רוי:רבי אריה לייביש ליפשיץ

ווערסיע פון 01:01, 19 יולי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{שבת בשבתו" ב־"{{ס:שבת בשבתו")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי אריה לייביש ליפשיץ, (ה'תקכ"ז - י"ז טבת ה'תר"ו), רב אין ווישניצא, דער אריה דבי עילאי, באקאנט אלס רבי לייביש חריף.

אפשטאם

רבי לייביש איז געבוירן אין יעראסלאוו אין יאר ה'תקכ"ז (אומגעפער) צו זיין פאטער רבי חיים ליפשיץ (רבי חיים "ציצית מאכער"),[1] אן אייניקל פון רבי נתן נטע שפירא, דער מגלה עמוקות. אויף זיין טאטע'ן האט שוין דער רבי פון לובלין מעיד געוועהן אז ער איז א בעל רוח הקודש.

ביי די ניין יאר האט ער שוין גע'שמ'ט אלס עילוי און בקי אין ש"ס בבלי און ירושלמי, און איז דעמאלטס געווארן א תלמיד פון הגאון המפו' רבי יצחק חריף אבד"ק סאמבור בעמח"ס שו"ת פני יצחק. שפעטער איז ער געווארן א תלמיד פון קצות החושן.

זיין רבי אין חסידות איז געווען דער חוזה, אויך איז ער געפארן צום קאזשניצער מגיד און רבי מענדעלע רימאנאווער.

רבנות

אין יאר ה'תר"ס איז רבי לייביש געווארן רב אין קרעשאוו, נאכהער אין בילגוריי, אין יאר ה'תקס"ח ווען זיין שווער דער ישמח משה איז געווארן רב אין אוהעל האט רבי לייביש איבער גענומען דאס רבנות אין שינאווא, אין יאר ה'תק"צ איז רבי לייביש אויפגענומען געווארן רב אין ווישניצא און איר אומגעגנט (אריין רעכנדיג בריגעל און באכניא). חול המועד סוכות ה'תקצ"ח איז רבי לייביש פארטריבן געווארן פון ווישניצא אין ער האט זיך באזעצט אין בריגעל.

צווישן די וועלכע זענען געפאָרן צום אריה דבי עילאי זענען אויך געווען די צדיקים: רבי מרדכי דוד דאמבראווער, רבי בעריש אָשפיצינער, רבי שלום קאמינקער, רבי הערש משרת פון רימאנאוו, אשר'ל ראפשיצער, דער צאנזער רב, אליעזר'ל דזשיקאווער, רבי אָרון קראקאווער און זיינע קינדער.

הסתלקות

רבי לייביש איז נפטר געווארן י"ז טבת ה'תר"ו אין בריגעל.

פאמיליע

רבי לייביש האט געהייראט בזיווג ראשון די טאכטער פון א נגיד אין פרעמישלא, וואס האט געזוכט אן איידעם א למדן; אבער זי האט געוואלט אז ער זאל עוסק זיין אין מסחר, און זיי האבן זיך גע'גט.

בזיווג שני האט ער געהייראט מרת חנה אן איינציגע טאכטער (בת יחידה) פון משה טייטלבוים דער ישמח משה. זיינע קינדער:

  • רבי חיים דוב בעריש ליפשיץ (ה'תקנ"ה (אומגעפער) - כ"ג תשרי ה'תר"י), רב אין יאנוב, ער האט געהייראט א טאכטער פון רבי יוסף קעזוס, רב אין יאנוב און חעלם. זייערע קינדער:
    • רבי ישראל מאיר ליפשיץ רב אין יאנוב. ער האט געהייראט מרת חיה שרה א טאכטער פון זיין פעטער רבי משולם זלמן יהונתן ליפשיץ, רב אין בריגעל. זייערע קינדער:
    • רבי יוסף זכריה מנחם ליפשיץ, רב אין סליפיא.
    • רבי משה ליפשיץ פון יאנוב.
  • רבי אהרן זעליג ליפשיץ (ה'תק"ס (אומגעפער) - כ' סיון ה'תרל"ח), ממלא מקום פון פאטער, רב אין ווישניצא. ער האט געהייראט מרת הינדא [4] א טאכטער פון רבי יהושע העשיל תאומים-פרענקל פון קאמארנא. ער ליגט אין ווישניצא
    • רבי שמואל יוסף ליפשיץ, פון ראדאמישל.
    • רבי נתן נטע דוב ליפשיץ, פון וויעלעפאלי. ער ליגט אין ווישניצא
    • רבי צבי יונה ליפשיץ, פון ווישניצא.
    • מרת רעכיל, די ווייב פון רבי אפרים פון ראדאשיץ
    • מרת שרה טאבא, די ווייב פון רבי משה קראקאווער.
    • מרת רחמה, די ווייב פון רבי דוד וועבער.
    • מרת קיילא, בזיווג שני די ווייב פון רבי יהודה פון דעמביץ.
    • מרת חיה לאה בזיווג ראשון די ווייב פון רבי פייוויש היילפרין פון ברעזאן. בזיווג שני די ווייב פון רבי שמחה באכנער
  • מרת צירל טילא [5], די ווייב פון רבי צבי הירש הכהן גלאנץ רב אין קערעסטיר, שפעטער אין שינאווא.
  • די ווייב פון רבי מרדכי זילבערשטיין, רב אין האלאשיץ (דער שווער פון שינאווער רב בזיווג שני).

זיינע ספרים

  • שו"ת אריה דבי עילאי
  • ארי שבחבורה - על מסכת כתובות
  • חדושי אריה דבי עילאי - על מסכת קידושין, יומא, מנחות, קנים, נדה
  • עטרת זקנים - כללי הש"ס
  • קונטרס אריה דבי עילאי - הלכות פסח

רעפערענצן

  • ארי שבחבורה - תולדות המחבר
  • שו"ת אריה דבי עילאי - דברים אחדים
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. "שבת בשבתו" (אנטווערפן), נומער 1235 (י"א טבת תשע"ח), רבי אריה ליבוש ליפשיץ זצ"ל
  2. א.ל.ג.
  3. לויט א.ל.ג. איז זי געווען אן אייניקל פון רבי מאיר א טאכטער פון רבי אליעזר
  4. א טאכטער פון א. ל. ג. רב אין טארניגראד
  5. ארי שבחבורה

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!