א' אדר
דאטום אין אידישן לוח
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ו איז נאר פארהאן איין חודש אדר, און דעריבער איז נישט דא קיין ל' אדר א'
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
א' אדר איז דער ערשטער טאג פונעם זעקסטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער ערשטער טאג פונעם צוועלפטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
| קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
|---|---|---|
| בחה (א') זשה (א') בחג זשג |
מאנטאג | תרומה |
| זחג (ב') | מאנטאג | פקודי |
| השג (ב') | מאנטאג | ויקרא |
| בשז (א') גכז (א') בשה גכה |
מיטוואך | תרומה |
| בחה (ב') זשה (ב') |
מיטוואך | פקודי |
| החא (א') | דאנערשטאג | תרומה |
| הכז | פרייטאג | תרומה |
| בשז (ב') גכז (ב') |
פרייטאג | פקודי |
| זחא זחג (א') |
שבת | משפטים |
| השא השג (א') |
שבת | תרומה |
| החא (ב') | שבת | פקודי |
חגים וזמנים
- אין צייטן פון בית המקדש האט מען אין דעם טאג אנגעהויבן בעטן דעם מחצית השקל, צו פינאנצירן די קרבנות ציבור פונעם נייעם יאר וואס וועט זיך אנהייבן א' ניסן[1]
- אין צייטן פון חז"ל האט מען אין דעם טאג אויסגערופן אויסצורייסן די כלאים פון די פעלדער, ווייל די געוויקסן זענען שוין קענטבאר[1]
געשעענישן
- ה'ת"ר (אדר א') – אנגעהויבן דער בלוט בלבול אין דמשק
געבוירן
יארצייטן
- בניהו בן יהוידע[מקור פארלאנגט]
- ד'תתקכ"ד (אדר א') – רבי אברהם אבן עזרא, א ראשון, פון די גרויסע מפרשים אויף תנ"ך
- ה'ת"ז – רבי עזריה פיגו, מחבר פון "גידולי תרומה"
- ה'תכ"ג (אדר א') – רבי שבתי כ"ץ, מחבר פון "שפתי כהן" (ש"ך) אויף שולחן ערוך
- ה'תק"ג – רבי עמנואל חי ריקי, מחבר פון "משנת חסידים"
- ה'תק"ס – רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין פון סאפרין
- ה'תקס"ה (אדר ב') – נפתלי הירץ וויזעל, לינגוויסט און דיכטער, פון די גרינדער פון דער השכלה באוועגונג
- ה'תרט"ו – רבי יצחק מאיר העשל, מגיד אין זשינקאוו
- ה'תרס"ו – רבי ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב
- ה'תרצ"ב – רבי אשר רובין, רב אין קארטשין
- ה'ת"ש – רבי ישראל פריינד, רב אין הוניאד
- ה'תש"ג – רבי בן ציון נסים פרדס, דער ירושלימ'ער דרשן
- ה'תש"ל (אדר א') – שמואל יוסף עגנון, שרייבער
- ה'תשנ"ה (אדר א') – רבי אברהם יחיאל לעמבערגער, רב פון מאקאווא