רוי:רבי אברהם מתתיהו פרידמאן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי אברהם מתתיהו פון שטעפאנעשט

רבי אברהם מתתיהו פרידמאן (כ"ה כסלו ה'תר"ז - כ"א תמוז ה'תרצ"ג), פון שטעפאנעשט.

אפשטאם

רבי אברהם מתתיהו איז געבוירן אין סאדיגורא כ"ה כסלו ה'תר"ז [1], צו זיין פאטער רבי מנחם נחום פרידמאן פון שטעפאנעשט, א זון פון רבי ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון רבי אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון רבי דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. דער רוזשינער האט באפוילן מען זאל אים א נאמען געבען אברהם נאך זיין זיידן רבי אברהם המלאך און מתתיהו מענינא דיומא, וויבאלד ער איז געבוירן חנוכה.

רבנות

אין יאר ה'תרכ"ט נאך די פטירה פון זיין פאטער האט רבי אברהם מתתיהו איבערגענומען דעם פאטער'ס ארט אין שטעפאנעשט. זיין עבודה איז געווען מיט א געוואלדיגע דביקות צום אייבערשטן, אינגאנצן אויסגעטוהן פון די וועלט. שטונדן לאנג האט געדויערט זיין דאווענען, נאכהער האט ער עטוואס צוגעביסן, אין דאס איבריגע אויסגעטיילט פאר שיריים.

הסתלקות

רבי אברהם מתתיהו איז נפטר געווארן פרייטאג-צונאכטס כ"א תמוז ה'תרצ"ג, איבער פופציג טויזענט מענטשען האבן אים באגלייט ביי זיין לויה. ה' חשון ה'תשכ"ט האט מען אריבער געברענגט זיין קערפער קיין ארץ ישראל, אין חלקת נחלת יצחק, און זיין קערפער איז נאך געווען גאנץ.

פאמיליע

י"ח חשון ה'תרכ"ב האט רבי אברהם מתתיהו געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון רבי יצחק רייך, אן איידעם פון רבי אשר ישעיה רובין פון ראפשיץ. נאך עלף יאר האט ער איר גע'גט אן קינדער.

בזיווג שני האט ער געהייראט מרת שרה צפורה א טאכטער פון רבי יוסף מאנזאהן, אן איידעם פון דער ריזשינער, זי האט מיט געברענגט דריי קינדער פון איר ערשטער מאן.

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (7)
  1. נר ישראל איז מסופק ה'תר"ז אדער ה'תר"ח

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!