ה' חשון
דאטום אין אידישן לוח
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' חשון
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
ה' חשון איז דער פינפטער טאג פונעם צווייטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער פינפטער טאג פונעם אכטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
בשה בחה בשז בחג |
זונטאג | לך לך |
גכה גכז |
מאנטאג | לך לך |
הכז השא החא השג |
מיטוואך | לך לך |
זשה זחא זשג זחג |
פרייטאג | נח |
חגים וזמנים
געשעענישן
- ה'תש"ב – חורבן אייראפע: אנטיפאליע דערקלערט "אידן-ריין"
- ה'תש"ד – חורבן אייראפע: אויסגעפירט די ערנטעפעסט אקציע (עב'), די גרעסטע מארד אקציע דורכאויס די מלחמה, אין וועלכע 43,000 אידן זענען דערשאסן געווארן אין מיידאנעק
- ה'תש"ט – דוד בן-גוריון באפעלט אויפצולעזן פלמ"ח
- ה'תשי"ד – קיביא (אין מערב ברעג) ווערט געשטורעמט דורך א קאמאנדא איינהייט פון צה"ל אין שפיץ פון אריאל שרון, אין אן אקציע וואס ברענגט אום ארום זעכציג ציווילע.
- ה'תשי"ז – אויסגעפירט מבצע שומרון, דורכאויס וועלכע מדינת ישראל האט באפאלן ירדן קרעפטן אין קאלקיליא
- ה'תשכ"ט – דער קבר פון רבי אברהם מתתיהו פרידמאן פון שטעפאנעשט ווערט אריבערגעפירט צום נחלת יצחק בית עולם אין גבעתיים
- ה'תשפ"ג – שיסעריי אטאקע דורך א כאמאס טעראריסט אין קרית ארבע
געבוירן
- ה'תקס"ח – רבי יצחק דב באמבערגער, ווירצבורגער רב און פון די פירער פון ארטאדאקסישן אידנטום אין דייטשלאנד (נפטר ה'תרל"ט)
- ה'תרפ"ג – רבי ישראל גראסמאן, ראש ישיבה אין קארלין און אין כפר חב"ד און אקטיוו אין פילע ציבור'ישע מערכות (נפטר ה'תשס"ז)
יארצייטן
- ה'תצ"א – רבי משה בירדוגו, רב און ראש ישיבה אין מעקנעס, מחבר פון "ראש משביר" (געבוירן ה'תל"ט)
- ה'תקנ"א – רבי משולם זלמן חסיד פון פראנקפורט, א רבי פון דער חתם סופר[1]
- ה'תקנ"ז – מאיר ליון, חזן אין די גרויסע שוהל אין לאנדאן וועלכער איז אויך געווען באקאנט אלס אפערע זינגער
- ה'תרל"ה – רבי צבי הירש קאלישער, א תלמיד פון רבי עקיבא אייגער און רבי יעקב לארבערבוים, רב אין טהארן און מחבר פון "מאזניים למשפט" (געבוירן ה'תקנ"ה)
- ה'תש"ד – רבי אלכסנדר זושא פרידמאן, סעקרעטאר פון אגודת ישראל אין פוילן און רעדאקטאר פון דרכנו, באקאנט מיט זיין ליקוט ספר "מעינה של תורה" (געבוירן ה'תרנ"ז)
- ה'תש"ד – רבי קלונימוס קלמיש שפירא, דער פיאסעצנער רב, מחבר פון "חובת התלמידים", אומגעברענגט אויף קידוש השם אין דעם טאג לויט איין מקור[2] (געבוירן ה'תרמ"ט)
- ה'תשל"ד – אברהם סעצוזא קאטשוזשי (עב'), א יאפאנעזער שרייבער און פארשער וועלכער האט געראטעוועט אסאך אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה און האט זיך שפעטער מגייר געווען
- ה'תש"פ – רבי פנחס הכהן רבין, פון די פירער פון די בוכארישע געמיינדע און רב פונעם אלוועלטליכן קאנגרעס פון בוכארער אידנטום (געבוירן ה'ת"ש)
- ה'תשפ"ב – רבי אברהם ערלאנגער, ראש ישיבה אין קול תורה אין ירושלים און מחבר פון די סעריע ספרים "ברכת אברהם" (געבוירן ה'תרצ"ב)