רבי זאב וואלף פון זיטאמיר
שער בלאט פון ספר "אור המאיר" | |
מקום קבורה | איוועניץ |
---|---|
פטירה |
ה' סיון ה'תקנ"ז איוועניץ |
טעטיגקייט אָרט | אוקראינע |
רבי'ס | רבי דוב בער פון מעזריטש |
ספרים | אור המאיר |
ווייב | עטיא אסתר, טויבא |
קינדער |
רבי ישראל דוב בער, רבי מנחם מענדיל, רבי צבי הירש, רבי יוסף, רבי דוד, רבי יחיאל מיכל, רבי פנחס פון קאלק. |
רבי זאב וואלף פון זיטאמיר (גערופן דער אור המאיר אויפן נאמען פון זיין ספר, אוועק ה' סיון ה'תקנ"ז[1], איז געווען פון דריטער דור פון חסידות, פון די גרויסע תלמידים ביי רבי דוב בער פון מעזריטש. ער איז קודם געווען א וויין סוחר, דערנאך האט ער געדינט אלס מגיד מישרים און פארשפרייט דעם תורת החסידות אין זיטאמיר.
ביאגראפיע
גאר ווייניג איז באקאנט איבער זיין זיין אפשטאם און זיינע יונגע יארן. זיין מאמע האט געהייסן יהודית, און זי איז געווען מיוחס צו רבי שאול וואהל. רבי זאב וואלף האט חתונה געהאט צו עטיא אסתר. נאך וואס זי איז אוועק האט ער חתונה געהאט צו טויבא, א טאכטער פון רבי צבי הירש מרגליות דער רב אין מעזריטש, וואס זי איז געווען די אלמנה פון רבי יצחק אייזיק כץ דער מחבר פון ספר "ברית כהונת עולם", און ער האט געהאט מיט איר דריי זון.
רבי זאב וואלף איז געווען א תלמיד פון דער מעזריטשער מגיד[א]. ער איז געווען זייער נאנט מיט נאך צדיקים פון יענעם דור, ווי רבי פינחס פון קאריץ, רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב, רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב, רבי מנחם נחום פון טשערנאביל, רבי משולם זושא פון האניפאלי, און נאך. טראץ דעם וואס ער האט געשעצט זייער דעם שפאלער זיידן, האט ער געשטיצט אויך רבי נחמן מברסלב אין זייער מחלוקת [מקור פארלאנגט].
אין זיטאמיר האט ער געדינט אלס מגיד מישרים, און דערנאך האט ער אויך געעפנט א חסידישער בית מדרש[2].
אין זיינע לעצטע יארן האט ער זיך אריבערגעצויגן צו איוועניץ נעבן זיטאמיר[3]. ער איז דארט אוועק, און דארט האט מען אים אויך באהאלטן. ווען ער איז אוועק זענען נאך געווען אין שטוב דריי פיצלעך יתומים, זיינע קינדער פון זיין צווייטער זיווג.
ספר אור המאיר
דורכאויס די יארן האט זיין תלמיד רבי אליעזר פון זיטאמיר אראפגעשריבן די דברי תורה פון זיין רבי'ן, און די כתבים זענען פארשפרייט געווארן צווישן די אנדערע תלמידים און נאך[4], און אום תקנ"ח נאך די פטירה פון ר' וועלוו'עלע האט זיין תלמיד רבי אליעזר גענומען די מי געדרוקט די ספר "אור המאיר", און פון דאן ווערט דאס פאררעכנט אלס א הויפט ספר אין חסידות. די ספר איז באצירט געווארן מיט די הסכמות פון רבי יהודה לייב אב"ד שידלאוו, רבי יוסף אב"ד קאסנטין, רבי מרדכי פון קאריץ זון פון רבי פנחס קאריצער, רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב, רבי צבי פון אוסטראה, רבי מרדכי טווערסקי טשערנאביל'ער מגיד, רבי ישראל פון פיקאוו (זון פון רבי לוי יצחק בערדיטשעווער.
אין מערערע ערטער אין ספר פאדערט ער זיך צו אויפפירן מיט פשטות, און פארדאמט די נאכלויפן מותרות, ער מאכט זייער אוועק די אלע עולם הזה'דיגע פראדוקטן, פארמעגן, געלט, הנאות און פארשידנס, און האלט זיך נישט אפ פון צו קריקטירן די רבי'ס פון זיין דור וואס פירן זיך נישו אינגאנצן אזוי[5]. אזוי אויך שטעלט ער זאך זיך אנטקעגן סיגופים און פרעגט אפ אלערליי סארטן דרויסנדע פעולות אין עבודת ה' ווי צום ביישפיל תנועות ביים דאווענען, אדער פארלענגערן גדי דאווענען אד"ג.
אזוי אויך קומט ער אדורך דוראויס די ספר מיט קלארקייטן איבער אלע הויפט שאלות וואס האבן באנומען די 'עולם החסידות'[6]. עס ווערן דערמאנט דורכאויס די ספר, אסאך פון די גדולים פון יענע יארן, ווי רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב[7], דער מוכיח פון פולנאה[8], רבי נחמן קאסוב'ער[9], רבי יחיאל מיכל פון האראדנא[10], און אזוי אויך די ספרים פון רבי יעקב יוסף פון פולנאה[11].
פאמיליע
פון זיין ערשטע פרוי עטיא אסתר האט ער געהאט:
- רבי ישראל דוב בער[ב], איידעם פון רבי חיים פון קראסנא, איבערגענומען זיין טאט'נס פלאץ אין זיטאמיר.
- זיין איידעם רבי שמואל שמעלקא פון בארדיטשוב, זון פון רבי ישראל פון פיקאוו.
- רבי מנחם מענדיל פון בארדיטשוב.
- רבי צבי הירש.
- רבי יוסף, איידעם פון רבי צבי מנחם פון האניפאלי.
פון זיין צווייטע פרוי טויבא האט ער געהאט:
- רבי דוד.
- רבי יחיאל מיכל[ג].
- רבי פנחס פון קאלק[ד], איידעם פון רבי צבי אריה פון אליק.
- זיין זון רבי זאב אב"ד קאלק.
- זיין זון רבי ישראל יוסף (בארדיטשוב).
- זיין זון רבי מרדכי אב"ד ליפאוויטש, איידעם פון רבי אלטר יוסף פון ליפאוויטש[12], איידעם פון רבי אריה לייב פון באנדער.
- זיין איידעם רבי יוחנן פון מרחמיסטריווקא.
- זיין איידעם רבי יחיאל מיכל פון סקאליט.
- זיין איידעם רבי אהרן פון לעכאוויטש.
- זיין זון רבי זאב אב"ד קאלק.
תלמידים
- רבי שכנא צבי, נעמיראוו'ער מגיד, מחבר פון ספר הרי בשמים.
- רבי מאיר פון קאריסטשאוו, מחבר פון ספר מאיר עיני חכמים אויף חנוכה, בהשראת זיין רבי.
- רבי שניאור פון פאסטוב[13].
- רבי גרשון, שו"ב אין קאריסטשאוו און אין זיטאמיר.
- רבי אהרן שמואל הכהן פון אוסטרהא, אב"ד אין יאמפאלא.
- רבי אברהם דוב אויערבאך פון אווריטש.
- רבי צבי חסיד פון יאמפאלא.
ליינט מער
- מבוא און תולדות המחבר, אור המאיר, מכון אבן ישראל, ה'תשנ"ה.
דרויסנדע לינקס
- אן אשכול אויף אים אין אייוועלט.
- ספר אור המאיר אויף אוצר החכמה זייטל.
- זיין ציון אין איווניטץ, אוקראינע.
נאטיצן
- ↑ אין זיין ספר (פרשת צו) שילדערט ער וויאזוי עס האט זיך אפגעשפילט די תורה זאגן ביים מגיד.
- ↑ זיין טאטע האט אים א נאמען געגעבן נאך זיינע רבי'ס, רבי ישראל דער בעש"ט, און רבי דוב בער פון מעזריטש (אריינפיר צו 'אור המאיר', הוצאת 'אבן ישראל', ה'תשנ"ה).
- ↑ זיין טאטע האט אים א נאמען געגעבן נאך זיין רבי רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב (אריינפיר צו 'אור המאיר', דארט).
- ↑ זיין טאטע האט אים א נאמען געגעבן נאך זיין רבי רבי פנחס קאריצער (אריינפיר צו 'אור המאיר', דארט).
רעפערענצן
- ↑ לויט טייל איז ער אוועק ה'תקנ"ח, אדער אום י"ד אדר ה'תק"ס (אנציקלופדיה העברית, באנד 16, זייט 569); אבער אין יאר ה'תקנ"ח שטייט שוין אויף אים זצ"ל אין די הסכמות צו זיין ספר. זעט: דא זייט 7; אריינפיר צו ספר "אור המאיר", ה'תשנ"ה
- ↑ רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב דערמאנט דאס אין זיין הסכמה צום ספר
- ↑ כתבי ר"י שו"ב, אות תתע"ח
- ↑ ווי רבי מרדכי פון קאריץ שרייבט אין די הסכמה: ”רבים שתו דבריו בצמא, ויפוצו מעינותיו חוצה בעודו בחיים חיותו”.
- ↑ זעט אין אנציקלופדיה העברית, די ארטיקל אויף ר' וועלוו'עלע, באנד ט"ז, זייט 569.
- ↑ סילאַבאַס פֿאַר די קורס אויף "עיונים אין ספר אור המאיר" ד"ר יורם יעקאבסאהן.
- ↑ אין פרשת צו.
- ↑ אין פרשת מקץ; פרשת כי תצא.
- ↑ אין פרשת בחוקותי.
- ↑ אויף שבועות.
- ↑ אין פרשת צו
- ↑ זון פון רבי יצחק יואל פון ליניץ, זון פון רבי גלדיה פון ליניץ, בעל 'תשואות חן'.
- ↑ זעט דא.