אכלו משמנים
אִכְלוּ מַשְׁמַנִּים וְסוֹלֶת רְבוּכָה |
אכלו משמנים איז א פארצייטישע זמר אויף די סעודה פון שבת חנוכה.
מקור
דער מחבר פונעם זמר איז אנגעצייכנט אויף די אקראסטיך אלס אברהם, עס איז אבער נישט באקאנט מער פרטים איבער אים. עס איז פארהאן וואס האבן עס מייחס געווען צו רבי אברהם אבן עזרא, אבער דאס געבוי פונעם זמר איז בכלל נישט ווי דעם אבן עזרא'ס שירים.
מען געפונט דעם זמר געדרוקט אין בענטשערלעך און אין זמירות'לעך געדרוקט אין אשכנז דורכאויס די יארן. צום ערשט געפונט מען דאס אין א בענטשערל געדרוקט אין פראג יאר רע"ה, זייט ביי זייט מיט א זמר אויף פורים מיט'ן זעלבן געבוי און אקראסטיך[3]. אין די שפעטערע יארן איז עס געדרוקט אין רבי בנימין הכהן'ס מחזור (ש"כ)[4], סידור בית יעקב.
קריטיק
אין שו"ת מהר"י מברונא[5] שטייט אז דער פיוט איז נישט נתחבר געווארן דורך א תלמיד חכם, וויבאלד די סעודות אום חנוכה זענען נישט קיין סעודות מצוה. אנדערע זענען געגאנגען נאך ווייטער, און דרוקן זיך אויס אז דאס איז פארפאסט געווארן דורך ליידיגגייער, און אז דער אינהאלט באשטעטיגט דאס[6].
פון די אנדערע זייט זענען געווען צדיקים וואס האבן זיך געפירט דאס צו זינגען ביים טיש (חסידות), צווישן זיי רבי פנחס קאריצער, די הויפן פון טשערנאביל און סקווירא, באבוב; עטליכע אייניקלעך פון צאנזער רב[7].
דער קדושת ציון האט געמאכט א ניגון אויף דעם זמר.
אינהאלט
דער תוכן פונעם זמר רעדט זיך ארום די סעודה פון שבת חנוכה, און רעכנט אויס פארשידענע נארהאפטיגע שפייזן וואס מען זאל איינקויפם לכבוד שבת חנוכה. עס דערמאנט אויך אז מען זאל פארקויפן פעלדער צו קענען איינקויפן אויף שבת חנוכה, און אז מען וועט נעכטיגן יעדן טאג צו מאל אינעם "וויין שטיבל".
די ווערטער "בית כור תמכור תחכור, תשכור בית כור" זענען עטוואס אומפארשטענדליך. עס זענען דא וואס שפעקולירן אז די ווערטער "בית כור" איז א ווערטער-שפיל וואס באציט זיך אויף א "באס-קור" - דאס איז ווי מ'האט גערופן אין מערב-אייראפע א הויף צו שטאפן עופות, און די כוונה איז "בית כור תמכור", מען זאל פארקויפן א פעלד, און מיט די געלט "תשכור באס-קור" זאל מען איינהאנדלען געשטאפטע עופות אויף שבת חנוכה[מקור פארלאנגט].
ביבליאגראפיע
- יעקב שמואל שפיגל, "על השיר 'אכלו משמנים' לשבת חנוכה", אור ישראל 30, טבת תשס"ג
דרויסנדיגע לינקס
- "דער ניגון האי האי בית כור לכבוד שבת חנוכה", אשכול אויף אייוועלט
- שמואל פוקס, אכלו משמנים, קול מבשר, 5>2>1>51#
- דער פיוט אכלו משמנים, אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל
- הרב פרופ' נריה גוטל, "הקולות לא יחדלון: עיון בפיוט אכלו משמנים"
- אכלו משמנים, דורך יונתן שטנצל אויף יוטיוב
- יוסף ויכלדר, "אכלו משמנים - שבת וחנוכה", המבשר תורני, ארטיקל
- דער פיוט אויף וויקיטעקסט
- איתי מרינברג, אמנות השיר: אכלו משמנים
רעפערענצן
- ↑ אנדערע שרייבן בטעות יונה, אבער לויט גראם קומט יונים, און אזוי איז עס אין די אלטע דרוקן
- ↑ אזוי איז די גירסא אין אלטע דרוקן און אין כתבי יד. שפעטער איז עס פארטוישט געווארן אויף תשכור
- ↑ ברכת המזון וזמירות, פראג, ער"ה, עמ' 50 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ בנימין הלוי, מחזור מעגלי צדק, סאביאנעטא, ש"כ, עמ' כג
- ↑ שו"ת מוהר"י מברונא, סימן קל"ז.
- ↑ רבי נחמן כהנא, ארחות חיים חלק ב', סימן רע"א, סעיף ח'.
- ↑ ירוחם אלי׳ ראזענפעלד, אור ישראל 32 תשס"ג סיון
חנוכה | |||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|
מצוות | קריאת ההלל • צינדן חנוכה ליכט • פרסומי ניסא | ||||||
חנוכה ליכט | חנוכה מנורה • הדלקה עושה מצוה • כבתה זקוק לה | ||||||
היסטאריע |
| ||||||
תפילות און פיוטים | על הנסים • הנרות הללו • מעוז צור • אכלו משמנים | ||||||
מנהגים | לאטקע • פאנטשקע • דריידל • חנוכה געלט | ||||||
פארשידנס | שבת חנוכה • זאת חנוכה • בית יוספ'ס קשיא • ווייסע הויז חנוכה צערעמאניע • קרבנות הנשיאים | ||||||
קאַטעגאָריע:חנוכה קאַטעגאָריע:פיוטים קאַטעגאָריע:אנאנימע ווערק