רוי:האלאנד

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:נידערלאנד)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
האלאנד
Nederland
פאן האלאנד
סימבאָל האלאנד
פאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: Het Wilhelmus.ogg
אָרט פון האלאנד
קאָנטינענט אייראפע
אָפיציעלע שפּראַך האלענדיש
הויפּטשטאָט אמסטערדאם 52°22′N 4°53′E / 52.367°N 4.883°E / 52.367; 4.883 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
רעגירונג
מאנארך
פּרעמיער מיניסטער
קעניגג ווילעם אלעקסאנדער
אומאפהענגיגקייט
- פון שפאניע

26סטן יולי 1581
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
41,543 קוואַדראַט ק"מ
134סט
18.41
באַפעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקייט

16,912,640
63סט
407 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $818.249 ביליאן (27סט)
וואַלוטע איירא EUR
צייט זאָנע UTC+1
אינטערנעט דאָמען nl.
טעלעפאָן קאָד 31+

האָלאַנד (האלענדיש: Nederland) איז אַ קליין לאַנד אין אייראָפּע, מיט א באפעלקערונג פון ווייניקער ווי 18 מיליאן. עס גרעניצט זיך מיט דעם צפון ים צום צפון און מערב, בעלגיע צו דרום און דייטשלאנד צו מזרח. האלאנד איז א גרינדער מיטגליד פונעם אייראפעאישן פארבאנד. די הויפט שפראך אין האלאנד איז האלענדיש, אבער אין צפון פון לאנד רעדט מען אויך פריזיש. אן איינוואוינער פון האלאנד איז א "האלענדער".

די גרעסטע שטעט אין האלאנד זענען אמסטערדאם, דען האג און ראטערדאם. אַמסטערדאַם איז די הויפּטשטאָט, אבער די רעגירונג און פארלאמענט זיצן אין דען האג. דער פארט פון ראטערדאם איז דער גרעסטער פארט אין אייראפע–אזוי גרויס ווי די נעקסט דריי גרעסטע צוזאמען.

די הויפט טייכן אין האלאנד זענען דער ריין, דער וואַל און דער מאָז.

האלאנד איז זייער א פלאך לאנד; נאר 50% פונעם לאנד איז מער ווי איין מעטער איבער דם ים־פלאך. אומגעפער 17% פונעם שטח פון לאנד איז פריער געווען וואסער (ים און אזערעס) און מענטשן האבן געמאכט דארט א יבשה.

האלאנד האט גאר א גרויסע באפעלקערונג ענגקייט פון 406 מענטשן א ק"מ2. האלאנד איז דער וועלטס צווייטער גרעסטער עקספארטירער פון עסן און לאנדווירטשאפט פראדוקטן, נאך די פאראייניגטע שטאטן, א דאנק וואס זיין ערד איז גוט פרוכפערדיק און דאס לאנד האט א צארטן קלימאט.

האלאנד איז איינע פון די ערשטע לענדער אין דער וועלט צו האבן א געוויילטן פארלאמענט; זייט 1848 איז זיין רעגירונג א פארלאמענטארע דעמאקראטיע און א קאנסטיטוצאנעלע מאנארכיע. האלאנד ווערט גערעכנט א גאנץ ליבעראל לאנד.

האלאנד איז א גרינדער מיטגליד אין די אייראפעאישער פארבאנד, אייראזאנע, G-10, נאטא, ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג און וועלט האנדל ארגאניזאציע. פינף אינטערנאציאנאליע געריכטן זענען פלאצירט אין האלאנד, ווי אויך די אייראפעאישע קרימינעל אינטעליגענץ אגענטור אייראפאל. האלאנד געהערט צו דער שענגען זאנע.

האלאנד האט א מארק־באזירט געמישטע עקאנאמיע, און ראנגירט 17ט צווישן 177 לענדער לויטן אינדעקס פון עקאנאמישער פרייהייט.

היסטאריע

דאס לאנד איז געווארן אויפגעשטעלט אין יאר 1581 ווי די האלענדישע רעפובליק, וואס דאן איז עס געווארן זעלבסטשענדיג פון שפאניע.

עס איז דאן געווארן א מאכט און געבליהט אזש ביז די זיבעצטן יאר הונדערט איז זי שוין געווארן א אימפעריע פאר זיך.

די תקופה ווערט באצייכנט די גאלדענע תקופה פון האלאנד.

נאך דעם וואס נאפאליאן האט עס איינגענומען האט עס צוריקבאקומען זיין זעלבסשטענדיגקייט אין 1815 צוזאמען מיט נאך טעריטאריע וואו עס זענען היינט די לענדער פון בעלגיע און לוקסעמבורג.

בעלגיע האט באקומען זעלבסטשטענדיגקייט פון האלאנד אין 1830, און לוקסעמבורג אין 1867.

אין דער ערשטער וועלט מלחמה איז זי געווען נייטראל אבער ביי די צווייטע איז זי איינגענומען געווארן דורך די נאציס אין חודש אייר ת"ש און איז באפרייט געווארן אין יאר תש"ה.

עס זענען געווען אסאך חסידי אומות העולם אין האלאנד אבער דאך איז די יודישע געמיינדע אין האלאנד כמעט אינגאנצן פארטיליגט געווארן דורכאויס די צווייטע וועלט קריג.

האלאנד איז געווען איינע פון די לענדער וואס האבן אויפגעשטלעט דעם אייראפעאישן פארבאנד אין 1992.

פאליטיק

פון 1581 ביז נאפאלעאן האט איינגענומען דאס לאנד אין 1806 איז האלאנד געווען א רעפובליק. אין 1815 איז האלאנד געווארן א קאנסטיטוציאנאלע מאנארכיע און אין 1848 א פארלאמענטארע דעמאקראטיע, ביזן היינטיגן טאג.

דער ראש מלוכה איז דער מאנארך, היינט דער קעניג ווילעם אלעקסאנדער. פריער איז געווען די מלכה בעאטריקס, וואס האט געדינט 33 יאר ביזן עלטער פון 75, ווען זי האט אבדיקירט דעם 30סטן אפריל 2013.

די רעגירונג ווערט געפירט דורכן קאבינעט, וואס האט 13 ביז 16 מיניסטארן. דער פארזיצער פונעם קאבינעט איז דער פרעמיער מיניסטער, וואס אפיציעל איז ער גלייך מיט אלע אנדערע מיניסטארן. זייט אקטאבער 2010 איז מארק רוטע דער פרעמיער מיניסטער. דער פארלאמענט, דער "שטאטן-גענעראל", האט די מאכט צו שאפן געזעצן, און אנטהאלט צווי קאמערן, דער ערשטער קאמער מיט 75 מיטגלידער און דער צווייטער קאמער מיט 150 מיטגלידער.

פראווינצן

האלאנד ווערט צעטיילט אין 12 פראווינצן:

עקאנאמיע

האלאנד האט אן אנטוויקלטע עקאנאמיע און שפילט א ראלע אין דער עקאנאמיע פון אייראפע שוין עטליכע יארהונדערטער. זייט דעם 16טן יארהונדערט זענען שיפעריי, פישעריי, לאנדווירטשאפט, האנדל און באנקירן פירנדע סעקטארן פון דער האלענדישער עקאנאמיע. האלאנד האט א הויכן ניווא פון עקאנאמישער פרייהייט.

די הויפט מיטהאנדל לענדער פון האלאנד זענען (אין 2013) דייטשלאנד, בעלגיע, דאס פאראייניגטע קעניגרייך, די פאראייניגטע שטאטן, פראנקרייך, איטאליע, כינע און רוסלאנד. האלאנד איז איינע פון דער וועלטס צען פירנדיגע עקפארטירער לענדער. דער גרעסטער אינדוסטריעלער סעקטאר איז עסנווארג. אנדערע חשובע אינדוסטריעס זענען כעמיקאלן, מעטאלורגיע, מאשינעריי, עלעקטרישע גיטער און טוריזם. אינטערנאציאנאלע פירמעס וואס ארבעטן אין האלאנד שליסן איין אונילעווער, היינעקען, שעל, פיליפס און טאמטאם.

האלאנד האט די 17טע גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט און ראנגירט 10ט אין ברוטא נאציאנאלער פראדוקט פאר א מענטש. אין אפריל 2013 איז ארבעטסלאזקייט געשטאנען ביי 8.2% פון דער ארבעטסקראפט.

די פינאנץ־ און האנדל־הויפטשטאט פון האלאנד איז אמסטערדאם. די אמסטערדאם בערזע, א טייל פון אייראנעקסט, איז דער וועלט'ס עלטסטע בערזע און איינע פון די גרעסטע בערזעס אין אייראפע. זי געפינט זיך לעבן דאם סקווער אין צענטער פון דער שטאט. האלאנד איז געווען א גרינדער מיטגליד פון דער איירא, און האט געטוישט זיין געוועזענע וואלוטע, דעם גולדן, דעם 1טן יאנואר 1999 פארן צוועק פון האלטן חשבונות, צוזאמען מיט נאך 15 גרינדער מיטגלידער פון דער איירא. די קורס ביים טוישן איז געווען 2.20371 גולדן פאר איין איירא. די איירא מטבעות און פאפיר־געלט האט מען ערשט געניצט דעם 1טן יאנואר 2002. אין די קאראאיבישע נידערלאנדן ניצט מען דעם אמעריקאנער דאלאר אנשטאט דער איירא.

די פלאצירונג פון האלאנד שאפט א שיינעם צוטריט צו די מארקן פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך און דייטשלאנד. דער פארט פון ראטערדאם איז דער גרעסטער פארט אין גאנץ אייראפע.

לעבן סלאכטערן געפינט זיך דאס גראנינגען גאז פעלד, איינע פון די גרעסטע נאטירליכער גאז פעלדער אין דער וועלט. זייט די מיטעלע 1970ער יארן האט דאס פעלד שוין פראדוצירט גאז ווערט €159 ביליאן.

לאנדווירטשאפט

דער האלענדישער לאנדווירטשאפט סעקטאר איז גאנץ מעכאניזירט, מיט א שטארקן פאקוס אויף אינטערנאציאנאלע עקספארטן. ער באשעפטיגט אומגעפער 4% פון דער האלענדישער ארבעטסקראפט, אבער פראדוצירט גרויסע איבערבלייבן פאר דער עסן־פראדוצירן אינדוסטריע און שאפט 21 פראצענט פון אלע האלענדישע עקספארטן.

האלאנד עקספארטירט צוויי דריטל פון דער וועלט'ס בלימען.

טראנספארט

די פארקער אויף האלאנד'ס גאסן האט זיך פארמערט כסדר זייט די 1950ער יארן און שטייט היינט העכער פון 200 ביליאן ק"מ א יאר, דריי פערטל מיט אן אויטא. פון אלע נסיעות אין האלאנד, פארן העלפט מיט אן אויטא, 25% מיט א ראווער, 20% צו פיס און 5% מיט פובליקן טראנספארט. דער נעצווערק פון גאסן איז לאנג 139,295 ק"מ, כולל 2,758 ק"מ פון אויטאסטראדעס, איינע פון די מערסט געדעכט שאסיי נעצווערק אין דער וועלט, מער ווי דייטשלאנד און פראנקרייך, אבער נישט אזוי געדעכט ווי בעלגיע. די באן נעצווערק איז לאנג 3,013 ק"מ. עס ווערט גערעכנט אז אין האלאנד זענען 18 מיליאן ראווערס (מער ווי ס'איז דא מענטשן אין לאנד). די גאסן האבן 35,000 ק"מ פון ראווער־וועגן.

ראטערדאם האט דעם גרעסטן פארט אין אייראפע; די מעז און ריין טייכן שאפן זייער גוט צוטריט קיין באזעל, שווייץ און קיין פראנקרייך. די הויפט סחורות וואס גייען אדורך דעם פארט זענען פעטראכעמיקאלן.

סכיפאל לופטפעלד, א ביסל דרום־מערב פון אמסטערדאם, איז דער הויפט אינטערנאציאנאלער לופטפעלד אין האלאנד און דער פינפט־אשעפטיגסטער אין אייראפע לויט צאל פון פאסאזשירן.

דעמאגראפיע

האלאנד האט א געשאצטע באפעלקערונג פון 16,785,403 ביים 30סטן אפריל 2013. עס איז דאס צענטע מערסט באפעלקערטע לאנד אין אייראפע און דאס 63סטע מערסט באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט. פון 1900 ביז 1950 האט די באפעלקערונג זיך געטאפלט פון 5.1 מיליאן מענטשן ביז 10 מיליאן. די געבורט ראטע איז 1.78 קינדער א פרוי, העכער פון א סך אייראפעאישע לענדער, אבער נישט גענוג צו האלטן די באפעלקערונג פון גיין אראפ. לעבנס־ערווארטונג איז גאנץ הויך, 83.21 פאר מיידלעך און 78.93 פאר אינגלעך. די באפעלקערונג צעטיילט זיך, לויט אן אפשאץ פון 2005: 80.9% האלענדיש, 2.4% אינדאנעזער, 2.4% דייטשע, 2.2% טערקן, 2.0% סורינאמער, 1.9% מאראקאנער, 0.8% אנטילער און ארובער, און 7.4% אנדערע.

האלענדער זענען די העכסטע מענטשן אין דער וועלט, מיט א דורכשניטליכער הויך פון 1.81 פאר געוואקסענע מענער און 1.67 פאר געוואקסענע פרויען (אין 2009).

די גרעסטע שטעט אין האלאנד זענען אמסטערדאם (באפעלקערונג 821,702), ראטערדאם (624,799), דען האג (514,782), אוטרעכט (334,160) און איינדהאוון (223,272).

שפראך

די אפיציעלע שפראך פון האלאנד איז האלענדיש. אין דעם צפונדיקן פראווינץ פריזלאנד איז מערב פריזיש א צווייטע אפיציעלע שפראך. אין די קאראאיבישע אינזלען סאבא און סטאטיאוס, וואס זענען א טייל פון האלאנד, ווערט ענגליש ברייט גערעדט. אין 1956 האט מען אנערקענט אפיציעל די שפראכן יידיש און ראמאני.

יודן און יודישקייט

Postscript-viewer-blue.svg האלענדישע אידנטום

דער ערשטער דאקומענט וואס דערמאנט די אידישע קהילה פון האלאנד קומט פונעם 12טן יארהונדערט. אינעם מיטל אלטער האבן געוואוינט ווייניג אידן אין האלאנד. פונעם מיטל אלטער ביזן 17טן יארהונדערט הערט מען נישט וועגן די אידן אין האלאנד.

ביים אנהייב פון דער צווייטער וועלט-מלחמה זענען געווען 10% פון אמסטערדאמס איינוואוינער אידן.

היינט ווערט גערעכנט אז אומגעפער 40,000 אידן וואוינען אין האלאנד, צווישן זיי 10,000 ישראלדיקער וואס האבן זיך באזעצט אין לאנד. רוב פון די אידן האבן נישט קיין שייכות מיט די אפיציעלע אידישע געמיינדעס.

דער הויפט רב פון האלאנד איז הרב בנימין דזשעיקאבס.


Europe green light.svg דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע פון אייראפע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!