רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו
די ציון פון דער דגל מחנה אפרים | |
געבורט | מעזשיבוזש, אוקראינע |
---|---|
פטירה | י"ז אייר ה'תק"ס |
מקום קבורה | מעזשיבוזש |
מדינה | פוילן-ליטא |
רבי'ס | בעש"ט, רבי דוב בער פון מעזריטש, רבי וואלף קיצעס, רבי יעקב יוסף פון פולנאה |
ספרים | דגל מחנה אפרים |
רבי משה חיים אפרים (דער "דגל") פון סדילקאוו, (בערך ה'תק"ב – י"ז אייר ה'תק"ס), איז געווען אן אייניקל פון דעם בעל שם טוב, פון זיינע ממשיכים, און פון די ערשטע צו שרייבן חסיד'ישע ספרים.
ביאגראפיע
רבי אפרים איז געבוירן צו רבי יחיאל מיכל אשכנזי און אדל די טאכטער פון בעל שם טוב, אין שטאט מעזשיבוזש וואו זיין זיידע האט געוואוינט. איבער דאס יאָר פון זיין געבורט זענען פארהאן עטליכע מיינונגען[א]. יונגערהייט האט אים זיין זיידע שוין אנגערופן: "נכדי החתן החשוב כ' אפרים עילוי גדול בתכלית הלימוד"[ב]. לויט איין מקור איז ער א חתן געווארן מיט די טאכטער פון זיין פעטער רבי אברהם גרשון פון קיטוב, אבער צוליב וואס ער איז ארויף קיין ארץ ישראל איז דער שידוך נישט צושטאנד געקומען[4]. רבי אפרים האט למעשה חתונה געהאט צו פעסיל[5], אדער צו יענטא[1] אדער יענטל.
נאך די פטירה פון זיין זיידן האט ער געלערנט ביי זיינע תלמידים: רבי דוב בער פון מעזריטש, רבי וואלף קיצעס, און בעיקר ביי רבי יעקב יוסף פון פולנאה דער תולדות. רבי אפרים ווערט אבער נאך פאררעכנט ווי פונעם צווייטן דור פון חסידות, ווייל ער האט אליין מקבל געווען תורה פון זיין זיידן און ער ציטירט דירעקט זיינע ווערטער אין זיין ספר.
דער דגל האט געדינט אלס רב און מגיד מישרים אין סדילקאוו וואס איז נעבן שפיטיווקא און נישט ווייט פון מעזשיבוזש זיין געבורטס ארט. ער האט דארט שטארק געליטן פון רדיפות צוליב די התנגדות צו חסידות צוזאמען מיט ארעמקייט, צוליב וואס די קהילה האט אים נישט באזארגט זיין פרנסה[1]. אין יאר תקמ"ח בערך איז ער צוריק צו זיין געבורטס ארט, וואו זיין ברודער רבי ברוך פון מעזשיבוזש האט געדינט אלס רבי; דער דגל פלעגט דערפאר דאווענען אין בית המדרש פון זיין זיידן.
די ברידער זענען געווען זייער נאנט און עס האט געהערשט גרויס פריינדשאפט צווישן זיי, כאטש זיי האבן ביידע געפירט רעביסטווע אין זעלבן שטאט. רבי אפרים איז נישט ארויסגעשטאנען ביים לעבן אלס מנהיג פון א גרויסע קהילה, כאטש ער איז געווען באקאנט אלס דרשן; ווי זיין רבי דער תולדות יעקב יוסף איז זיין כח געווען גרעסער אין שרייבן ווי אין פירן א געמיינדע. זיין ברודער, פון דער אנדערער זייט, האט געפירט א גרויסע קהילה, ער איז אסאך ארומגעפארן צו די פארשידענע שטעטלעך אין אוקראינע וואו זיינע חסידים האבן געוואוינט, און אסאך פון די מנהיגים פון קומענדיגן דור אין חסידות האבן זיך געציילט צווישן זיינע תלמידים.
אום י"ז אייר, ערב ל"ג בעומר פון יאר ה'תק"ס (לויט אנדערע, ה'תקנ"ח[1]), איז רבי משה חיים אפרים אוועק. ער איז באהאלטן געווארן אין אוהל פון זיין זיידן אין מעזשיבוזש.
נאך זיין פטירה האבן זיינע זין נישט איבערגענומען זיין פירערשאפט אין מעזשיבוזש. נאך ביים לעבן האט זיין איידעם, רבי דוד הלוי איש הורוויץ, איבערגענומען זיין שטעלע אלס מגיד מישרים און אדמו"ר אין סדילקאָוו.
זיין ספר
רבי אפרים האט איבערגעלאזט שריפטן פון זיינע דברי תורה, צווישן זיי פילע מאמרים וואס ער האט געהערט פון זיין זיידן דער בעל שם טוב. אין יאר תק"ע האט זיין זון רבי יעקב יחיאל פון קאריץ זיי געדרוקט, געבנדיג א נאמען פאר דעם ספר "דגל מחנה אפרים". דאָס ספר ווערט פאררעכנט אלס אַ ספר יסוד אין חסידות.
פאמיליע
- רבי אפרים האט געהאט צוויי זין און צוויי טעכטער:
- זיין טאכטער עטל, פרוי פון רבי דוד הלוי איש הורביץ פון סדילקאוו[6].
- זיין זון רבי יצחק אשכנזי פון קאליס.
- זיין איידעם רבי יעקב יוסף, זון פון רבי חיים פון טשערנאוויץ דער "באר מים חיים".
- זיין איידעם רבי יוסף פון שפיטיווקא, אייניקל פון רבי פנחס קאריצער און רבי יעקב שמשון שעפעטיווקער.
- זיין זון רבי יוסף יחיאל פון מעזשביזש, איידעם פון רבי חנינא ליפא פון כמעלניק. ער איז געווען געשעצט ביי רבי ישראל פון רוזשין.
- זיין זון רבי יעקב יחיאל פון קאריץ.
- זיין איידעם רבי לייבוש פון כמעלניצקי.
- זיין איידעם רבי יוסף פון וואלאטשיסק, א זון פון רבי מרדכי פון קרעמניץ וועלכער איז געווען דער יונגסטער זון פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב.
היינט דינען צוויי פון זיינע אייניקלעך אלס רבי'ס פון סדילקאוו: רבי אריה לייב גלאנץ אין מאנסי, ניו יארק; און רבי אריה וואהל פון סדילקאוו אין בית שמש.
צו ליינען מער
- מכון משכנות יעקב, דער הייליגער דגל, אורות, אייר תשע"ח, אויף Academia.edu
דרויסנדע לינקס
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אייוועלט
סוג לא תואם [ 1 ] "משה חיים אפרים מסאדילקוב 'הדגל' י"ז אייר תק"ס 7647", אשכול אויף אייוועלט- אברהם כהנא, רבי משה חיים אפרים ב"ר יחיאל בעל "דגל מחנה אפרים", אין "ספר החסידות" (ווארשע ה'תרפ"ב), אויף "דעת"
- רבי משה חיים אפרים פון סדילקוב אויף אהלי צדיקים זייטל
- א באשרייבונג איבער זיין טאטע
נאטיצן
- ↑ די מיינונגען פון רבי אפרים'ס געבורט לויפן פון תצ"ז ביז תק"ח. אברהם כהנא שרייבט אין "ספר החסידות" אז ער איז געבוירן אין יאר ה'תק"ב, שמואל אבא האראדעצקי שרייבט אין "החסידות והחסידים" אז ער איז געבוירן אין יאר ה'תק"ח, ווידער אנדערע נעמען אן אז ער איז שוין געווען געבוירן אזוי פרי ווי ה'ת"ק[1] אדער נאך פריער[2][3].
- ↑ אין א בריוו צו זיין שוואגער רבי אברהם גרשון פון קיטוב. דער בריוו איז בערך פון יאר ה'תקי"ב.
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע דוד פרענקל, מכתבים מהבעש״ט ז״ל ותלמידיו, לעמבערג תרפ"ג, ע' ד - ↑ איידעם פון דער מאור עינים פון טשערנאביל.
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 1.2 1.3 מכון משכנות יעקב, דער הייליגער דגל, אורות, אייר תשע"ח, אויף Academia.edu
- ↑ שמעון דובנוב, תולדות החסידות, עמ' 205. ער דרינגט דאס אויף פונעם בעש"ט'ס בריוו געברענגט שפעטער, אז אין תק"י איז ער שוין געווען א חתן.
- ↑ זעט
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע שלמה אבי"ש, "קורות־חייו המקוריים של הבעש"ט זי"ע (ב)", היכל הבעש"ט ד, תשרי תשס"ד, הערה 23 - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע בריוו פון רבי יחיאל אשכנזי, מכתבים מהבעש״ט ז״ל ותלמידיו, לעמבערג תרפ"ג, ע' ה. טייל זענען אבער מפקפק אין פארלעסליכקייט פון דעם בריוו, זעט: מכון משכנות יעקב, דער הייליגער דגל, אורות, אייר תשע"ח, אויף Academia.edu - ↑ דגל מחנה אפרים, הוצאת "פאר מקדושים", בראש המחנה-פרקי תולדות, זעט דארט אן אריכות
- ↑ בן אחר בן פון דער של"ה