רוי:קאסאן (חסידות)

פון המכלול
ווערסיע פון 12:37, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

קאסאן איז אן אונגאריש חסידות געגרינדעט אין די תר״מ יארן דורך רבי יהוסף ראטנבערג, איידעם און ממלא מקום פון רבי משולם פייש פון טאש.  

דאס חסידות שטאמט פון דעם זידיטשויבער חסידות, און איז הויפטקווארטירט היינט אין בארא פארק, ברוקלין. דער היינטיקער קאסאנער רבי איז רבי מאיר יהוסף ראטנבערג.

געשיכטע

ערשטער דור

רבי יהוסף ראטנבערג איז געבוירן געווארן ג' אב ה'תרי"ג. זיין פאטער הרב צבי הירש פון טלוסט איז געווען א זון פון רבי יוסף, רב אין קאזאווע, און רייזל, א טאכטער פון רבי צבי הירש פון זידיטשויב. זיין מוטער חיה דרעזיא איז געווען א טאכטער פון הרב שמואל ווילנער, רב אין האליטש. רבי יהוסף איז געווען א תלמיד פונעם צאנזער רב און פון רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים פון סיגעט. ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון רבי משולם פייש הלוי, אדמו"ר אין טאש. נאָך זיין שווער׳ס פטירה האבן די חסידים גענומען אים צו זיין ממלא מקום, אזוי ווי זיין שוואגער אלימלך איז נאך געווען זייער יונג, אכט יאר אלט. ער האט געדינט נאכהער אין נירמאדע, דעברעצין און קאסאן. ער האט מחבר געווען דאס ספר "בני שלשים". ער איז נפטר געווארן כ"ג חשוון ה'תרע"ב.

צווייטער דור

  • רבי חיים שלמה דער זון פון רבי יהוסף האט איבערגענומען זיין פאטער׳ס רעביסטעווע. ער איז געווען אן איידעם פון רבי אשר ישעיה פון קאלבאסאוו. ער האט געדינט אין ניראדאן, דערנאך אין דעברעצין און צום סוף אין קאסאן. זיין זון האט ארויסגעגעבן זיינע תורות אין דעם ספר "שמועה טובה". ער איז נפטר געווארן ו' טבת תר״ף. נאָך זיין פטירה האבן ביידע זיינע ברידער און זיין זון געפירט.
  • רבי משה שמואל, זון פון רבי יהוסף, האט געפירט אין קליינווארדיין. סוף פון זיינע טעג איז ער אריבער צו די פאַראייניגטע שטאַטן און האט געוואוינט אין לאס אנדזשעלעס. ער איז נפטר געווארן ט״ז אייר תש״ו.
  • רבי ישראל צבי, זון פון רבי יהוסף, איז געווען אן איידעם (צוויי מאָל) פון זיין ברודער רבי חיים שלמה, און ביים דריטן זיווג אן איידעם פון רבי שלום אליעזר האלבערשטאם פון ראצפערט. נאָך דער פטירה פון זיין ברודער און שווער, האט ער אנגעהויבן פירן א רעביסטעווע. ער איז געווען א ראש ישיבה. אין די חורבן יארן האט מען אים אריבערגעפירט אין דער בערעגסאזער געטא און פון דאָרט קיין אוישוויץ וואו ער איז דערמארדעט ג׳ סיון תש״ד מיט זיין זון רבי אלטער חיים שלמה. זיין איידעם (ביים זיווג ראשון) איז געווען רבי חנניה יום-טוב ליפּא טייטלבוים פון נירבאטור. זיינע תורות זענען געדרוקט אינעם ספר "אור מלא".

דאס חסידות נאך חורבן אייראפע

די גזע פון רבי חיים שלמה ראטנבערג דער "שמועה טובה"

  • רבי משה שמואל פון דעברעצין. 
רבי אשר ישעיהו ראטנבערג פון קאסאן מיט זיין איידעם מוהרא"ש פון בראסלעוו
    • רבי אשר ישעיהו ראטנבערג (ד' אלול ה'תרע"ה - א' ניסן ה'תש"ע) ממלא מקום פון זיין פאטער. 
      • רבי יעקב יהוסף אין בארא פארק.
      • זיין איידעם רבי מאיר יהוסף ראטנבערג פון קאסאן בארא פארק.
      • זיין איידעם הרב אליעזר שלמה שיק פון ברסלב. זון של רבי מנחם זאב אב"ד טאקאי.
    • רבי חיים שלמה פון קאזעווע. איידעם פון רבי ישראל דוד פון שאץ.
      • רבי טוביה אין פלעטבוש.
      • זיין איידעם רבי חיים יהודה לייב פון קאסאן-פארשיי.
    • רבי יחיאל מיכל פון קאסאן בארא פארק. 
      • רבי יעקב פון סאלקא-מאנסי. 
  • זיין איידעם רבי יואל צבי ראטה אב"ד טיסא-סאלקה 

גזע פון רבי משה שמואל ראטנבערג פון קליינווארדיין

  • רבי פנחס שלום זון פון רבי משה שמואל האט אימיגרירט אין די תר״פ יארן אין די פאראייניגטע שטאטן האט געדינט אין דעם בראנקס און דערנא אין ברוקלין. ער איז געווען אן איידעם ביירבי נפתלי ערליך פון דעלאטין (איידעם פון רבי שלמה יעקב פון זידיטשוב). נפטר כ"ד תמוז ה'תשכ"ו.
    • רבי מנחם ישראל (-תשס"ג) האט געהייראט פריידא גיטל, טאכטער פון רבי יוסף מאיר רובין פון קערעסטיר; ער איז געווען זיין פאטער׳ס ממלא אין דעם בראנקס און שפעטער האט ער געפירט אין בארא פארק. זיין בית מדרש הייסט "עטרת שלום". ער האט ווידער ארויסגעגעבן דאס ספר פון רבי יהוסף, "בני שלשים", אויך האט ער רעדאגירט און פארעפנטלעכט דאס ספר "אור מלא" פון זיין עלטער־פֿעטער רבי ישראל צבי.
      • רבי מאיר יהוסף ממלא מקום פון זיין פאטער. האט אויפגעשטעלט א נייעם חרדישן יישוב אין לינדן, ניו דזשערזי. איידעם ביי זיין קרוב (שלישי ברביעי) רבי אשר ישעיהו פון קאסאן בני ברק.
      • רבי משה שמואל קאסאנער רבי אין לאנדאן. האט א ישיבה ״עדות ביהוסף״.
      • רבי נפתלי צבי, קאסאנער רבי
      • הרב אברהם ברוך, קאסאנער רבי אין לייקוואוד. איידעם ביי רבי צבי מאיר פאנעט פון דעעש.
      • רבי חיים יהודה לייביש פון פארשיי, מאנסי (קהל נצח ישראל). איידעם ביי זיין קרוב רבי חיים שלמה פון קאזעווע.
      • רבי ישעיה משולם פייש אדמו"ר פון ראזלא אין ביתר. איידעם ביי רבי אהרן מרדכי רוטנער
    • רבי משולם פייש (כ"ח כסלו תרצ"ב - ב' אדר א' תשע"ד) איידעם ביי רבי יחיאל מיכל מאסקאוויטש פון שאץ-מעליץ. רבי אין גבעת רוקח, בבני ברק.[1]

קאסאנער ספרים

  • בני שלשים - פון דער גרינדער פון דער דינאסטיע, רבי יהוסף ראטנבערג.
  • שמועה טובה - פון דעם צווייטן רבי חיים שלמה ראטנבערג.
  • אור מלא - פון רבי ישראל צבי ראטנבערג.
  • חסידים הראשונים - פון רבי מנחם ישראל ראטנבערג פון קאסאן-בראנקס.
  • שערי המידות - פון רבי יואל צבי ראטה פון סאלקא.
  • מעט צרי - פון רבי יואל צבי ראטה פוןסאלקא.

ביבליאגראפיע

וועבלינקען