קרבנות הנשיאים

קרבנות און ביישטייערונגען וואס די נשיאים האבן געברענגט ביים חנוכת המשכן

די קרבנות הנשיאים זענען קרבנות וואס די נשיאים פון די שבטי ישראל האבן מקריב געווען ביים חנוכת המשכן, צוזאמען מיט אנדערע ביישטייערונגען, וועגענער און רינדער צו טראגן מיט זיי דעם משכן. דאס ברענגען די קרבנות ווערט געשילדערט אין פרשת נשא, במדבר ז.

וואגאנען און רינדער

ווען אידן האבן באנייט דעם משכן אין מדבר איז איינגעפאלן פאר די נשיאים צו מנדב זיין ערשט פארן חנוכת המשכן[1].

צום ערשט האבן אלע נשיאים אינאיינעם אין יענעם טאג געברענגט צום משכן א מתנה פון זעקס וועגענער, און מיט זיי צוועלף רינדער, יעדע צוויי נשיאים האבן געברענגט איין וואגן און יעדער נשיא אן אקס[2]. די וועגענער זענען געווען גרויס און שטארק, באדעקט און באצירט[3].

משה רבינו האט אין אנהייב נישט געוואלט אננעמען די נדבה ביז דער אויבערשטער האט אים געזאגט ער זאל עס נעמען פון זיי און עס זאל זיין צו טראגן מיט זיי דעם משכן[4]. משה האט פון אייגן פארשטאנד[5] זיי צעטיילט צוויי וואגאנען און פיר רינדער פאר בני גרשון און פיר וואגאנען און אכט רינדער פאר בני מררי[א].

קרבנות

נאך וואס די נשיאים האבן מנדב געווען די רינדער און וועגענער, איז זיי אויך איינגעפאלן צו מקריב זיין קרבנות און געבן מתנות פאר'ן משכן עס צו באנייען. רש"י ברענגט אז דער געדאנק האט נתנאל בן צוער, נשיא פון שבט יששכר איבערגעגעבן פאר די אנדערע נשיאים[6], אדער האט ער גע'עצה'ט געוויסע פרטים דערוועגן: מען זאל ברענגען די וועגענער[7], מען זאל מנדב זיין די "קערות כסף"[8], ער האט זיי געלערנט די כוונות און רמזים וואס זיי זאלן אינזין האבן ביי זייערע קרבנות[9], אדער האט ער זיי געראטן זיי זאלן אלע ברענגען די זעלבע קרבנות כדי זיי זאלן נישט צוקומען צו קנאה[10].

משה האט דאס אויך נישט געוואלט מקבל זיין ביז דער אויבערשטער האט אים געזאגט[11]. ס'זענען דא וואס זאגן אז בשעת'ן ברענגען די וועגענער האבן זיי געברענגט די קרבנות דערינען[12].

די נשיאים האבן געברענגט זייערע קרבנות דורכאויס צוועלף טעג נאכאנאנד, אויך שבתהוראת שעה), יעדער נשיא א באזונדערן טאג. די קרבנות פון די נשיאים און זייערע מתנות זענען געווען אייניג:

"קַעֲרַת כֶּסֶף אַחַת שְׁלֹשִׁים וּמֵאָה מִשְׁקָלָהּ מִזְרָק אֶחָד כֶּסֶף שִׁבְעִים שֶׁקֶל בְּשֶׁקֶל הַקֹּדֶשׁ שְׁנֵיהֶם מְלֵאִים סֹלֶת בְּלוּלָה בַשֶּׁמֶן לְמִנְחָה. כַּף אַחַת עֲשָׂרָה זָהָב מְלֵאָה קְטֹרֶת. פַּר אֶחָד בֶּן בָּקָר אַיִל אֶחָד כֶּבֶשׂ אֶחָד בֶּן שְׁנָתוֹ לְעֹלָה. שְׂעִיר עִזִּים אֶחָד לְחַטָּאת. וּלְזֶבַח הַשְּׁלָמִים בָּקָר שְׁנַיִם אֵילִם חֲמִשָּׁה עַתֻּדִים חֲמִשָּׁה כְּבָשִׂים בְּנֵי שָׁנָה חֲמִשָּׁה"

צייט

די אנגענומענע מיינונג איז, אז די קרבנות פון די נשיאים זענען געברענגט געווארן ביי די פייערונגען פון חנוכת המשכן, וואס האט נאכגעפאלגט די שבעת ימי המילואים. לויט די צענטראלע דעה אין חז"ל[13], אז די מילואים זענען אנגעגאנגען פון כ"ג ביז כ"ט אדר, האבן די נשיאים געברענגט זייערע קרבנות אנגעהויבן פון א' ניסן, ביז י"ב ניסן אינעם צווייטן יאר פון יציאת מצרים, (ב'תמ"ט). די שיטה טראגט א הלכה'דיגע באדייט אויך היינט צוטאגס, מיט דעם וואס מען טאר נישט מספיד זיין אדער פאסטן דורכאויס דעם גאנצן חודש ניסן, וויבאלד רוב פון די טעג אין חודש זענען ימים טובים: א'-י"ב לחודש צוליב די קרבנות פון די נשיאים, און י"ד-כ"א צוליב פסח. דערצו זאגט מען נישט קיין תחנון ביים דאווענען דעם גאנצן חודש. (לויט טייל ראשונים איז פארהאן דערביי א מחלוקת תנאים, און רבי עקיבא לערנט אז די מילואים האבן זיך אנגעהויבן אין ראש חודש ניסן[14]. לויט דעם האבן די נשיאים געברענגט זייערע קרבנות פון ח' ביז י"ט ניסן).

אָבער דער מיינונג איז שווער, ווייל די געשיכטע פון יום השמיני פון חנוכת המשכן שטייט אין פרשת שמיני אין ספר ויקרא, אין צייט וואס די קרבנות פון די נשיאים ווערן באַשריבן אין פרשת נשא אין ספר במדבר; אין פרשת שמיני ווערט גאָרנישט דערמאנט איבער די קרבנות פון די נשיאים, און אין פרשת נשא ווערט גאָרנישט דערמאנט איבער די טייל וואס משה רבינו און אהרן הכהן מיט זיינע קינדער האבן גענומען אין די חנוכת המשכן. נאך א שוועריגקייט איז, אז אין אנהייב ספר במדבר ווערט אנגעצייכנט דער דאטום, ראש חודש אייר אין צווייטן יאר פון יציאת מצרים, און לויט די אויבנדערמאנטע מיינונג זענען די פסוקים נישט כראנאלאגיש אויסגעשטעלט.

צוליב די שוועריגקייטן טייטשט אויס דער אברבנאל אז די קרבנות פון די נשיאים האט מען נישט מקריב געווען אין חודש ניסן, נאר אין חודש אייר. גאנץ חודש ניסן האט מען זיך נאך באשעפטיגט מיט זאלבן דעם משכן און די כלים און אלעס וואס פעלט אויס פאר די עבודה, און ראש חודש אייר - ווען די אידן זענען געציילט געווארן לויט זייערע שבטים - האבן די נשיאים געזען פאר ריכטיג צו ברענגען די קרבנות. לויט דעם ווערט דערמאנט אין פרשת שמיני נאר דער אָנהייב פון די אַרבעט פון די כהנים אין דעם משכן, און די געשעעניש אין פרשת נשא איז א באזונדערע פייערונג פון חנוכת המשכן דורך די פארשטייערס פון די אידן, זייענדיג די ערשטע קרבנות געברענגט דורך יחידים וועלכע זענען נישט כהנים. אזוי איז פארשטענדליך פארוואס די תורה דערמאנט זיי אלס צוויי פארשידענע געשעענישן, און אויך די כראנאלאגיע שטימט.

סדר

  1. נחשון בן עמינדב – שבט יהודה – א' ניסן
  2. נתנאל בן צוער – שבט יששכר – ב' ניסן – טראץ וואס ראובן איז געווען עלטער, האט יששכר אים געפעדערט[15]. נתנאל בן צוער האט זוכה געווען צו זיין דער צווייטער, ווייל ער איז געווען א בן תורה און ער האט געגעבן די עצה פאר די שבטים[7], און ווייל דער סדר איז אנגעגאנגען לויט וויאזוי מ'איז געגאנגען ביי די מסעות[16]. דער מדרש ערקלערט אז די קרבנות פון נתנאל האבן מרמז געווען קעגן די תורה און אירע חלקים[17]. טייל זאגן אז נתנאל בן צוער האט מקריב געווען נאך קרבנות וועלכע ווערן נישט דערמאנט, אנדערש ווי די אנדערע נשיאים[18].
  3. אליאב בן חילון – שבט זבולון – ג' ניסן
  4. אליצור בן שדיאור – שבט ראובן – ד' ניסן
  5. שלומיאל בן צורישדי – שבט שמעון – ה' ניסן
  6. אליסף בן דעואל – שבט גד – ו' ניסן
  7. אלישמע בן עמיהוד – שבט אפרים – ז' ניסן
  8. גמליאל בן פדהצור – שבט מנשה – ח' ניסן
  9. אבידן בן גדעוני – שבט בנימין – ט' ניסן
  10. אחיעזר בן עמישדי – שבט דן – י' ניסן
  11. פגעיאל בן עכרן – שבט אשר – י"א ניסן
  12. אחירע בן עינן – שבט נפתלי – י"ב ניסן

שבט לוי האט נישט אנטייל גענומען אין די חנוכת המשכן. דער מדרש דערציילט אז אהרן הכהן האט מקנא געווען די נשיאים, און דער באשעפער האט אים פארדעם געגעבן די מצוה פון הדלקת המנורה, וואס שטייט אין תורה גלייך נאך די קרבנות הנשיאים צוליב די סיבה.

מצוה פון חנוכת המזבח

דער רמב"ן שרייבט[19], אז ווען ה' האט באפוילן אנצונעמען די קרבנות הנשיאים איז דערמיט געגעבן געווארן א מצוה אויך פאר די שפעטערדיגע דורות, צו ברענגען עקסטערע קרבנות ווען מען באנייט דעם בית המקדש און דעם מזבח. דערפאר האט שלמה המלך געמאכט א חנוכת הבית ביים ערשטן בית המקדש[20]; די אנשי כנסת הגדולה ביים צווייטן בית המקדש[21]; און אזוי וועט מען טון בימות המשיח[22]. לויט די שיטה, טראץ וואס די גענויע קרבנות און צייטן ווען די נשיאים האבן עס געברענגט זענען געווען הוראת שעה[23], איז אבער דער פייערונג זעלבסט א חיוב לדורות[24].

דער רמב"ם לערנט אבער, אז חנוכת המזבח איז אינגאנצן נאר א הוראת שעה, און עס איז נישט קיין חיוב אין שפעטערדיגע דורות[25].

אין אגדה

אין די מדרשים ווערט באטאנט די באזונדערע מעלה פון די קרבנות הנשיאים. די קרבנות זענען געווען באליבט ווי די שירה וואס אידן האבן געזאגט ביים ים סוף, און ווי די צוויי לוחות הברית[26]. קיין שום אנדערע קרבן אויף דער וועלט איז נישט אזוי געלויבט געווארן ווי די קרבנות הנשיאים, וואס די תורה האט אויסגערעכנט יעדע פון זיי באזונדער אויפ'ן נאמען פון דער וואס האט עס מקריב געווען[27].

פון גרויס חיבה צו די קרבנות, האט ה' אנגענומען דערביי אויך זאכן וועלכע זענען געווענליך אומפאסיג, ווי קטורת געברענגט דורך א יחיד, א חטאת וואס איז א נדבה, און קרבנות יחיד אום שבת[28].

ליינען די קרבנות

די קרבנות פון די נשיאים ווערן אלע אויסגערעכנט, יעדע באזונדער, אין ספר במדבר, קאַפּיטל ז' אין פרשת נשא.

די קרבנות הנשיאים ווערן געליינט ביי קריאת התורה אין חנוכה. יעדן טאג ליינט מען דעם קרבן פון איין נשיא, אויסער דער ערשטער טאג חנוכה, וואס דאן הייבט מען אן פון "ויהי ביום כלות משה להקים את המשכן" (אדער פון די פרשה פון ברכת כהנים), און דער לעצטער טאג, וואס דאן ליינט מען די קרבנות פון די פינף לעצטע נשיאים אויסגעפירט מיט די פרשה פון מעשה המנורה, אנפאנג פון פרשת בהעלותך.

אין די דאטומען ווען די קרבנות זענען געברענגט געווארן לויט חז"ל, פון א' ניסן ביז י"ב ניסן, זענען פארהאן וואס פירן זיך צו ליינען יעדן טאג דעם קרבן פון דער נשיא וואס האט מקריב געווען אין דעם טאג[29]. דאס ווערט געליינט אין א ספר תורה אדער אין א חומש, נאך תפילת שחרית[30]. נאכ'ן ליינען זאגט מען א יהי רצון, אין וועלכן דער נאמען פונעם שבט און פונעם נשיא פון יענעם טאג ווערן דערמאנט[31]. א' ניסן הייבט מען אן אזוי ווי ביי קריאת התורה פון ערשטן טאג חנוכה, און טייל פירן זיך צו ליינען קודם די הקמת המשכן סוף פרשת פקודי[32], און אין י”ב ניסן ענדיגט מען צו אויך דעם שטיקל פון "זאת חנוכת המזבח" און ווייטער.

דרויסנדיגע לינקס

  • יוסף הלוי לעפקאוויטש, "חנוכת הנשיאים", תורת המקדש, ימי המילואים (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  • מנחם מענדיל ברים, נשיאי מועד, אויף עניני קרבנות הנשיאים, בני ברק תשע"ד

נאטיצן

  1. גייענדיג אין מדבר איז זייער פליכט געווען צו טראגן די באַזע פון משכן, ווי די קרשים און אדנים. די בני קהת וואס האבן געטראגן די כלי המשכן האבן דאס געטראגן אויף זייער פלייצעס, און האבן זיך נישט גענויטיגט אין וועגענער.

רעפערענצן

  1. רש"י, במדבר ז, ג ברענגט, אז ביי נדבת המשכן האבן זיי זיך נישט געאיילט צו ברענגען, און למעשה איז גארנישט געבליבן פאר זיי אויסער די אבני שהם און אבני מילואים, האבן זיי איצט ביים באנייאונג זיך יא געאיילט.
  2. במדבר ז, ג, זעט ספורנו דארט, און במדבר רבה, פרשה י"ב, פסקה י"ז
  3. מדרשים און מפרשים אויף "עגלות צב"
  4. רש"י, במדבר ז, ד–ה
  5. ספרי אויף במדבר ז, ו; במדבר רבה, פרשה י"ב, פסקה י"ט
  6. רש"י, במדבר ז, יח מיסודו של רבי משה הדרשן בשם רבי פנחס בן יאיר; מדרש אגדה (באבער) במדבר ז, יח
  7. 7.0 7.1 ספרי זוטא, ז', יח
  8. במדבר רבה, פרשה י"ב, פסקה י"ז
  9. גור אריה אויף במדבר ז, יט
  10. חפץ חיים על התורה, פרשת נשא. זעט אבער ווייטער א דעה אז נתנאל האט געברענגט מער ווי די אנדערע נשיאים
  11. רש"י, במדבר ז, י פון ספרי פרק מ"ז, און במדבר רבה, פרשה י"ב, פסקה כ"א
  12. רמב"ן, במדבר ז, ב
  13. סדר עולם פרק ז'; תורת כהנים פרשת צו (מילואים) פרק א' לו; ויקרא רבה, פרשה כ', פסקה י"ב
  14. זעט אבן עזרא, שמות מ, ב, אין פירוש הארוך; תשובות רדב"ז, חלק ששי, סימן ב"א רכ"ב; מזרחי, במדבר ז; מלבי"ם, במדבר ט, ו. דער אבן עזרא נעמט דארט אן אז דאס איז פשוטו של מקרא
  15. ווי דערציילט אין מדרש: "בא ראובן וערער, אמר די שקדמני יהודה למסעות, מקריב אני לתולדות, נזף בו משה ואמר לו, מפי הקודש נאמר לי להקריב למסעות שנאמר הקרב, אין הקרב אלא שנאמר לו מפי הקודש הקרב למסעות". ילקוט שמעוני, פרשת נשא, רמז תשטו
  16. ילקוט שמעוני, פרשת נשא, רמז תשטו; רלב"ג
  17. במדבר רבה, פרשה י"ג, פסקה ט"ו
  18. רבי שמואל בן דוד אבן שהם, דער מעתיק פון מושב זקנים, אויף במדבר ז, יט
  19. רמב"ן, במדבר ז, יג
  20. דברי הימים ב' ז, ה
  21. עזרא ו, טז
  22. יחזקאל מג, כו
  23. רמב"ן, השגות לספר המצוות להרמב"ם, שורש שלישי
  24. זעט אויך רבי יהודה רוזאניס, משנה למלך אויפ'ן רמב"ם, הלכות מעשה הקרבנות, פרק ו, הלכה יט , וואס ברענגט א ראיה צו דער שיטה פון מדרש
  25. ספר המצוות להרמב"ם, שורש שלישי
  26. ויקרא רבה, פרשה ח', פסקה ג'
  27. מדרש תנחומא, פרשת תצוה ט"ו
  28. פסיקתא רבתי פיסקא ה'; ויקרא רבה, פרשה י"ג, פסקה ב'; רש"י, שיר השירים ה, א
  29. של"ה הק', געברענגט אין די אחרונים
  30. אין של"ה ווערט נישט דערמאנט א ספר תורה און עס זענען דא וואס זענען מפקפק אין ארויסנעמען א תורה דערפאר, ווי געברענגט אין שו"ת משיב דבר, סי' טז, אבער פיל צדיקים האבן זיך יא געפירט ארויסצונעמען א ס"ת, צווישן זיי דער ערוגת הבשם, ווי געברענגט אין שו"ת תורת יקותיאל מהדורה קמא סימן מו.
  31. געברענגט אין יסוד יוסף, פרק פג
  32. נזירות שמשון אויף שולחן ערוך אורח חיים, סי' תכ"ט; סידורים לויט נוסח עדות המזרח