רבי מרדכי טווערסקי
רבי מרדכי טווערסקי (גערופן: רבי מאטעלע טשערנאבילער אדער טשערנאבילער מגיד; טשערנאביל, ה'תק"ל – קיעוו, כ' אייר ה'תקצ"ז), איז געווען דער צווייטער טשערנאבילער רבי. זיינע אלע זון זענען אויך געווען רבי'ס, טייל נאך ווען ער האט געלעבט, שטייענדיג אין שפיץ פון די גרויסע חסיד'ישע הויפן טשערנאביל, טריסק, טאלנא, סקווירא און ראחמיסטריווקא, צווישן אנדערע.
![]() | |||||
דער אוהל אויפן ציון אין אנאטיווקא | |||||
געבורט |
1770 ה'תק"ל טשערנאביל | ||||
---|---|---|---|---|---|
פטירה |
כ' אייר ה'תקצ"ז (אלט: 67 בערך) קיעוו | ||||
כינוי | רבי מאטעלע טשערנאבילער | ||||
מקום קבורה |
אנאטיווקא 50°23′08″N 30°12′25″E / 50.3856005°N 30.2069828°E ![]() | ||||
מדינה | אוקראינע | ||||
וואוין אָרט | טשערנאביל | ||||
טעטיגקייט אָרט | טשערנאביל און ארום | ||||
תחומי עיסוק | אדמו"ר | ||||
תפקידים נוספים | מגיד מישרים | ||||
רבי'ס | דער מאור עינים | ||||
תלמידים | רבי ישראל דב פון ווילעדניק, רבי אברהם דוב אויערבאך, רבי ישראל יוסף גינזבורג. | ||||
ספרים | ליקוטי תורה | ||||
ווייב |
| ||||
דינאסטיע | טשערנאביל | ||||
טאטע | דער מאור עינים | ||||
מאמע | שרה | ||||
צאל קינדער | 11 | ||||
חותנים | |||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
|
ביאגראפיע
רבי מאטעלע איז געבוירן אין טשערנאביל צו שרה און רבי מנחם נחום פון טשערנאביל, א תלמיד פון בעל שם טוב און רבי דוב בער פון מעזריטש און מחבר פון מאור עינים. אין זומער תקל"ב, ווען ער איז געווען ארום דריי יאר, איז רבי מאטעלע א חתן געווארן מיט רעביצין חיה שרה, א טאכטער פון רבי אהרן הגדול פון קארלין, וועלכער איז נפטר געווארן עטליכע חדשים פריער אין י"ט ניסן[1].
די חתונה איז פארגעקומען אין יאר תקמ"ג אדער תקמ"ד[1]. מיט איר האט ער געהאט דריי זין און איין טאכטער. נאך וואס זי איז אוועק האט ער חתונה געהאט צו פייגא, א טאכטער פון רבי דוד לייקעס, א תלמיד פון בעל שם טוב[2], און געהאט מיט איר נאך פינף זין און צוויי טעכטער.
נאך די פטירה פון זיין פאטער אין תקנ"ח, האט רבי מאטעלע איבערגענומען זיין ארט, אלס מגיד מישרים און רבי אין טשערנאביל. ער איז געווען זייער באליבט און פארהייליגט ביי די מאסן און פילע שטעט האבן אים באשטימט פאר זייער מגיד מישרים. ער האט געהאט אסאך חסידים דורכאויס גאנץ אוקראינע און וואהלין, וועלכע פלעגן קומען צו פארן צו אים אין די טויזנטער. אויך גדולי התורה זענען געווען צווישן זיינע תלמידים און חסידים, ווי למשל זיין תלמיד מובהק רבי ישראל דב פון ווילעדניק, מחבר פון "שארית ישראל", און רבי ישראל יוסף גינזבורג פון דאוויד-האראדאק (העב')[מקור פארלאנגט]. רבי שלום פון בעלזא האט אמאל געזאגט ביים שבת טיש, אז ווען זיי וואוינען ווען אין זעלבן לאנד וואלט ער געפארן פילע פרסאות צו זיין ביי רבי מרדכי[3].
אנדערש ווי זיין פאטער, וועלכער האט פארשפרייט די תורת החסידות בשעת'ן וואנדערן און געלעבט אין פשטות און ארעמקייט, האט רבי מרדכי געוואוינט אין א הערליך הויז און זיך געפירט מיט א ברייטן פארנעם. רבי מאטעלע פלעגט מאנען פון זיינע חסידים גרויסע סכומים פון געלט פאר פדיון[4]. אין זיין צייט איז אויך איינגעפירט געווארן דאס צאלן "מעמדות", א יערליכער שטייער וואס יעדער חסיד פלעגט צאלן פארן רבי'נס הויף, געזאמלט דורך שליחים געשיקט פון טשערנאביל. ביי חסידים פלעגט מען זאגן אז דאס געלט האט ער גענוצט אויסצוהאלטן די ל"ו צדיקים, אן אויפגאבע וואס ער האט איבערגענומען פון רבי לייב שרה'ס[5]. זיין ברייטער פירעכץ האט פאראורזאכט א געוויסע רייבעניש צווישן זיינע חסידים און די חסידים פון רבי ישראל פון רוזשין, וואס איז געווען זיין מחותן און פלומעניק (אייניקל פון זיין שוואגער רבי אברהם פון קארסטשאוו), וואס אויך ער האט זיך געפירט מיט ברייטקייט.
ווען צאר ניקאלאי דער ערשטער האט אין יאר תקס"ה פארלאנגט פון די אידן אין דער רוסישע אימפעריע אז זיי זאלן זיך רופן מיט א פּערמאנענטע פאמיליע-נאמען האט רבי מאטעלע אויסגעקליבן דעם נאמען "טברי'סקי" נאך דער שטאט טבריה, וואו עס האבן זיך באזעצט די חסידים וואס זענען ארויף קיין ארץ ישראל[6].
צווישן חסידים ווערט פארציילט אז אין יאר תקצ"ד, ווען רבי מרדכי האט נאך געלעבט, האט שוין דער רוזשינער א נאמען געגעבן פאר זיין זון רבי מרדכי שרגא פון הוסיאטין נאך זיין פעטער רבי מרדכי, זאגנדיג אז שוין אפאר יאר וואס דער פעטער איז נישט אויף דער וועלט, נאר גאר העכער דערפון.
ר' מאטעלע איז אוועק אין קיעוו, אום כ' אייר תקצ"ז, און איז בערדיגט געווארן אינעם דערנעבנדן דאָרף אנאטיווקא. חסידים זאגן אז עטליכע יאר פאר זיין פטירה האט ער באשטימט זיין מקום קבורה ביי דעם דאזיגן דארף, ווייל מען האט נישט געהערט דארט דאס קלינגען פון קלויסטער גלעקער וואס זאל שטערן זיין רו אין קבר.
פון די דברי תורה וואס ער האט געזאגט זענען פארעפנטליכט געווארן אינעם ספר "ליקוטי תורה", וואס ענטהאלט "הדרכות" מוסר, פשט, דרש, רמזים אויף תורה און ימים טובים. עס איז ערשינען אין טשערנאוויץ, אין יאר תר"כ[7], מיט די הסכמות פון רבי אברהם יעקב פון סאדיגער, רבי חיים פון צאנז, און רבי ישעיה שור פון יאַס. אין די נאכפאלגנדע יארן איז עס איבערגעדרוקט געווארן עטליכע מאל.
פאמיליע
זיינע אכט זין זענען געווען בארימטע רביים. פון זיין ערשטע פרוי חיה שרה האט ער געהאט:
- רבי אהרן, ממלא מקום פון טאטן אין טשערנאביל
- רבי משה, רבי אין קאריסטשאוו
- רבי יעקב ישראל אין טשערקאס
- מלכה, ווייב פון רבי יחיאל מיכל פון דראהאביטש, אן אייניקל פון רבי יוסף פון יאמפאלא
פון זיין צווייטע פרוי פייגא האט ער געהאט:
- רבי מנחם נחום, רבי אין מאקארוב
- רבי אברהם, רבי אין טריסק
- רבי דוד, רבי אין וואַסילקאָוו און שפעטער אין טאלנא, מחבר פון מגן דוד און ברכת דוד
- רבי יצחק, אין סקווירא
- רבי יוחנן, אין ראחמיסטריווקא
- חנה חיה (ה'תק"ע–ה'תרנ"ג), ווייב פון רבי דוד האראדעצקי, אייניקל פון רבי דוד לייקעס
- שיינדיל (ה'תקפ"א–ה'תרס"א), ווייב פון רבי דוב בער פרידמאן פון ליעווא, זון פון רבי ישראל פון רוזשין
זייערע קינדער און אייניקלעך פון די "טווערסקי" פאמיליע זענען געווען רבי'ס אין רוסלאנד און פוילן, און צווישן זיי זענען אויך געווען סוחרים און געלערנטע.
ביבליאגראפיע
- רבי מרדכי טווערסקי, אין "אנציקלופדיה יהודית" אויף "דעת"
- נפלאות הצדיקים, נפלאות הרב הקדוש מטשערנאביל, אויף אוצר החכמה
- אהרן דוד טווערסקי, היחס מטשרנוביל ורוזין, פרק ג', אויף אוצר החכמה
- ליבעסקינד, נפלאות הרה"ק מטשערנאביל: דער טשערנאבלער מגיד, ווארשא תרצ"ו, געסקענטע ספר אויף מד"י ביבליאטעק וועבזייטל
- ישעיה וואלף ציקערניק, ספורים ומאמרים יקרים, ווארשא תרסג, אויף היברובוקס
דרויסנדיגע לינקס
ספר ליקוטי תורה:
- ליקוטי תורה, לעמבערג תרל"ד, פונעם ליובאוויטשער קאלעקציע אינעם רוסישער שטאַט ביבליאָטעק
- ליקוטי תורה, פיעטרקוב תרמ"ט, אויף היברובוקס
- ליקוטי תורה, ירושלים תשס"א
- הדרכות פון רבי מרדכי פון טשערנאביל, מאנוסקריפט אויף נבמ"י
תולדות און עובדות:
- "רבי מרדכי מטשערנאביל זצ"ל - כ' אייר תקצ"ז", אשכול אויף אייוועלט
- הרב מנשה ישראל רייזמאן, יארצייט פון רבי מרדכי פון טשערנאביל זי"ע, שיעור צו זען אויף "קול הלשון", בהר בחוקתי תש"פ
- צדקת הצדיק, אויף גל עיני זייטל
- תולדות הרה"ק רבי מרדכי מטשערנאביל זצ"ל, אויף הידברות זייטל
- זוך אויף מרדכי בן מנחם נחום, מצ'רנובל, 1770-1837 אינעם מדינת ישראל נאציאנאלע ביבליאטעק
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 ילקוט מאורי אור, שיכון סקווירא תשנ"ז, עמוד רנ"א
- ↑ קהל חסידים החדש, פשעמישל, תרס"ב, עמ' 20
- ↑ ליקוטי תורה, אין הסכמה פון רבי יוסף שאול נאטאנזאהן
- ↑ זעט צום ביישפיל: אהרן דוד טברסקי, ספר היחס מטשרנוביל ורוזין, עמ' 60
- ↑ יוסף ליפשיץ, החכמה מאי"ן (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ שמואל גרובער, די משפחה נאמען טווערסקי, אורות, אייר תשפ"ג, אויף Academia.edu
- ↑ ספר ליקוטי תורה, טשערנאוויץ תר"כ, געסקענטע ספר אויף מד"י ביבליאטעק וועבזייטל