רוי:ברוך שפינאזא

אפיקורוס
ברוך שפינאזא

ברוך שפינאזא (געבוירן אין אמסטערדאם י"א כסליו ה'שצ"ג - אוועק י"ט אדר א ה'תל"ז) א אידישער נידערלאנדישער פילאזאף.

ווען ער איז געווען 24 יאר אלט, האט אים די יידישע געמיינדע מחרים געווען, אלס דעם וואס ער האט געשאפט א נייע פילאזאפיע קעגנזעץ די טראדיציאנאלע אמונה איבער דאס גלויבן אין גאט, און נאך וואס ער האט דעשריבן: אז דער חומש איז נישט געשריבן געווארן דורך משה רבינו.

שפינאזא איז געווען א אויסגערופנער פאנטעיסט. נאך זיין טופונג צום קריסטליכע גלויבונג האט ער באקומען דעם קריסטליכן נאמען בענעדיקט שפינאזא.

לעבנסגעשיכטע

שפינאזא איז געבוירן אין אמסטערדאם, צו זיינע פאטער מיכאל שפינאזא, וועלכער האט געטראגן דעם לאטיינישן נאמען מיגועל שפינאזא.

זיין פאטער איז געווען אן אפשטאמיגער פון די שפאנישע אנוסים, וועלכע זענען דערנאך אנטלאפן קיין פארטוגאל. אבער דארט האט זיי אויך נישט אפגעווארט קיין גוטס, ווייל מ'האט זיי דארט געצווינגען זיך צו טויפן, זענען פון דארט אנטלאפן ווייטער קיין האלאנד, און זיך באזעצט אין אמסטערדאם, מיטן ציל צו קענען איינהאלטן אפען א אידיש לעבן.

שפינאזא איז געווען א טיפער דענקער און א פילאזאף. ער האט ליב געהאט צו לערנען, און זיין רייץ צו חקירה און פארשונג האט אים געפירט צו קריגן אפן אויף די אידישע חכמים און זאגאר אויך אויף תורת משה.

זיין מוטער איז געשטארבן ווען שפינאזא איז נאך געווען א יונג קינד. ער איז אויפגעצויגן געווארן ביי זיין פאטער. זיין טאטע איז געווען א רייכער מאגנאט און זיך געציילט פון די חשוב'ע אידן אין אמסטערדאם. שפעטער ווען זיין פאטער איז אויך געשטארבן, האט שפינאזא איבערגעגעבן די גאנצע האנדלונג פאר זיין ברודער און ער האט זיך גענומען מער צו זיינע חקירה און פארש ארבעט, און אנגעהויבן מער מיט זיינע וואולגארישע ארויסטריטן קעגן אלעס הייליג ביי אידן.

ער האט זיך נישט אפגעשטעלט בלויז ביי זיין אפענע ארויסטרירט קעגן חז"ל. ער האט זיך זאגאר באפריינדעט מיט קריסטליכע פילאזאפן, שפעטער האט זיך אנגעהאנגען אין דעם וועלט בארימטן פילאזאף רענע דעקארט. שפינאזא האט דאן פארעפנטליכט זיינע טעאריעס איבער א-ל-הית און דאס מציאות השם, געבויט אויף די ראציאנאליסטישער פילאזאפיע פון דעקארט.

דאס האט געפירט אז די קהילה אין אמסטערדאם האט אים מחרים געווען מיט א פולסא דנורא. דאס איז פארגעקומען אין יאר תט"ז לפ"ק ווי עס ליינט זיך דער כתב חרם:

"האדונים מן המעמד מודיעים לכבוד מעלתכם כי מאחר שמזה זמן נמסר על השקפותיו ומעשיו הרעים של
ברוך דה אספינוזה
והם ניסו בדרכים ובהבטחות שונות להשיבו מדרכיו הרעים, אך לא עלה בידם לתקנו.
ואדרבה כל יום הגיעו לידיעתם ידיעות נוספות על כפירות נוראות שעשה ולימד, ומעשים עצומים שחולל, ויש בידם עדויות רבות וראויות לאמון שנמסרו כולן בנוכחות האדונים החכמים
לכן נמנו וגמרו על דעתם של אלה כי אספינוזה הנ"ל יוחרם וינודה מעדת ישראל, והרי הם מטילים עליו את החרם דלהלן:
"בגזירת עירין ובמאמר קדישין אנו גוזרים חרם, נידוי, אלה ושמתא על ברוך דה אספינוזה
בהסכמת הא-ל יתברך וכל הקהל הקדוש הזה
ארור יהיה ביום וארור בלילה, ארור יהיה בשוכבו וארור בקומו, ארור בצאתו וארור בבואו, וה' לא ירצה בכפרתו ותבער בו חמת ה' וקנאתו "ואתם הדבקים בה' אלקיכם חיים כולכם היום"
ואנו מזהירים שאיש אינו רשאי להתקשר עמו בעל פה או בכתב, ולא לעשות לו שום טובה, ולא לשהות עמו תחת קורת גג אחת, ולא לקרוא שום חיבור שעשה או שכתב.

דער פאלגענדער כתב פולסא דנורא האט געהאט א מעכטיגן אפקלאנג. שפינאזא האט זיך געמוזט אוועקציען פון דארט. ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין רעגנשבורג, ווייטער אראפצו אין האלאנד. און האט זיך אפגעגעבן מיט שלייפן טעלעסקאפן און אפטיק.

דרויסנדיגע לינקס


פילאזאפיע
פראמינענטע מענטשן
פילאזאפן פון דער אוראלטער תקופה לאא ציקאנפוציוסטאלעספיטאגאראסהעראקליטוסמו דזהבודהאפארמענידעספראטאגאראסדעמאקריטוססאקראטעספלאטאןאריסטאזענאן פון קיטיוןטימאן פון פליוספירון מאליספלוטינוסשון דזהקונדה-קונדה
פילאזאפן פונעם מיטל אלטער אויגוסטינוסדזשאן דנס סקוטוסאוויצענאג'ו שירמב"םטאמאס פון אקווינאוויליאם פון אקאםניקאלא מאקיאוועליטאמאס האבספראנסיס בייקאן
מאדערנע פילאזאפן רענע דעקארטברוך שפינאזאגאטפריד לייבניץדזשאן לאקדזשארדזש בארקלידעיוויד היוםזשאן-זשאק רוסאאימאנועל קאנטדזשערעמי בענטאםגעארג העגלדזשאן סטיוארט מילארטור שאפנהאוערסרן קירקגורקארל מארקספרידריך ניצשע
היינטיקע פילאזאפן גאטלאב פרעגעדזשאן דיואיעדמונד הוסרלמארטין היידעגערבערטראנד ראסלרודאלף קרנפלודוויג וויטגנשטייןקארל המפלזשאן-פאל סארטרעווילארד וואן אורמאן קווייןדזשאן רולסיורגן האברמאסמישל פוקו
פילאזאפיע פארטאל

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!