזילה, הלנת שכר, קללת אדם מישראל, הכשלת אדם, עשיית עוול במשפט, משוא פנים, רכילות, הפקרת חיי הזולת, שנאת יהודי, הלבנת פנים, נקימה ונטירה, כלאי בהמה, כלאי זרעים, אכילת ערלה, אכילה כזולל וסובא, ניחוש, עינון, הקפת הראש, השחתת הזקן, קעקוע, העלאה באוב, מעשה יידעוני, הונאה במידות, איסור קללת הורים, הליכה בחוקות הגויים
הפטורה
רוב אשכנזים יחזקאל כב, א–טז
טייל אשכנזים עמוס ט, ז–טו
איטאליענער יחזקאל כ, א–כ
תימנים יחזקאל כ, א–טו
ספרדים און חב"ד יחזקאל כ, ב–כ

פרשת קְדֹשִׁים איז די זיבעטע סדרה פון ספר ויקרא, און די 30'סטע פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל י"ט, פסוק א', ביז קאַפּיטל כ', פסוק כ"ז, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 64 פסוקים און פיר פרשיות - דריי פתוחות און איין סתומה.


פרשת קדושים ווערט געליינט צווישן די דאטומען כ"ח ניסן און י"ג אייר (אין חו"ל). אין פשוט'ע יארן ליינט מען ופרשת קדושים אינאיינעם מיט'ן פריערדיגן פרשה - אחרי[א], ווען אינאיינעם באטרעפט די קריאה פון אחרי און קדושים 144 פסוקים.

פרשה אינהאלט

פרשת קדושים איז פון די פרשות וואס עס איז דא ביי דעם די מערסטע מצוות אין פארשידענע נושאים. אויף זייער פּראסט דענאמינאַטאר איז מעיד די פסוק אין אנהייב די פרשה ”וידבר ה' אל משה לאמר, דבר אל בני ישראל ואמרת אליהם קדושים תהיו כי קדוש אני ה' אלקיכם.” אויף דעם פסוק זאגט די מדרש אז די פרשה איז געזאגט געווארן ביי מעמד הקהל אנטקעגן גאנץ כלל ישראל ווייל אין די פרשה איז דא אסאך יסודות פון תורה.

מצוות אין דער פרשה

לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[1] זענען פארהאן 51 מצוות אין דער פרשה:

עשה / לאו מצוה מקור אקטועל היינט באפוילענע
1 עשה מורא האבן פון די עלטערן אִישׁ אִמּוֹ וְאָבִיו תִּירָאוּ (יט, ג) יא יעדער
2 לאו זיך נישט קערן צו עבודה זרה אַל תִּפְנוּ אֶל הָאֱלִילִים (יט, ד) יא יעדער
3 לאו נישט מאכן אן עבודה זרה וֵאלֹהֵי מַסֵּכָה לֹא תַעֲשׂוּ לָכֶם (יט, ד) יא יעדער
4 לאו נישט עסן נותר ...וְאִם הֵאָכֹל יֵאָכֵל בַּיּוֹם הַשְּׁלִישִׁי פִּגּוּל הוּא לֹא יֵרָצֶה וגו' (יט, ו–ח) ניין יעדער
5 עשה איבערלאזן פאה ביים עק פעלד [לֹא תְכַלֶּה פְּאַת שָׂדְךָ לִקְצֹר] ... לֶעָנִי וְלַגֵּר תַּעֲזֹב אֹתָם (יט, י) ניין יעדער (אין א"י)
6 לאו נישט נעמען פון די פאה לֹא תְכַלֶּה פְּאַת שָׂדְךָ (יט, ט) ניין יעדער (אין א"י)
7 עשה איבערלאזן לקט - די אראפגעפאלענע זאנגען [וְלֶקֶט קְצִירְךָ לֹא תְלַקֵּט] ... לֶעָנִי וְלַגֵּר תַּעֲזֹב אֹתָם (יט, י) ניין יעדער (אין א"י)
8 לאו נישט נעמען די לקט וְלֶקֶט קְצִירְךָ לֹא תְלַקֵּט (יט, ט) ניין יעדער (אין א"י)
9 עשה איבערלאזן עוללות (דעם עק) אין וויינגארטן [וְכַרְמְךָ לֹא תְעוֹלֵל] ... לֶעָנִי וְלַגֵּר תַּעֲזֹב אֹתָם (יט, י) ניין יעדער (אין א"י)
10 לאו נישט נעמען די עוללות וְכַרְמְךָ לֹא תְעוֹלֵל (יט, י) ניין יעדער (אין א"י)
11 עשה איבערלאזן פרט - די אראפגעפאלענע טרויבן [וּפֶרֶט כַּרְמְךָ לֹא תְלַקֵּט] לֶעָנִי וְלַגֵּר תַּעֲזֹב אֹתָם (יט, י) ניין יעדער (אין א"י)
12 לאו נישט נעמען די פרט וּפֶרֶט כַּרְמְךָ לֹא תְלַקֵּט (יט, י) ניין יעדער (אין א"י)
13 לאו נישט גנב'ען געלט לֹא תִּגְנֹבוּ (יט, יא) יא יעדער
14 לאו נישט לייקענען דאס האלטן געלט וְלֹא תְכַחֲשׁוּ (יט, יא) יא יעדער
15 לאו נישט שווערן פאלש אויף דאס האלטן געלט וְלֹא תְשַׁקְּרוּ (יט, יא) יא יעדער
16 לאו נישט שווערן פאלש (שבועת ביטוי) וְלֹא תִשָּׁבְעוּ בִשְׁמִי לַשָּׁקֶר (יט, יב) יא יעדער
17 לאו נישט אונטערדרוקן - האלטן א צווייטנס אייגנטום מיט פאפּעריי לֹא תַעֲשֹׁק (יט, יג) יא יעדער
18 לאו נישט גזל'ן וְלֹא תִגְזֹל (יט, יג) יא יעדער
19 לאו נישט איבערנעכטיגן די אפצאל פאר אן ארבעטער לֹא תָלִין פְּעֻלַּת שָׂכִיר אִתְּךָ עַד בֹּקֶר (יט, יג) יא יעדער
20 לאו נישט שעלטן א איד לֹא תְקַלֵּל חֵרֵשׁ (יט, יד) יא יעדער
21 לאו נישט שטרויכלן א איד מיט א שלעכטע עצה וְלִפְנֵי עִוֵּר לֹא תִתֵּן מִכְשֹׁל (יט, יג) יא יעדער
22 לאו נישט פארדרייען דעם דין לֹא תַעֲשׂוּ עָוֶל בַּמִּשְׁפָּט (יט, טו) יא מענער-דיינים
23 לאו נישט מכבד זיין דעם חשוב'ן ביי דין תורה וְלֹא תֶהְדַּר פְּנֵי גָדוֹל (יט, טו) יא מענער-דיינים
24 עשה משפט'ן מיט יושר בְּצֶדֶק תִּשְׁפֹּט עֲמִיתֶךָ (יט, טו) יא מענער-דיינים
25 לאו נישט רעדן רכילות לֹא תֵלֵךְ רָכִיל (יט, טז) יא יעדער
26 לאו נישט לאזן א איד שטארבן לֹא תַעֲמֹד עַל דַּם רֵעֶךָ (יט, טז) יא יעדער
27 לאו נישט פיינט האבן א איד לֹא תִשְׂנָא אֶת אָחִיךָ בִּלְבָבֶךָ (יט, יז) יא יעדער
28 עשה זאגן מוסר הוֹכֵחַ תּוֹכִיחַ אֶת עֲמִיתֶךָ (יט, יז) יא יעדער
29 לאו נישט פארשעמען א איד וְלֹא תִשָּׂא עָלָיו חֵטְא (יט, יז) יא יעדער
30 לאו נישט טון נקמה לֹא תִקֹּם (יט, יח) יא יעדער
31 לאו נישט האלטן א פיינטשאפט אויף א איד וְלֹא תִטֹּר (יט, יח) יא יעדער
32 עשה אהבת ישראל וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲךָ כָּמוֹךָ (יט, יח) יא יעדער
33 לאו כלאי בהמה - נישט פּארן א בהצה מיט א צווייטע מין בְּהֶמְתְּךָ לֹא תַרְבִּיעַ כִּלְאַיִם (יט, יט) יא יעדער
34 לאו כלאי זרעים - נישט פלאנצן צוויי סארטן פלאנצונגען שָׂדְךָ לֹא תִזְרַע כִּלְאָיִם (יט, יט) יא יעדער
35 לאו נישט עסן ערלה שָׁלֹשׁ שָׁנִים יִהְיֶה לָכֶם עֲרֵלִים לֹא יֵאָכֵל (יט, כג) יא יעדער
36 עשה נטע רבעי - עסן די שניט פון פערטע יאר אין ירושלים וּבַשָּׁנָה הָרְבִיעִת יִהְיֶה כָּל פִּרְיוֹ קֹדֶשׁ הִלּוּלִים לַה' (יט, כד) ניין יעדער (אין א"י)
37 לאו נישט פרעסן און זויפן לֹא תֹאכְלוּ עַל הַדָּם (יט, כו)[2] ניין מענער
38 לאו נישט מנחש זיין - נישט פאסן באשלוסן לויט סימנים לֹא תְנַחֲשׁוּ (יט, כו) יא יעדער
39 לאו לא תעוננו - נישט באשטימען מזל'דיגע צייטן[3] וְלֹא תְעוֹנֵנוּ (יט, כו) יא יעדער
40 לאו נישט שניידן די פאות (פון קאפ) לֹא תַקִּפוּ פְּאַת רֹאשְׁכֶם (יט, כו) יא מענער
41 לאו נישט שניידן די עקן (פאות) פון בארד וְלֹא תַשְׁחִית אֵת פְּאַת זְקָנֶךָ (יט, כו) יא מענער
42 לאו נישט מאכן א כתובת קעקע וּכְתֹבֶת קַעֲקַע לֹא תִתְּנוּ בָּכֶם (יט, כח) יא יעדער
43 עשה מורא האבן פון בית המקדש וּמִקְדָּשִׁי תִּירָאוּ (יט, ל) יא יעדער
44 לאו נישט טון "מעשה אוב" אַל תִּפְנוּ אֶל הָאֹבֹת (יט, לא) יא יעדער
45 לאו נישט טון "מעשה ידעוני" ...וְאֶל הַיִּדְּעֹנִים (יט, לא) יא יעדער
46 עשה מכבד זיין חכמים מִפְּנֵי שֵׂיבָה תָּקוּם (יט, לב) יא יעדער
47 לאו נישט באקריוודען א צווייטן מיט מאָסן לֹא תַעֲשׂוּ עָוֶל בַּמִּשְׁפָּט בַּמִּדָּה בַּמִּשְׁקָל וּבַמְּשׂוּרָה (יט, לה) יא יעדער
48 עשה אנרעכטן יושר'דיגע מאָסן מֹאזְנֵי צֶדֶק אַבְנֵי צֶדֶק אֵיפַת צֶדֶק וְהִין צֶדֶק יִהְיֶה לָכֶם (יט, לו) יא יעדער
49 לאו נישט שעלטן די עלטערן אִישׁ אִישׁ אֲשֶׁר יְקַלֵּל אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ וגו' (כ, ט) יא יעדער
50 עשה אויספירן מיתת שריפה בָּאֵשׁ יִשְׂרְפוּ אֹתוֹ וְאֶתְהֶן (כ, יד) ניין מענער-בית דין
51 לאו נישט גיין אין די וועגן פון די גויים וְלֹא תֵלְכוּ בְּחֻקֹּת הַגּוֹי אֲשֶׁר אֲנִי מְשַׁלֵּחַ מִפְּנֵיכֶם (כ, כג) יא יעדער

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין ניין אנדערע דאטומען:

אינאיינעם מיט פרשת אחרי:

באַזונדער:

הפטורה

די ספרדיש'ע, און די תימענ'ע, איטאליענער און חב"ד, ליינען די הפטורה פון פרשת קדושים אין ספר יחזקאל, קאַפּיטל כ'; די איטאליענער ליינען פסוקים א'–כ'; די תימענ'ע פסוקים א'–ט"ו[4]; ביי די ספרדים און ביי חב"ד פסוקים ב'–כ'[5]. אין די הפטורה מוסר'ט יחזקאל די אידן פאר'ן נישט איינהאלטן די באפעלן וואס דער גאט האט זיי איבערגעגעבן נאך יציאת מצרים.

פיל אשכנזי'שע ליינען אין ספר יחזקאל, קאַפּיטל כ"ב, פסוקים א'–ט"ז - "הֲתִשְׁפֹּט הֲתִשְׁפֹּט" (די הפטורה פון די די נישט-אשכנזי'שע קהילות פאר פרשת אחרי)[ב]. רבי יחיאל מיכל טוקטשינסקי ברענגט אז דער מנהג אין ירושלים איז געווען צו ליינען אום אחרי "התשפט", און פאר קדושים הלא כבני כושיים[7], אבער עס איז ווארשיינליך אנטוויקלט געווארן דורך א טעות[8].

למעשה שטעלט זיך גאר זעלטן אויס צו ליינען די הפטורה פון קדושים, וויבאלד אין פשוט'ע יארן ליינט מען די פרשה אינאיינעם מיט פרשת אחרי, און כאטש וואס מיר פסק'ען געווענליך ביי באהאפטענע פרשיות צו ליינען די הפטורה פונעם צווייטן[9], שרייבט דער מרדכי[10], אז ביי אחרי-קדושים זאל מען ליינען די הפטורה פון אחרי (הלא כבני כושיים), און דער רמ"א ברענגט אים אראפ און פסק'נט אזוי אויס[11][ג]. אין עיבור יארן, ווען מען ליינט יא די פרשה באזונדער, געפאלט עס אין זשה און בחה יארן אום ראש חודש אייר, און מען ליינט די הפטורה פון שבת ראש חודש, "השמים כסאי"; און אין ארץ ישראל, אין בשז און גכז יארן, געפאלט עס א טאג בעפאר ראש חודש, און מען ליינט די הפטורה "מחר חודש".

ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען ספר ישעיהו, קאַפּיטל ג', פסוק ד' - קאַפּיטל ה', פסוק י"ז.

דרויסנדיגע לינקס

טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת קדושים", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

נאטיצן

  1. כדי צו צופאסן די 54 פרשיות צו די מערסטנס 48 שבתים אין א שנה פשוטה אין וועלכע מען ליינט א פרשה, ימים טובים אויסגעשלאסן.
  2. עס איז געווען אן אור-אלטע אשכנז'ישער מנהג מפטיר צו זיין פרשת אחרי "התשפט" אזוי ווי די ספרדים, און עס ווערט געברענגט אין פיל אשכנז'ישע כתבי יד. שפעטערע ראשונים האבן געשריבן אז עס א טעות, און די ריכטיגע הפטורה איז הלא כבני כושים, און אזוי איז איינגעפירט געווארן למעשה אין גאנץ אשכנז[6].
  3. דער טעם דערצו איז וויבאלד די הפטורה פון פרשת קדושים לויט מנהג אשכנז איז התשפט, וועלכע רעדט זיך איבער שטראף־רייד צו די אידן און אינעם גנות פון ירושלים, ענליך צו דער הפטורה פון "הודע את ירושלים", וועלכע רבי אליעזר אין דער משנה אסר'ט צו ליינען[12], און כאטש וואס די הלכה איז נישט ווי רבי אליעזר[13] האט מען זיך פארט צוריקגעהאלטן פון דאס ליינען. דער לבוש קריגט דערויף, און וויל לערנען אינעם מרדכי אז מען ליינט דווקא יא התשפט[14], אבער אויף למעשה האבן רוב פוסקים אנגענומען ווי דער רמ"א[15].

רעפערענצן

  1. ספר החינוך, מצוות ריברסב.
  2. סנהדרין סג, א.
  3. און אריינגערעכנט אינעם לאו איז מאכן אויג-פארבלענדנדע קינצן.
  4. משנה תורה להרמב"ם סדר התפילה ה׳, ד'.
  5. אבודרהם סדר העיבור, סדר הפרשיות וההפטרות.
  6. "מנהג הפטרות אחרי וקדושים", תורת הקורא 202, תשפ"ד.
  7. ניסן אהרן טוקצינסקי, ע"ד הפטרות אחרי וקדושים, תבונה 3, תש"ג, עמ' קל"ד.
  8. זעט אהרן נייוירטה, על הפטרת אחרי/קדושים הנדירה, אור ישראל ז', עמ' קנז; מאיר סטלביץ, ע"ד הפטרות אחרי וקדושים, תבונה 4, תש"ד, עמ' ט'-י'.
  9. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן רפ"ד, סעיף ז'.
  10. מרדכי, מגילה כט. ד"ה ר"ח ר"ח טבת שחל להיות בשבת כו'.
  11. רמ"א, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ח'; אזוי אויך אין מהרי"ל און רבי יצחק אייזיק טירנא, ספר המנהגים, אין הקדמה.
  12. מגילה כה.
  13. רי"ף מגילה טז, ב, רא"ש, מגילה כה, א.
  14. רבי מרדכי יפה, לבוש החור, סימן תצ"ג, סעיף ד' אין הגהה; סימן תכ"ח סעיף ח
  15. מגן אברהם בשם דער ב"ח און נאך. זעט אין מטה משה, סימן תנ"ד וואו ער קריגט אויפ'ן לבוש.



* קדושים קאטעגאריע:ניסן קאטעגאריע:אייר קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען